Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי צו רעדן וועגן זומערדיקע פֿעלדבלומען אויף ייִדישHow to speak about summer wildflowers in Yiddish

די שטעכיקע בודיק־בערעלעך האָבן קינדער אין שטעטל שטיפֿעריש געוואָרפֿן אין די בערד פֿון עלטערע ייִדן.

אַ חבֿרטע מײַנע האָט זיך שטאָלצירט, וואָס אין איר גאָרטן האָט זי אויסגערעכנט, אַז יעדע וואָך זאָל במשך פֿונעם זומער בליִען אַ נײַע בלום. האָב איך איר געענטפֿערט, אַז אין וואַלד, אין די פֿעלדער, בײַ די וואַסערן און בײַ די זײַטן פֿון די וועגן האָט די נאַטור אויך אויסגערעכנט, אַז יעדע וואָך זאָל זיך באַווײַזן נײַע בלומען. די פֿעלדבלומען וואָס מע זעט אין מײַ און יוני זענען אין יולי און אויגוסט שוין פֿאַרוויאַנעט. יעדע וואָך באַװײַזט זיך אַ נײַע בלום אין פֿעלד און יעדע בלום ברענגט מיט זיך אַ טראַדיציע, אַ גלייבעניש, אַ געשיכטע.

די בלום אַכילעע (common yarrow) הייסט אַזוי ווײַל מע דערציילט אַז דער גריכישער העלד אַכילעע האָט די בלום געניצט צו היילן די וווּנדן פֿון זײַנע סאָלדאַטן. מע ניצט זי נאָך אַלץ אין שאָטלאַנד און אַנדערע לענדער ווי אַ היילמיטל. אַמאָל האָט מען די בלום גערופֿן „בלוט פֿון דער נאָז‟, ווײַל ווען מע האָט אַרײַנגעשטופּט די בלעטער אין דער נאָז האָט גערונען בלוט. אַנדערע האָבן געניצט די בלעטער פֿאַר צאָנווייטיק. אין שוועדן הייסט זי „פֿעלדהאָפּס‟ ווײַל מע האָט די בלעטער געניצט צו מאַכן ביר. אַנדערע האַלטן אַז אויב מע מאַכט אַ טיי פֿון די בלעטער וועט עס העלפֿן מעלאַנכאָליע.

אַסטרע־בלומען Photo by Itzik Gottesman

די אַכילעע איז ניט די איינציקע בלום פֿאַרבונדן מיט גריכישער מיטאָלאָגיע. די ווײַסע אַסטרע-בלומען האָבן אויך אַ שײַכות מיט די אַלטע גריכישע און רוימישע לעגענדעס. „אַסטער‟ מיינט שטערן (דער ייִדישער נאָמען „אסתּר‟ שטאַמט אויך פֿון דעם), האָבן די בלומען שוין אין די אוראַלטע גריכישע צײַטן אויך געהאַט אַ ספּעציעלן באַטײַט. דעם „שטערנבלום‟ האָט מען פֿאַרברענט אויף די אַלטערן.

 אין איין לעגענדע האָט דער רוימישער גאָט יופּיטער געהייסן מע זאָל חרובֿ מאַכן די גאַנצע וועלט מיט אַ מבול. אַלע זענען אַנטלאָפֿן צום באַרג פּאַרנאַסוס אַחוץ דער געטין אַסטראַ. זי האָט געבעטן מע זאָל איר מאַכן פֿאַר אַ שטערן. צוויי מענטשן האָבן איבערגעלעבט דעם מבול, אָבער די וועלט איז געווען אין אַזאַ שלעכטן מצבֿ אַז אַסטראַ האָט געוויינט מיט שטערנשטויב און ווען דאָס שטויב איז געפֿאַלן צו דער ערד, איז עס פֿאַרװאַנדלט געוואָרן אין אַסטרע־בלומען.

זאַמעט־קעפּלעך Photo by Itzik Gottesman

אין די זומפּן און וואַסערן וואַקסן איבער דער וועלט זאַמעט־קעפּלעך (cattails). על־פּי דער באָטאַניק האָט יעדעס „קעפּל‟ אַן ערך צוואַנציק טויזנט בלומען! במשך יאָרהונדערטער האָט מען אַנטדעקט אַ גרויסע צאָל באַניצן פֿאַר דעם געוויקס: אין שפּעטן פֿרילינג קען מען עסן דעם שטאַם אַפֿילו רויערהײט. איידער די קעפּלעך ווערן ברוין און זענען נאָך גרין קען מען זיי קאָכן און עסן ווי פּאַפּשוי. ווינטער קען מען פֿון אַ טייל פֿון די בלעטער מאַכן מעל.

