Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ פֿאַרגלײַך צווישן דער געשיכטע פֿון כּלי־זמר־מוזיק און דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַךComparing the history of klezmer music with the development of the Yiddish language

דער מוזיק־פֿאָרשער זאבֿ פֿעלדמאַן זעט טערקישע, גריכישע, רומענישע און ציגײַנערישע השפּעות אויף דער כּלי־זמר־מוזיק

דער נײַער נומער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל „שופֿר“ איז געװידמעט די פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער מוזיק. זײ באַהאַנדלען פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון דער טעמע און אַנטפּלעקן אַ נײַעם קוקװינקל ניט נאָר אױף דער ייִדישער מוזיק, נאָר אױף דער קולטור־געשיכטע פֿון אַשכּנזישע ייִדן.

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק, בפֿרט פֿון די פֿאַרשײדענע כּלי־זמר־טראַדיציעס,  נעמט אַרײַן כּלערלײ השפּעות און אַנטלײַונגען. װאָלטער זאבֿ פֿעלדמאַן, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון דער כּלי־זמר־מוזיק, פֿאַרגלײַכט דעם פּראָצעס פֿון דער אױספֿורעמונג פֿון דער דאָזיקער מוזיק מיט דער היסטאָרישער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך. לױט דער טעאָריע פֿון מאַקס װײַנרײַך איז ייִדיש אַ פּראָדוקט פֿון צונױפֿשמעלצונג פֿון עטלעכע שפּראַכלעכע קאָמפּאָנענטן. אַזױ װי ייִדיש, איז די כּלי-זמר־מוזיק אַ פּועל־יוצא פֿון דער צונויפֿשמעלצונג צװישן מוזיקאַלישע קאָמפּאָנענטן פֿון עטלעכע פֿאָלקלאָרישע טראַדיציעס.

װײַנרײַך האָט געהאַלטן, אַז דער געבורט־אָרט פֿון ייִדיש געפֿינט זיך אין די דײַטשישע לענדער אַרום דעם טײַך רײַן, פֿון װאַנען ייִדן האָבן שפּעטער אַרײַנגעװאַנדערט קײן פּױלן, ליטע און אוקראַיִנע. אײניקע הײַנטיקע לינגװיסטן האַלטן, אַז די װיג פֿון ייִדיש איז אין די גרענעצלענדער צװישן דרום־דײַטשלאַנד און בײמען (הײַנט אין טשעכיע). פֿון דאָרט האָבן ייִדן געבראַכט ייִדיש קײן פּױלן און שפּעטער קײן אונגאַרן און רומעניע. די „דרומדיקע‟ טעאָריע פּאַסט בעסער פֿאַר פֿעלדמאַנס רעקאָנסטרוקציע פֿון דער געשיכטע פֿון כּלי־זמר. ער געפֿינט אין כּלי-זמר-מוזיק ניט קײן שפּורן פֿון דײַטשישער השפּעה. אַנשטאָט דעם זעט ער אַ היפּשע צאָל מעלאָדישע און ריטמישע עלעמענטן פֿון דער טערקישער, גריכישער, רומענישער און ציגײַנישער מוזיק. די צונױפֿשמעלצונג פֿון אָט די טראַדיציעס איז פֿאָרגעקומען צװישן דעם 17טן און 19טן יאָרהונדערט אין די לענדער פֿון מאָלדאָװע און רומעניע, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען אונטער דער טערקישער שליטה. ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזים האָבן זיך דעמאָלט געטראָפֿן מיט ספֿרדים פֿון די באַלקאַנען.

פֿעלדמאַן האַלט, אַז כּלי-זמר איז אַ יוצא-דופֿן צװישן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון אַנדערע ייִדישע עדות. די בוכאַרישע, פּערסישע אָדער צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן האָבן איבערגענומען די מוזיקאַלישע קולטור פֿון זײערע שכנים פֿאַר זײער װעלטלעכער מוזיק, אָבער האָבן אָפּגעהיט די אַלטע אײגענע װאָקאַלע טראַדיציע בײַם דאַװענען. בלױז די אַשכּנזים אין מזרח־אײראָפּע האָבן געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע װעלטלעכע מוזיקאַלישע קולטור, װאָס איז באַקאַנט געװאָרן װי כּלי־זמר. דער רעפּערטואַר פֿון ייִדישע כּלי־זמרים איז באַשטאַנען ניט נאָר פֿון ייִדישע לידער, ניגונים און טאַנצן. ייִדישע קאַפּעליעס זײַנען געװען פּאָפּולער סײַ בײַ קריסטלעכע גבֿירים סײַ בײַם פּשוטן פֿאָלק, און פֿאַר יעדן עולם האָט מען געהאַט אַ פּאַסיקן מין מוזיק.

