Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קינדער פֿון וועלטלעכע בונדיסטן פֿירן זיך ווײַטער לויט די ווערטן פֿון חבֿרשאַפֿטChildren of secular Bundists carry on their belief in the power of friendship

די גרופּע פּאָרפֿעלקער פֿאָרט צוזאַמען אויף רײַזעס; הײַיאָר האָבן זיי באַזוכט ייִדישע ערטער און אויך אַ חורבן־מוזיי אין פֿראַנקרײַך.

חבֿרשאַפֿט! חבֿרשאַפֿט!
זינגט דאָס ליד אין כאָר, מיט ברען
חבֿרשאַפֿט! חבֿרשאַפֿט!
גריסט מען זיך בײַ אונדז
נעמט זיך אַלע פֿאַר די הענט,
גיט אַ טאַנץ, גיט אַ זינג
לאַנג לעבן זאָל דער סקיף!
און אַז עס איז אַזױ גוט צוזאַמען,
און אַז חבֿרשאַפֿט פֿאַראײניקט אונדז אַלעמען,
דאַרף מען מער קײנמאָל ניט, נײן!
דאַרף מען מער קײנמאָל ניט, נײן!
דאַרף מען מער קײנמאָל זיך שײדן,
נײן!

אַזױ האָט מען געזונגען אין דעם פֿאַר-מלחמדיקן „סקיף“ (די קינדער-באַװעגונג פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער בונד“) אין אײראָפּע. אַזױ פֿלעגן די „צוקונפֿטיסטן“ (די מיטגלידער פֿון דער יוגנט־אָפּטײלונג בײַם בונד) און בונדיסטן זיך באַגריסן אױף ליאַמעס, אױף אונטערנעמונגען אין די קלובן און װוּ נאָר מען האָט זיך געטראָפֿן. „חבֿרשאַפֿט“ איז שפּעטער געװאָרן די לאָזונג פֿונעם באַרימטן ייִדישן זומער־לאַגער קעמפּ „המשך“, וואָס איז פֿאַרלייגט געװאָרן אין די קעצקיל־בערג דורך בונדיסטן פֿון דער שארית־הפּליטה. זײ, אַלײן גראַדואַנטן פֿונעם „סקיף“, „צוקונפֿט“, „מאָרגנשטערן“ (די ספּאָרט־אָרגאַניזאַציע בײַם בונד) אָדער פֿון דער װעלטבאַרימטער „מעדעם סאַניטאָריע“ האָבן טאַקע געשאַפֿן אַ המשך פֿאַר די אידעאַלן און גײַסט פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער בונדיסטישער יוגנט.

יעדן אינדערפֿרי און אָװנט האָבן מיר קעמפּערס און אױפֿפּאַסערס אין קעמפּ המשך זיך פֿאַרזאַמלט אױפֿן „חברשאַפֿט פּלאַץ“, געהויבן אָדער אַראָפּגעלאָזט די פֿאָן, און מען האָט אונדז הויך באַגריסט מיט דער לאָזונג „חבֿרשאַפֿט!“ און מיר האָבן אין אײן קול געענטפֿערט, אָפֿט אױסגעשריִען: „כאַאַװעערשאַאַפֿט!“ און נאָך דעם געזונגען דעם הימען פֿון דער סאַניטאָריע „מיר קומען אָן“.

דאָס װאָרט „חבֿרשאַפֿט“ איז געװאָרן פֿאַר דעם רובֿ פֿון אונדז אַ טײל פֿון אונדזער װעזן. און װאָס האָט עס טאַקע באַטײַט? פּונקט װי בײַ די פֿריִערדיקע דורות, פֿאַר װעמען דאָס װאָרט האָט געמײנט הײם, פֿרײַנדשאַפֿט, אַן אָרט דעם קאָפּ צו לײגן אָדער אַן אָרט װוּ װען הונגעריק, צו קריגן עפּעס איבערצובײַסן, אַן אָרט װוּ מע קען זיך באַהאַלטן אין אַ געפֿאַר… האָט דאָס װאָרט פֿאַר אונדז אױך אָנגענומען אַ באַזונדערן באַדײַט: אַן אָפֿענע טיר, אַ בעט, אַ װאַרעמען ברוך־הבא.

