Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מײַן נײַסטער קאַוואַליר יאַנקל מוז זײַן אַ פּרינץMy latest date, Yankl, must be a prince

ווי דען דערקלערט מען דאָס, וואָס ער גייט אַזוי אָפֿט וווּ דער קייסער גייט צו פֿוס?

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

איך קען יאַנקלען שוין צוויי יאָר. אַ פֿרײַנדינע האָט געזאָגט, אַז זי קען זײַן ברודער אין שיקאַגע, און ער, דער ברודער, איז אַ זײַדענער מענטש. וואָס דאָס האָט צו טאָן מיט יאַנקלען ווייס איך נישט. אָבער איך האָב סײַ־װי געדאַרפֿט זײַן אין ניו־יאָרק דעם צווייטן סוף־וואָך; האָב איך איר געזאָגט, אַז דער יאַנקל מעג מיר קלינגען.

יאַנקל און איך האָבן געשמועסט טעלעפֿאָניש אַנדערטהאַלבן שעה — וועגן פּאָליטיק און אַלטע פּאָפּולערע לידער פֿון די זעכציקער יאָרן. דאָס הייסט, וועגן פּאָליטיק האָט ער גערעדט, און די אַלטע לידער האָב איך אים געשפּילט אויף מײַן „שויסערל‟ (שויס־קאָמפּיוטער). זײַן קול איז מיר געפֿעלן, זייער מאַנצביליש. אָבער כ׳האָב געהאַט דאָס געפֿיל, אַז ער איז אַ ביסל מאָדנע. ער האָט למשל נישט געהאַט און נישט געוואָלט האָבן קיין טעלעוויזאָר: „ווער דאַרף דאָס האָבן?“ האָט ער געזאָגט.

קיין מאָבילקע אויך ניט: „פּשוט אַ נאַרישקייט זיך אַרומצוטראָגן מיט אַ טעלעפֿאָן.‟ ווער רעדט אַפֿילו פֿון אַ קאָמפּיוטער? דער אמת איז, זאָגט ער, אַז ער האָט שוין צוויי קאָמפּיוטערס וואָס זײַנע פֿרײַנד האָבן אים געגעבן, אָבער מע מוז זיי פֿאַרריכטן. דערווײַל ניצט ער זיי צו האַלטן די טיר אָפֿן זומערצײַט עס זאָל צו אים אַרײַן אַ ביסל פֿרישע לופֿט.

פֿון וואַנען ווייסט ער וואָס גייט אָן אין דער וועלט? ער הערט זיך צו צום ראַדיאָ און לייענט צוויי־דרײַ צײַטונגען יעדן טאָג. נאָכן צווייטן שמועס אונזערן האָט ער זיך געוואָלט טרעפֿן מיט מיר דאָס קומעדיקע מאָל װאָס איך וועל זײַן אין ניו־יאָרק, ווײַל איך בין „אַזאַ אינטערעסאַנטע מיטשמועסערין‟.

„ניין — האָט ער זיך אויסגעבעסערט — דו ביסט אַן אויסערגעוויינטלעכע מיטשמועסערין“. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זייער ווייניק גערעדט בעת דעם שמועס. ווען איך האָב אים נישט געשפּילט עפּעס פֿון אַ מוזיקער וואָס הייסט „קלאָפּס“ (טאַקע אַזוי הייסט ער אויף ענגליש — „מיטלאָף“) האָב איך בלויז געענטפֿערט אויף זײַנע רייד: „יאָ…טאַקע…אַזוי אינטערעסאַנט,“ און כּמעט די גאַנצע צײַט האָב איך געהעקלט אַן איבערדעק און געהערט קלאָפּסעס שרעקלעכע געשרייען, וואָס בײַ יאַנקלען הייסט דאָס מוזיק.