אַלע קענען דאָס ליד „מאַרגאַריטקעלעך‟. אין אַ סך קולטורן קען די בלום זאָגן נבֿיאות אויף אַ געליבטן אָדער אַ חתן. די בלום קען פֿאָרויסזען ווען מע וועט חתונה האָבן (וויפֿל יאָרן) אָדער מיט וועמען. אין אַמעריקע רײַסט מען די קרוינבלעטלעך אָבער אין ענגלאַנד מאַכט מען צו די אויגן און

מאַרגאַריטקעלעך Photo by Itzik Gottesman

מע גיט אַ ריס אַ בינטל בלומען; די צאָל מאַרגאַריטקעס װאָס איז פֿאַררבליבן אין דער האַנט שטימט מיט דער צאָל יאָרן אָדער חדשים ביז דאָס מיידל וועט האָבן אַ חתן.

דער בודיק (thistle) איז אַ בלום מיט שטעכיקע בערעלעך. אין ייִדישן פֿאָלקלאָר האָבן שטיפֿערישע קינדער אין שטעטל געוואָרפֿן די בערעלעך אין די בערד פֿון עלטערע ייִדן, זיי זאָלן לײַדן תּשעה־באבֿ. אַזוי ווי די בלום האָט שטעכלקעס האָט זי בײַ טייל קולטורן אַ שם ווי אַ קללה, אָבער בײַ אַנדערע, איז זי געוואָרן אַ סימבאָל פֿון חסד. זי קען אַוועקטרײַבן בייזע רוחות און זײַן אַ גוטער סימן פֿאַר מזל.

נאָך אַ בלום וואָס מע זעט אומעטום איז קלעווער אָדער קאַנעשינע (clover). עס איז באַקאַנט, אַז אויב מע געפֿינט קלעווער מיט פֿיר בלעטלעך אַנשטאָט דרײַ, ווי געוויינטלעך, וועט דאָס ברענגען מזל. שטעלט זיך אַרויס, אַז דער רויטער קלעווער, וואָס וואַקסט אין אַלע פֿעלדער אין אַמעריקע, שטאַמט גאָר פֿון ענגלאַנד. שוין הונדערטער יאָרן וואָס מע באַטראַכט די בלום ווי אַ היילמיטל קעגן כּלערליי קרענק: ראַק, הוסט, האַרצקרענק. מע האַלט, אַז די בלום רייניקט דאָס בלוט און אַ קלעווער־סיראָפּ קען העלפֿן קעגן היץ. בײַ די קריסטן האָט דער נומער דרײַ אַ שײַכות מיט זייערע געטער, האָט מען תּמיד געהאַלטן, אַז דער קלעווער איז אַ געטלעכע בלום. אָבער די פֿאַרבינדונג צווישן די דרײַ בלעטער פֿונעם קלעווער און די געטער גייט נאָך ווײַטער צוריק אין דער געשיכטע צו די גריכן און די קעלטן.

ווען מע האָט אַזאַ נאָמען ווי „שפּיצן־שלייערל‟ (Queen Anne’s Lace) ווייסט מען שוין, אַז ס’איז דאָ פֿאָלקלאָר וועגן דער בלום. סײַ אין דעם ענגלישן נאָמען, סײַ אין דעם ייִדישן איז געבליבן דער געדאַנק, אַז די ווײַסע בלום שטעלט מיט זיך פֿאָר עפּעס עלעגאַנטס גענייט. אַן אַנדער נאָמען פֿאַר דער בלום איז „ווילדער מייער‟. אַ סך לעגענדעס האָט מען דערציילט וועגן דעם שורש פֿונעם ענגלישן נאָמען וועגן דער מלכּה אַן. לויט איין טראַדיציע פֿלעגט די מלכּה אַרומפֿאָרן אין חודש מײַ ווען די בלומען האָבן אָנגעהויבן צו בליִען און דאָס פֿאָלק האָט געגלייבט, אַז לכּבֿוד איר זענען די בלומען געוואַקסן.

גינגאָלדעלעך Image by

אַ געלע בלום צו וועלכער מײַן שווער און טויזנטער אַנדערע זענען אַלערגיש איז דאָס גינגאָלדעלע (Golden Rod). גינגאָלד באַטײַט עכט גאָלד. ווען מע האָט אָנגעהויבן פּראָדוצירן אויטאָמאָבילן איז הענרי פֿאָרד אײַנגעפֿאַלן צו מאַכן די רעדער פֿונעם אויטאָ פֿון גינגאָלדעלעך, ווײַל צען פּראָצענט פֿון דער בלום איז נאַטירלעך געמאַכט פֿון גומע. גאָרנישט איז געוואָרן פֿונעם פּלאַן. צווישן די פֿאָלק־גלייבענישן פֿון גינגאָלדעלעך — אויב מע טראָגט די בלום אַרײַנגעשטעקט אין די קליידער, וועט מען דעם צווייטן טאָג זיך באַקענען מיטן געליבטן.

ווי איר זעט איז פֿאַר יעדער בלום פֿאַראַן פֿאָלקלאָר און טראַדיציעס. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל — בלומען וואַקסן אַרום אונדז וווּ מיר זאָלן נישט זײַן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version