מיט עטלעכע יאָר צוריק, איז אױסגעקומען מײַן זון צו דאַרפֿן זײַן אין ניו־יאָרק אַ געװיסע צײַט און ער האָט געזוכט אַן אָרט װוּ אײַנצושטײן. האָב איך אים געגעבן עטלעכע נעמען פֿון באַקאַנטע המשכיסטן. בײַם ערשטן געשפּרעך, װי נאָר ער האָט אַרױסגעזאָגט מײַן נאָמען איז דאָס װאָרט „המשך“ פֿאַר אים געװען אַ בעט און װאָס מער, אַ הײם! ער האָט שפּעטער אױף אַ שׂמחה לכּבֿוד זײַן געבורטסטאָג געזאָגט װאָס פֿאַר אַ זכות עס איז פֿאַר אים צו זײַן אין אונדזער סבֿיבֿה. מיר המשכיסטן האָבן אײַנגעזאַפּט אין זיך דאָס װאָרט „חבֿרשאַפֿט“ אין זײַן פֿולן מײן, און איצט, מער װי 60 יאָר שפּעטער האַלט אונדז דאָס װאָרט צוזאַמען און געטרײַ.

איז פֿאַרװאָס שרײַב איך װעגן דעם?  װײַל איך וויל דערצײלן ניט נאָר װעגן דעם עבֿר, נאָר אױך װי דער עבֿר לעבט נאָך הײַנט און האָט אַ מײן — כאָטש אין אַן אַנדערן גילגול. אַ גרופּע פֿון אונדז — איך מיט מײַן מאַן (אויך אַ קינד פֿון בונדיסטן, כאָטש נישט קײן המשכיסט) זײַנען געפֿאָרן מיט נאָך פֿיר פּאָרפֿעלקער קײן דרום־פֿראַנקרײַך אױף װאַקאַציע. פֿון די אַכט אַנדערע, זײַנען פֿינף געװען המשכיסטן (און צװישן זײ, איז אײנער געװען אַן „ערן־המשכיסט“).

װי אַזוי איז דאָס פֿאָרגעקומען? מיר זײַנען אַ גרופּע חבֿרים, נישט אַלע גענױ אין זעלבן עלטער, אָבער גענוג נאָענט אַז עס מאַכט ניט אױס. עטלעכע צװישן אונדז זײַנען געווען פֿרײַנד נישט בלויז אין המשך, נאָר אױך פֿונעם ניו יאָרקער ייִדישן לערער סעמינאַר. אַנדערע זײַנען אױך געװען בונדישע משפּחה־פֿרײַנד. הכּלל, עס האָט אונדז אַ סך געבונדן אָבער דאָס װאָס מיר האַלטן זיך עד־היום אַזױ נאָענט איז נאָר אַדאַנק דעם װאָס מיר האָבן פֿאַברענגט צוזאַמען אין „המשך“.

נישט לאַנג צוריק פֿלעג איך פֿאָרן אױף װינטער־װאַקאַציע קײן פֿלאָרידע און זיך צוקוקן װי מײַנע עלטערן און מײַנע שװער־און־שװיגער פֿאַרברענגען טאָג און נאַכט מיט זײער בונדישער חבֿרה, פֿרײַנד פֿון די קינדעריאָרן, אָדער אַנדערע מיט װעמען זיי האָבן מיטגעמאַכט די מלחמה־יאָרן. מע האָט זיך געטראָפֿן פֿון איבער גאַנץ קאַנאַדע, אַמעריקע, מעקסיקע און אַרגענטינע. איך האָב געזען װי יונג און פֿריש זײ האָבן זיך געפֿילט און אױסגעזען; װי זיי האָבן געזונגען, סײַ אונדז באַקאַנטע לידער סײַ אומבאַקאַנטע, זיך געטײלט מיט זכרונות פֿון די זומער־לאַגערן, קינדערקלובן און אַװדאַי די איבערלעבונגען פֿון דער מלחמה. איך האָב זיך דעמאָלט געטראַכט, װי מײַן זון האָט אױבן געזאָגט, װאָס פֿאַר אַ זכיה עס איז צו זײַן צװישן אַזאַן עולם, װיפֿל נאָענטקײט, װיפֿל חבֿרשאַפֿט, נישט געקוקט אױף די יאָרן און מײַלן װאָס האָבן זײ אָפּגעטײלט.

מיר, זייערע קינדער, זײַנען איצט מיט כאָטש אַ צענדליק יאָר עלטער װי אונדזערע עלטערן זײַנען געװען װען זײ האָבן אָנגעהױבן פֿאַרברענגען דעם װינטער, אָדער אַ טײל דערפֿון, מיט זײערע פֿרײַנד אין פֿלאָרידע. פּונקט װי זײ, זײַנען מיר מלא-פֿרײד צו פֿאַרברענגען צוזאַמען.

אין אָנהייב זײַנען מיר געווען בלויז דרײַ פּאָרלעך. מיר האָבן אָנגעהױבן אַרומרײַזן צוזאַמען און זיך טרעפֿן װינטער אין פֿלאָרידע. אײנער האָט אַ נאָמען געגעבן די כאַלאַסטריע „חבֿרשאַפֿט טורס“.