אַז איך בין געפֿאָרן צו גאַסט צו מײַן זון אין ניו־יאָרק האָב איך מיט יאַנקלען אָפּגערעדט אַ צײַט זיך צו טרעפֿן. בין איך געזעסן בײַ מײַן זון אין דער דירה און געװאַרט אויף יאַנקלען. געװאַרט און געװאַרט. כ׳האָב שוין אָנגעהויבן טראַכטן, אַז ער קומט נישט. אַ האַלבע שעה שפּעטער הער איך דאָס גלעקל פֿון פֿאָיע פֿונעם קאָנדאָ־בנין. איך בין גלײַך אַראָפּ מיטן ליפֿט און געטראָפֿן אַ קורצן מאַן וואָס באָדט זיך אין שווייס פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. די עטלעכע האָר וואָס ער האָט נאָך געהאַט אויפֿן קאָפּ זײַנען געווען צוגעקלעפּט צום שטערן און ער האָט אַזש געסאַפּעט. ער האָט געזאָגט אַז ער איז געלאָפֿן די גאַנצע פֿינף בלאָק פֿון דער לעצטער באַן־סטאַנציע. כ׳האָב רחמנות באַקומען אויף אים.

נאָך דעם וואָס ער איז געקומען צו זיך, זײַנען מיר געגאַנגען טרינקען אַ קאַווע אין אַ נאָענטער קאַפֿע. ווען איך בין אַרויסגעקומען פֿונעם קלאָזעט האָב איך אים נישט געזען. אַ מינוט־צוויי האָב איך זיך אַרומגעקוקט און געמיינט, אַז אפֿשר איז ער אַנטלאָפֿן און האָט נישט באַצאָלט פֿאַרן עסן, ביז כ׳האָב אים דערזען אויפֿשטיין פֿון אונטערן טיש. כ׳האָב אים אָנגעקוקט ווי אַ ווילדע באַשעפֿעניש.

ער האָט זיך אַוועקגעזעצט. זײַן פּנים איז געווען רויט ווי אַ בוראַק און ער האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ. „פֿאַרשוווּנדן!“ האָט ער שווער אַרויסגעזאָגט. „פֿאַרשוווּנדן!“

„וואָס איז פֿאַרשוווּנדן?“ פֿרעג איך אים.

„כ׳האָב געהאַט אַ שטיקל פּאַפּיר דאָ אין דער בוזעם־קעשענע, אָבער עס איז נישטאָ! פֿאַרשוווּנדן!“

„און דאָס שטיקל פּאַפּיר זוכסטו אונטערן טיש אויף די קניִעס?“

„יאָ! וווּ קען עס זײַן?“

„אפֿשר אין אַן אַנדער קעשענע?“

נישט לאַנג נאָך דעם האָט ער מיך באַגלייט צוריק צו מײַן זונס הויז, און ער איז אַהיימגעפֿאָרן קיין ברוקלין.

נאָך דעם האָב איך דעם יאַנקלען נישט געזען כּמעט צוויי יאָר. במשך פֿון דער צײַט בין איך עטלעכע מאָל געווען אין ניו־יאָרק צו זען די קינדער און אייניקלעך, און יאַנקלען דווקא נישט געזען, כאָטש ער האָט צו מיר געקלונגען. אָבער דאָס מאָל האָב איך קיין ברירה נישט געהאַט.

ווען דער זון מײַנער האָט מיך אָפּגעוואַרט אויפֿן פֿליפֿעלד, האָט ער זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן און אויסגעשאָסן דעם סורפּריז: „מאַמע, איך האָב דיר געקויפֿט צוויי בילעטן צו אַ נײַער פֿאָרשטעלונג אויף בראָדוויי, דער שלאַגער ׳די היומאַנס׳ [די בני־אָדם], וואָס האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק באַקומען אַ ׳טאָני׳־פּרעמיע.‟

„אָבער, טײַערער, איך גיי זייער אָפֿט אין טעאַטער אין דער היים. איך אַבאָניר זיך אין פֿיר טעאַטערס.“

„ס׳איז פֿאַרפֿאַלן, מאַמע. אָט זײַנען די בילעטן. מע קערט נישט אום דאָס געלט.“ און ער גיט זיי מיר אין דער האַנט. ווען איך האָב געזען וויפֿל די בילעטן קאָסטן איז מיר נישט גוט געוואָרן: $350 פֿאַר צוויי בילעטן! דאָס איז ממש אַ גנבֿה, האָב איך געטראַכט, אָבער געזאָגט האָב איך נאָר: „אַ דאַנק.“