אין דער אַלטער הײם זײַנען די ייִדישע מוזיקער געװען געװױר פֿון די חילוקים צװישן אָט די פֿאַרשײדענע מינים מוזיק, אָבער װען מען האָט במשך פֿון די 1970ער יאָרן גענומען אױפֿלעבן די כּלי-זמר־מוזיק אין אַמעריקע, האָט דער יונגער דור אַמעריקאַנער מוזיקער „פֿאַרייִדישט‟ אַלע מינים װערק, װאָס זײ האָבן געירשנט פֿון זײערע מזרח־אײראָפּעיִשע לערער. דערפֿאַר האַלט מען, למשל, די מעלאָדיע „בולגאַר‟ פֿאַר אַן עכט ייִדישע, כאָטש לכתּחילה האָט מען זי געשפּילט פֿאַרן ניט־ייִדישן עולם. אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט פֿעלדמען, האָבן די ייִדישע מוזיקער געקענט דערקענען פֿאַרשײדענע קאָמפּאָנענטן פֿון זײער מוזיק לױט זײער אָפּשטאַם.

די פֿאַרבינדונג צװישן דער דײַטשישער און דער ייִדישער קולטור פֿון מיטלאַלטער איז בולט אינעם פֿאָלקלאָרישן זשאַנער פֿון דער באַלאַדע. אַזױ איז געװען דער אױספֿיר פֿון דער סאָװעטישער פֿאָרשערין סאָפֿיאַ מגיד. סוף־1930ער יאָרן האָט זי פֿאַרטײדיקט אַ װיכטיקע דיסערטאַציע װעגן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר אױפֿן סמך פֿון איר אײגענער פֿעלד־פֿאָרשונג בײַ דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין װײַסרוסלאַנד. ניט לאַנג צוריק איז מגידס װערק צוטריטלעך געװאָרן פֿאַרן ברײטערן קרײַז פֿון פֿאָרשער. מגיד האָט געהאַלטן, אַז אַ היפּשע צאָל ייִדישע באַלאַדעס שטאַמען פֿון מיטלאַלטער און קענען דינען װי אַ באַװײַז, אַז ייִדן האָבן זײ מיטגעבראַכט אױף זײער װאַנדערונג פֿון די דײַטשישע לענדער קײן פּױלן.

מיכאל לוקין, אַ ייִדישער מוזיקאָלאָג פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים, איז אָבער ניט אין גאַנצן מסכּים מיט מגידס אױספֿירן. ער טענהט, אַז די דײַטשישע עלעמענטן זײַנען אַרײַן אין ייִדישע באַלאַדעס ערשט שפּעטער, שױן אין דער מאָדערנער תּקופֿה; אַז די מוזיקאַלישע יסודות פֿונעם אײגנאַרטיקן ייִדישן זשאַנער פֿון באַלאַדעס האָבן זיך געשאַפֿן אין מזרח־אײראָפּע באַלד נאָך דעם, װי ייִדן האָבן זיך באַזעצט דאָרט, און זײ שפּיגלען אָפּ די מאָראַלישע און עסטעטישע װערטן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

אַ בײַטראָג אין דער טעאָריע פֿון דער ייִדישער מוזיק האָט געמאַכט לודמילאַ שאָלאָכאָװאַ, די פֿאַרװאַלטערין פֿונעם ייִדישן אָפּטײל אין דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. זי באַהאַנדלט דעם זשאַנער פֿון ייִדישע חתונה־לידער פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון מין. זי דערקלערט, אַז פֿרױען האָבן כּסדר געזונגען פֿאַר דער חתונה און בלױז צװישן אַנדערע פֿרױען, בעת מענער האָבן געזונגען זײערע לידער בעת דער חתונה פֿאַרן געמישטן עולם. די פֿרױען־לידער זײַנען געװען מער אינטים און עמאָציאָנעל, בעת די לידער פֿון די מאַנסבילן זײַנען געװען מער װיציק.

אַזױ װי די ייִדישע שפּראַך, האָט די ייִדישע מוזיק אײַנגעזאַפּט עלעמענטן פֿון פֿאַרשײדענע שכנישע טראַדיציעס. בעת די שפּראַך־קאָמפּאָנענטן פֿון ייִדיש אַנטפּלעקן די קולטורעלע באַציִונגען צװישן ייִדן און מיטל־ און מזרח־אײראָפּעיִשע פֿעלקער, אַזעלכע װי דײַטשן, פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, װײַסרוסן און רוסן, האָט די ייִדישע מוזיק אַן אַנדער קולטורעלן ייִחוס. דאָ הערט מען קלאָרע אָפּקלאַנגען פֿון קולטורעלע קאָנטאַקטן צװישן אַשכּנזישע ייִדן און דרום־אײראָפּעיִשע פֿעלקער, װאָס האָבן געלעבט אונטער דער שליטה פֿון דער טערקישער אָטאָמאַנער אימפּעריע׃ גריכן, רומענער, בולגאַרן, טערקן און ציגײַנער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

Exit mobile version