מיט דער צײַט זײנען מיר געװאָרן פֿינף פּאָרלעך פֿון קאַנאַדע, ניו־יאָרק, פֿלאָרידע און ניו־דזשערזי.  מיר טרעפֿן זיך אין ניו־יאָרק, פֿלאָרידע, אױף אַ יערלעכער לענגערער רײַזע און זינט דעם אָנהייב פֿון דער קאָוויד־מגפֿה טרעפֿט מען זיך יעדן זונטיק אָװנט אױף „זום“.

די מגפֿה האָט אונדז טאַקע דערנענטערט. מיר האָבן אױף „זום“ אַפֿילו געפֿײַערט צוויי מאָל דעם ערשטן מײַ מיט אַ פּראָגראַם פֿון פּאָעזיע, נאַראַציעס און געזאַנג װאָס מיר האָבן אַלײן צוגעגרײט. מיר זײַנען אַלע געװען אָנגעטאָן מיט רױטע קראַװאַטן אָדער רױטע העמדער/בלוזקעס מיט שמייכלענדיקע פּנימער און דערהױבענע געמיטער. דאָס דערמאָנט מיר אויך אין די קולטור־אָװנטן װאָס מיר האָבן אַדורכגעפֿירט אױפֿן העכסטן ניװאָ, אין די זומערן אין קעמפּ המשך.

איך טראַכט אױך װי ענלעך זײַנען אונדזערע אָװנטן אויף די באַגעגענישן פֿון אונדזערע עלטערן. װען מיר פֿאָרן אױף אַ לענגערער רײַזע ברענגען מיר מיט אַ גיטאַרע און מיר זינגען שעהען לאַנג לידער אױף ייִדיש, ענגליש און פֿראַנצײזיש. מיר דערצײלן מעשׂיות פֿון קעמפּ, װעגן פּאָליטיק. אַ מאָל לייענט עמעצער פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אָדער אָפּקלײַב פֿון אַ בוך, מען עסט װוּנדערבאַרע עסנס און טרינקען גוטן װײַן און אַנדערע געטראַנקען, מען לאָזט זיך װױלגײן, און אײדער װאָס און װען איז שױן אַװעק אַ האַלבער טאָג אָדער אַ גאַנצער אָװנט ביז שפּעט אין דער נאַכט.

רעדנדיק פֿון גיטאַרעס: בײַ דער לעצטער רײַזע האָבן מיר נישט מיטגעבראַכט קיין גיטאַרע. פֿאַר וואָס? ברענגען פֿון אַמעריקע איז אָנגעקומען שװערלעך, האָבן מיר באַשלאָסן אַז אונטערװעגנס, פֿאָרנדיק צום הױז װאָס מיר האָבן געדונגען אױף דער װאָך, װעט מײַן מאַן, אַ מוזיקער, און דאָס פּאָרפֿאָלק מיט װעלכן מיר זײַנען געפֿאָרן פֿון פּאַריז אויף דרום, זיך אָפּשטעלן אין ליאָן און קױפֿן אַ געניצטע גיטאַרע, וואָס אַלע פּאָרפֿעלקער וועלן העלפֿן באַצאָלן דערפֿאַר. מיר האָבן געפֿונען אַ גאַנץ באַקאַנט געשעפֿט און געקױפֿט אַ פֿײַנע גיטאַרע מיט אַ שײדל, גאָר ביליג. לכתּחילה האָבן מיר געקלערט איבערצולאָזן די גיטאַרע אין פֿראַנקרײַך אָדער עמעצן אַװעקגעבן, אָבער אונדזער חבֿר  האָט באַשלאָסן אַז ער װעט עס אַהיימנעמען און װען חבֿרה װעט נאָך אַמאָל װעלן ערגעץ פֿאָרן װעט ער זי מיטברענגען. איז אַזױ געבליבן.

איר װעט זיך אפֿשר אַ פֿרעג טאָן, נו, צי רעדן מיר צווישן זיך ייִדיש? יאָ, מע רעדט ייִדיש און זינגען, זינגען מיר אַ געװאַלדיג גרױסן רעפּערטואַר אױף ייִדיש. עס איז אונדז הײמיש אױף ייִדיש, כאָטש נישט אַלע אין דער גרופּע קענען די שפּראַך.

זײַנען מיר דעם זומער געפֿאָרן קײַן דרום־פֿראַנקרײַך װײַל מיר האָבן דאָס געהאַט באַשלאָסן צו טאָן נאָך מיט צװײ יאָר צוריק, נאָר ס׳איז אָנגעקומען די מגפֿה און געמאַכט אַ סוף צו אַלע פּלענער. איצט, אַז מע מעג שוין פֿאָרן, האָבן מיר אַלע באַקומען די נײטיקע אײַנשפּריצונגען, און באַשלאָסן זיך לאָזן אין װעג אַרײַן, איז הולך געגאַנגען!

מיר האָבן געפֿונען אַ הױז מיט פֿינף שלאָפֿצימערן אין אַ װײַנגאָרטן אין אַ שטעטל װאָס הײסט װייזאָן לאַ ראָמען. דעם באַטײַט פֿונעם װאָרט „װײזאָן“ האָבן מיר בשום־אופֿן ניט געקענט דערגײן, אָבער „לאַ ראָמען“ איז גאַנץ אײנפֿאַך: רױמיש. דאָס שטעטל שטאַמט טאַקע פֿון רױמישע צײַטן, אַן אָנװײַז האָבן מיר געהאַט די פֿיל רויִנען. כּמעט אַ גאַנץ שטעטל מיט אַ גרױסן אַמפֿיטעאַטער, אַן איבערבלײַב נאָך פֿון יענער תּקופֿה. דערצו האָט מען דאָרט געבױט אַן אױסגעצײכנטן מוזײ װעגן דער געשיכטע פֿון יענעם ראַיאָן נאָך פֿון יאָרן פֿאַר די רױמער.

באַזוכנדיק אײראָפּע, די שײנע לאַנדשאַפֿט, די אינטערעסאַנטע אַלטע שטעט און שטעטלעך, דערפֿער, מוזײען, פּאַלאַצן, פֿעסטונגען און קירכן איז געווען אוממעגלעך זיך ניט אָנצושטױסן אין דער גאָר לאַנגער געשיכטע פֿון ייִדן אין יענע קאַנטן. אָט די געשיכטע, װאָס ציט זיך שוין מער װי  צװײ טױזנט יאָר אױפֿן אײראָפּעישן קאָנטינענט, איז ניט גוט באַקאַנט די הײַנטיקע ייִדן. אונדזער בליק אױף צוריק איז אַ גאַנץ קורצער און מיר זעען נישט װי געקניפּט און געבונדן איז אונדזער געשיכטע מיט דער געשיכטע פֿון די פֿאַרשײדענע לענדער אין אײראָפּע, פֿון מזרח ביז מערבֿ און צפֿון ביז דרום, װי אױך מיט דער פּױפּסנשאַפֿט!

דעם אמת געזאָגט, זײַנען מיר ניט געפֿאָרן זוכן שפּורן פֿון די אַלטע ייִדישע ייִשובֿים, אָבער געפֿונען האָבן מיר זײ איבעראַל. מיר האָבן יאָ פּלאַנירט פֿון פֿאָראױס צו זײַן אין שיל יום-כּיפּור און דאָס האָבן מיר טאַקע געטאָן אינעם שטעטל קאַרפּענטראַס, ניט װײַט פֿון דער בעסער באַקאַנטער שטאָט, אַװיניאָן. מיר האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט אַ װוּנדערבאַרער פֿרױ, קאַטיאַ, װאָס האָט זיך דערפֿרײט הערנדיק אַז אונדזער גרופּע פֿון צען װיל זײַן בײַ זײ אױף יום־טובֿ. זײ האָבן בשום־אופֿן ניט געװאָלט נעמען באַצאָלט פֿאַר די ערטער (מיר האָבן פֿון פֿאָרױס זיך נאָכגעפֿרעגט) און דערצו האָבן זײ אין שיל אונדז מכבד געװען מיט עטלעכע עליות (נאָר פֿאַר די מענער, װײַל דאָס איז אַ ספֿרדיש-אָרטאָדאָקסישע  שיל). די שיל געפֿינט זיך אינעם אַלטן טײל פֿון שטעטל לעבן שטאָטראַט אױף דער „ייִדישער גאַס“ — אַ זאַך װאָס מיר האָבן געפֿונען אין כּמעט אַלע שטעט און שטעטלעך, װאָס מיר האָבן באַזוכט, װי קלײן זײ זאָלן ניט זײַן.

די שיל שטאַמט פֿון אָנהײב פֿערצנטן יאָרהונדערט און איז אַ פּראַכט. קלײן, באַהאַלטן פֿון פֿאַרבײַגײער מיט אַ גרױסן מױער און אַ גרויסער הילצערנער טיר. ווי אין אַלע ספֿרדישע שילן שטײען די בימה און דער עומד אין מיטן צימער. מענער און פֿרױען זיצן באַזונדער. דער ארון און פּרוכת שטאַמען פֿון אַכצנטן יאָרהונדערט און די װענט זײַנען געװען באַמאָלט אין שײנע פֿאַרבן מיט בלומען. אױףֿ אַ נידעריקן שטאָק איז נאָך דאָ די גאָר אַלטע מיקװה װוּ עס פֿליסט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג אַ פֿרישער שטראָם װאַסער, און אויך אַ בעקערײַ אױף צו באַקן מצות. גאָר אינטערסאַנט איז אַז די שיל איז געבױט אויף די רויִנען פֿון אַ נאָך עלטערער שיל און מען קען נאָך אַלץ זען די שפּורן דערפֿון ווי אויך פֿונעם פֿריִערדיקן בעקערײַ.

מײַן שוועסטער, רייזל פֿישמאַן קענדיב, וואָס איז געווען אין דער זעלבער שיל מיט  עטלעכע יאָר צוריק, האָט אונדז איבערגעגעבן אַ רירנדיקע געשיכטע, ווי מען האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געראַטעװעט די ספֿר-תּורות פֿון די דײַטשן. װי באַקאַנט, איז די געגנט געװען אַ טײל פֿון „װישי“ אָבער װען די דײַטשן זײַנען אַרײַן, איז די שול געשטאַנען , װי אַלע שילן אונטערן דײַטש, אין אַ געפֿאַר.

אײן פֿרימאָרגן האָט אַ דײַטשישער אָפֿיציר אָנגעקלאַפּט אין דער טיר פֿון דער שול. קײנער חוץ אַ ראַמערין איז דאָרט ניט געװען. מיט גרױס מוט און פֿאַרשטײענדיק גאַנץ גוט, אַז דאָס װיל ער צונעמען די ספֿר-תּורות און די תּשמישי-קדושה האָט זי געזאָגט דעם אָפֿיציר אַז ער קען ניט אַרײַן װײַל זי האַלט און מיטן ראַמען און קומען זאָל ער מאָרגן. ער האָט זי געפֿאָלגט און דערװײַל האָט זי אָנגעזאָגט די אַרומיקע שכנים (ניט־ייִדן) װעגן דעם געפֿאַר װאָס לױערט דאָ, און אַ צענדליק מענטשן האָבן אין מיטן דער נאַכט אַלץ אַרױסגעטראָגן און באַהאַלטן (אַרײַנגערעכנט די פּרוכתן װאָס הענגען דאָרט איצט בײַם אָרון־קודש).

אַ דאַנק דער בראַװער פֿרױ און די אַרומיקע שכנים, האָבן די הייליקע חפֿצים איבערגעלעבט די מלחמה און געפֿינען זיך הײַנט ווידער אין דער שיל. אָט די אַלטע ספֿר-תּורות (עטלעכע, טאַקע פּסול װאָס מען נוצט ניט), תּשמישי-קדושה און חנוכּה־לעמפּ װערן עד-היום גענוצט און בלײַבן דערבײַ אַן עדות צו דער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע און צו דער מענטשלעכקײט און קוראַזש פֿון אײן פֿראַנצױזישער פֿרױ.

איר וועט זיך אפֿשר חידושן, װי קומט עס אַז די חבֿרה המשכיסטן געפֿינט זיך יום־כּיפּור אין שיל (און שפּעטער, סוכּות־צײַט, געווען אין אַ סוכּה). דער ענטפֿער איז אַ גאַנץ פּשוטער. דאָס רובֿ פֿון אונדז זײַנען דערצױגן געװאָרן ווי באַװוּסטזיניקע און שטאָלצע ייִדן. דאָס הײסט, װיסן פֿון װאַנען און פֿון װעמען מיר שטאַמען, קענען די ייִדישע געשיכטע, טראַדיציעס און די װיכטיקע ייִדישע מקורים װאָס אונדזער פֿאָלק האָט געשאַפֿן, װי אױך די װעלטלעכע ייִדישע קולטור. מען האָט אונדז תּמיד געלערנט „אל תּפֿרוש מן הציבור“  (מען זאָל זיך ניט אָפּרײַסן פֿונעם פֿאָלק). און דאָס רובֿ פֿון אונדז לעבן טאַקע אַזױ.

מיר האָבן אויך באַזוכט דאָס שטעטל קאַרפּענטראַס. איך קען ניט באַשרײַבן מיט װאָסער פֿרײד און װאַרעמקײט דער ראש־קהילה און די אַנדערע אײַנוווינער פֿון שטעטל האָבן אונדז אױפֿגענומען. דאָרט װױנען שױן כּמעט ניט קײן ייִדן אָבער אַלע שבת קומען ייִדן פֿון פֿאַרשײדענע שטעטלעך — ייִנגערע און עלטערע, אַלע ספֿרדישע, כּדי אױפֿצוהאַלטן די טראַדיציע און די שיל. זײ װילן ניט אַז די שול זאָל אונטערגײן, און אַז עס זאָל ניט בלײַבן קײַן שפּור פֿונעם רײַכן לאַנג-דױערנדיקן ייִדישן לעבן אין דער געגנט.

יעדן חודש לכּבֿוד שבת מבֿרכים און יעדן יום־טובֿ קומט צו פֿאָרן דער רבֿ פֿון פּאַריז מיט זײַן גאַנצער משפּחה. עס װאָלט יום-כּיפּור געװען מער װי אַ מנין אָן אונדז, אָבער מיט אונדז איז שױן געװאָרן אַ שײנער עולם (ספּעציעל אין דער עזרת־נשים, װאָס שטייט אַנטקעגן איבער די מענער אָבער אָן אַ באַדײַטנדיקער מחיצה) און כאָטש עס איז געװען יום-כּיפּור, און דער נוסח איז געװען אַ ספֿרדישער, האָט געהערשט אַ דערהױבענע שטימונג פֿון ברודערשאַפֿט און משפּחהדיקײט.

מײַן שװעסטער האָט אונדז אויך דערציילט אַן אַנדער אינטערעסאַנטע מעשׂה. בלױז 10 מינוט פֿון עקס-אַן-פּראָװאַנס, און אַ 20 מינוט פֿון מאַרסײ (צװײ אַלטע און אָפֿט באַזוכטע שטעט אין דרום-פֿראַנקרײַך, אָדער פּראָװאַנס), געפֿינט זיך אַן אָרט װאָס הײסט קעמפּ ליי מיל. דאָס הייסט, אינעם שטעטל ליי מיל האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ טראַנזיט־לאַגער.

די פֿון אונדז װאָס קענען אַ ביסל די געשיכטע פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה און פֿונעם חורבן, זײַנען באַקאַנט מיטן פּראָצעס ווי מע האָט צונויפֿגעטריבן אַון שפּעטער פֿאַרשיקט די ייִדן פֿון פּאַריז און אומגעגנט. דער נאָמען דראַנסי אַלײן איז גענוג פֿאַר אונדז זיך פֿאָרצושטעלן די שרעקלעכע באַדינגונגען און אוממענטשלעכע באַהאַנדלונג אײדער מער װי 67,000 ייִדן זײַנען דעפּאָרטירט געװאָרן קײן אױשװיץ, צװישן יוני 1942  און יולי 1944. פֿיל װײניקער פֿון אונדז קענען די געשיכטע פֿון ייִדן אין װישי, און נאָך װײניקער האָבן אַפֿילו אַמאָל געהערט פֿון קעמפּ ליי מיל, אַני הקטנה, צװישן זײ.

בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם אַמאָליקן טראַנזיט־לאַגער, קעמפּ ליי מיל, פֿראַנקרײַך Courtesy of Anna Gonshor

ווי אַזוי האָבן מיר זיך דערוווּסט וועגן דעם טראַנזיט־לאַגער? זײַענדיק אין עקס־אַן־פּראָװאַנס מיט עטלעכע יאָר צוריק, איז מײַן שװעסטער מיט איר חבֿר אַרײַן אין אַ קאַפֿע. זיצנדיק דאָרט, האָט זי געעפֿנט די צײַטונג און דערזען אַ גאַנצע זײַט, אַ נעקראָלאָג, װעגן אַ מאַן װאָס האָט געװידמעט זײַן לעבן צו שאַפֿן אַ דענקמאָל אין ליי מיל צו פֿאַראייביקן די געשיכטע פֿון דעם װאָס ס׳איז דאָרט פֿאָרגעקומען און צו פֿאַרשרײַבן די נעמען פֿון די װאָס זײַנען דאָרט פֿאַרשיקט געװאָרן צום טױט, אַרײַנגערעכנט יעדן מאַן, פֿרױ און קינד, וואָס דאָס ייִנגסטע איז געווען אײן יאָר אַלט.

מײַן שוועסטער האָט וועגן דעם גאָרנישט געוווּסט און האָט מיר שפּעטער געזאָגט: „װי קען איך — אַ לערערין פֿון געשיכטע, וועלכע האָט געשאַפֿן די פּראָגראַם צוצוגרײטן דאָצענטן אינעם חורבן־מוזײ אין מאָנטרעאַל און דערצו נאָך אַ טאָכטער פֿון דער שארית־הפּליטה — ניט גײן באַזוכן דאָס אָרט?“ װען זי האָט אונדז דערצײלט װעגן דעם און אונדז געװיזן דאָס בוך װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן, איז געװען קלאָר אַז מיר מוזן עס באַזוכן.

דער באַזוך אין ליי מיל האָט אויף אונדז געמאַכט אַ געװאַלדיקן אײַנדרוק. אױף אַ ריזיקן שטח, מיט אַ באַן-ליניע גאָר נאָענט, שטײט אַ ריזיקער מױער פֿון אַ פֿאַבריק צו פּראָדוצירן קאַפֿלען (tiles) פֿופֿצן טויזנט מעטער איבער זיבן העקטאַרן (17 אַקער). װען די מלחמה האָט זיך אָנגעהױבן איז די פֿאַבריק שוין געשטאַנען ליידיק און ס׳איז גלײַך געװאָרן פֿאַרװאַנדלט אין עפּעס אין גאַנצן אַנדערשס.

אָנהײב דער מלחמה, װען די פֿראַנצױזישע רעגירונג האָט באַשלאָסן צו פֿאַרהאַלטן דײַטשישע בירגער, אַפֿילו די אַנטי-פֿאַשיסטן װאָס זײַנען נאָך פֿאַר דער מלחמה אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס, האָט מען דאָרט פֿאַרשיקט אָט די באַפֿעלקערונג, אַרײַנגערעכנט שרײַבער, מאָלער, זשורנאַליסטן, מוזיקער, אינטעלעקטואַלן, אַדװאָקאַטן און דאָקטױרים (לאַוו דװקא ייִדן); װעלט־באַקאַנטע נעמען װי מאַקס ערנסט, האַנס בעללמער, גוסטאַװ ערליק און לעאָן פֿױכטװאַנגער. זײ האָבן אָרגאַניזירט קלאַסן, קונסטלעקציעס, רעפֿעראַטן און קאָנצערטן. יוני 1940 זײַנען שױן געװען מער װי 3,500 מענטשן דאָרט פֿאַרשפּאַרט: געפֿאַנגענע פֿונעם שפּאַנישן בירגערקריג און ייִדן װאָס מע האָט אַרױסגעװאָרפֿן פֿון די דײַטשישע קאַנטן.

דעמאָלט איז דאָס נאָך געװען דער אײנציקער טראַנזיט־לאַגער אין פֿראַנקרײַך פֿאַר די װאָס האָבן שױן געהאַט װיזעס אָדער געװאַרט אױף װיזעס, סײַ לעגאַלע סײַ אומלעגאַלע דורך אָרגאַניזאַציעס, באַנדיטן און פֿאַרברעכער. די לאַגע איז אָבער אין גיכן געװאָרן גאָר שלעכט — הונגער, קראַנקײטן, סאַניטאַציע־פּראָבלעמען. זומער 1942 זענען פֿאָרגעקומען די גרעסטע דעפּאָרטאַציעס. מער װי 2,000 ייִדישע מענער, פֿרױען און קינדער זײַנען פֿאַרשיקט געװאָרן קײַן דראַנסי און פֿון דאָרט קײן אױשװיץ װי אַ טײל פֿון די 10,000 ייִדן װאָס דער װישי־רעזשים האָט פּלאַנירט צו פֿאַרשיקן. דאָס איז אַלץ פֿאָרגעקומען אײדער די דײַטשן האָבן אָקופּירט די דרום־זאָנע. דער לאַגער איז פֿאַרמאַכט געװאָרן דעם 3טן אױגוסט, 1945. בקיצור, ס׳האָט זיך אָנגעהױבן װי אַ „צײַטװײַליקער“ לאַגער פֿאַר 38 נאַציאָנאַליטעטן און צום סוף איז עס געװאָרן דאָס פֿירהױז צו אױשװיץ.

איז װאָס איז טאַקע אַזױ אױסטערליש? ערשטנס איז דער בנין געבליבן פּונקט װי דעמאָלט װען די טױזנטער מענטשן האָבן דאָרט געוווינט. די װענט זײַנען פֿול מיט די אױסערגעװײנטלעכע בילדער װאָס די מאָלער האָבן געמאָלט, מיט פּאָעזיע פֿון די דיכטער, צײכענונגען פֿון קינדער, און פֿאַרשײדענע לאָזונגען. די גרױסקײט, די לײדיקײט  און שטילקײט שרײַען ממש אַרױס פֿון די קאַלטע טונקעלע װינקלעך און עס איז נישטאָ קײן װעג אַרױס אַחוץ דורכן פֿאַרענדיקן דעם מאַרשרוט. מען װערט אַרומגענומען מיט אַן אומהײמלעכער קעלט און צוליב דעם אָרטיקן עכאָ הילכט יעדער טראָט אָפּ ווי ס׳וואָלטן געגאַנגען דאָרט הונדערטער מענטשן.

גײענדיק און צוקוקנדיק זיך צו דעם אַרום, לערנט מען די געשיכטע פֿונעם אָרט און פֿון די מענטשן װאָס האָבן דאָרט געשפּילט אַ ראָלע. דער באַזוכער װערט געצוווּנגען צו טראַכטן װעגן די נסיונות פֿון די ייִדן דעמאָלט אָבער אױך צו קלערן װעגן װי אַזױ מען װאָלט אַלײן זיך אױפֿגעפֿירט אין אַזעלכע אומשטענדן. עס איז דאָ אַ באַזונדער אָרט מיט װיסנשאַפֿטלעכע אינפֿאָרמאַציע כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן דעם אינדיװידועלן און קאָלעקטיװן פּראָצעס װאָס קען הײַנט װידער דערפֿירן צו גענאָציד. מע האָט אויך באַטאָנט די ראָלע פֿון װידערשטאַנד, סײַ פֿון די לאַגערניקעס סײַ פֿון די נישט־ייִדישע אַרבעטער און פֿון דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג.

אײנע פֿון די פּערמאַנענטע אױסשטעלונגען איז אינגאַנצן געװידמעט הונדערטער זעלטענע דאָקומענטן װעגן די קינדער װאָס זײַנען פֿון דאָרטן פֿאַרשיקט געװאָרן קײן אױשװיץ. די נעמען פֿון די קינדער װערן אַלע אױסגערעכנט. מען מוז דערמאָנען אַז די אינסטיטוציע לערנט אויך װעגן אַנדערע גענאָצידן, װעגן  פֿעלקער האַס, האַס פֿאַר די װאָס זײַנען אַנדערש פֿון אונדז און אױך װעגן װאָס עס קומט הײַנט פֿאָר אין דער װעלט. פֿון אַ פּעדאַגאָגישן שטאַנדפּונקט איז דאָס אײנער פֿון די בעסטע מוזייען פֿון אַזאַ סאָרט. זײער לאָזונג: לערן פֿון אונדזער עבֿר לטובֿת אונדזער הײַנט און אונדזער מאָרגן.

מען פֿאַרלאָזט די פֿאַבריק און מען גייט אױפֿן זעלבן נישט־ברוקירטן װעג װאָס די צום טױט פֿאַרמישפּטע האָבן גענומען צו די װאַגאָנען װאָס האָבן אױף זײ געװאַרט. פֿון בײדע זײַטן האָט מען פֿאַרפֿלאַנצט בײמער מיט די נעמען פֿון די װאָס זײַנען אומגעקומען, שטעלנדיק זײערע אײגן לעבן אין געפֿאַר. עס שטײט נאָך אָט אַזאַ װאַגאָן אױף דעם זעלביקן פּלאַץ, אױף די זעלבע רעלסן. אָבער װי אַזױ אַיז דאָס אַנדערש? איך װעל ציטירן פֿון זײערע מאַטעריאַלן: „מיר װילן ניט אַז דער באַזוכער, ספּעציעל די יוגנט, זאָל פֿאַרלאָזן דעם מעמאָריאַל פֿאַרלױרן און פֿאַראומערט פֿון דער שװאַרצקײט, נאָר אַז זײ זאָלן זיך אָפּלערנען פֿון דער טראַגישער פֿאַרגאַנגענהײט; אַז יעדער אײנער קען מאָביליזירן זײַנע אײגנשאַפֿטן פֿון װאַכיקײט און װידערשטאַנד און אָננעמען פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט װי אײן מענטש, פּנים־אל־פּנים מיט אַ צװײטן, אַלס בירגער אין דער געזעלשאַפֿט“.

מיר זײַנען אַרױס דערשיטערט אָבער שטאַרק דערהױבן, זעענדיק מיט װיפֿל כּבֿוד און אַחריות מע האָט געשאַפֿן אָט דעם מעמאָריאַל, און מיט װיפֿל איבערגעגעבנקײט די אָנגעשעלטע טוען זייער אַרבעט. שעהען לאַנג האָבן מיר געשמועסט װעגן דעם באַזוך, און אַפֿילו הײַנט, טראַכטנדיק און שרײַבנדיק װעגן דעם, דערפֿיל איך די קעלט און שטילקײט פֿון דער פֿאַבריק, און איך הער די הילכיקע טריט פֿון די טױזנטער פֿאַר װעמען דאָס איז געװען זײער לעצטע הײם.

מען קען טאַקע זיך ניט לאָזן אַרױספֿאָרן אין דער װעלט און זיך ניט אָנשטױסן אין דער ייִדישער געשיכטע — אין אײראָפּע, אַװדאַי און אַװדאַי ניט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version