די בילעטן זײַנען געווען אויפֿן צווייטן טאָג. נו, וועמען קען מען פֿאַרבעטן אַזוי שפּעט, ממש אין דער לעצטער מינוט? מײַן טאָכטער איז צעקריגט מיט מײַן זון, זאָגט זי זיך אָפּ: „האַ, ער מיינט, אַז מיט די בילעטן וועט ער מיך אָפּקויפֿן? נישט מיך! איך דאַרף נישט האָבן זײַנע בילעטן! בעט אַ צווייטן“. דאָס האָב איך שוין אַליין געוווּסט, אָבער וועמען? מײַן רײַכער קאַוואַליער (//yiddish.forward.com/articles/199460/can-a-suitor-be-too-perfect/) איז געווען זייער צופֿרידן פֿון מיר צו הערן אָבער ער האָט געזאָגט, אַז ער איז דעם צווייטן טאָג פֿאַרנומען מיט אַן אייניקלס בת־מיצווה. איז וואָס טוט מען? יאַנקל, ווייס איך, איז אַלע מאָל גרייט מיך צו זען. איך מיין, אַז ער איז געזעסן בײַם טעלעפֿאָן די גאַנצע צײַט וואַרטנדיק אויף מײַן קלונג, ווײַל ער האָט גלײַך אויפֿגעהויבן די טרובקע (יאָ, ער האָט נאָך אַ טרובקע!)

ער האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט און מיך עטלעכע מאָל באַדאַנקט וואָס איך האָב אים אין זינען געהאַט. דער אמת איז, אַז ער האָט אַזאַ גוטע נאַטור, אַז מע קען אים נישט באַליידיקן. „אָבער דו ביסט געווען דער דריטער וואָס איך האָב געקלונען,“ האָב איך זיך מודה געווען. האָט ער געענטפֿערט: „אָבער איך האָב פֿאָרט די זכיה דיך צו באַגלייטן.‟

 „וועסט אויך האָבן די זכיה מיך צו נעמען אין דעם פֿײַנעם פֿראַנצייזישן רעסטאָראַן ניט ווײַט פֿונעם טעאַטער.“

 „מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן.“

 „גוט, יאַנקל, וועלן מיר זיך טרעפֿן מאָרגן אין רעסטאָראַן פֿינף אַ זייגער! די פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן זיבן אַ זייגער, וועלן מיר האָבן גענוג צײַט צו עסן און רעדן פּאָליטיק.‟

פּונקט פֿינף אַ זייגער בין איך געזעסן בײַ אַ טיש אין רעסטאָראַן, און נישקשה, יאַנקל איז אַנגעקומען מיט פֿופֿצן מינוט שפּעטער. איידער ער זעצט זיך אַוועק גיט ער מיר אַ פּלאַסטישע טאָרבע און זאָגט, „אַ קליינע מתּנה. באַשטעל וואָס דו ווילסט, איך מוז זיך אַנטשולדיקן“. און ער כאַפּט זיך אָן בײַם בויך און הינקעט אַוועק, מסתּמא אין קלאָזעט.

די קעלנערין ברענגט צוויי מעניוס און זעענדיק, אַז קיינער זיצט נישט אינעם צווייטן בענקל זאָגט זי, אַז זי קומט באַלד צוריק. איך ווייס גלײַך וואָס איך וויל — אַ סטייק; ווײַל זייער זעלטן עס איך רינדערן פֿלייש. פֿופֿצן מינוט שפּעטער קומט זי צוריק און יאַנקל איז נאַך אַלץ נישטאָ. פֿרעגט זי צי זי זאָל נאָך וואַרטן, און איך ווייס איר נישט וואָס צו ענטפֿערן. איך זיץ און וואַרט און קוק זיך אַרום ביז דאָס וואַרטן טראָגט מיך אונטער. ס’איז שוין פֿינף און צוואַנציק מינוט וואָס ער איז דאָרטן וווּ דער קייסער גייט צו פֿוס און איך בין שוין גוט הונגעריק. ווען די קעלנערין קומט צוריק צום דריטן מאָל, זאָג איך איר שוין וואָס איך וויל, און פֿאַר יאַנקלען באַשטעל איך די איינציקע זאַך וואָס איך ווייס אַז ער וועט עסן. „פּאַסטאַ‟ הייסט עס; מע רעכנט פֿאַר דעם דרײַסיק דאַלאַר, אָבער איך ווייס און איר ווייסט אויך, אַז דאָס מיינט פּראָסט־און־פּשוט — לאָקשן.

איך בעט מע זאָל אים ברענגען לאָקשן מיט אַ קליין שיסל פּאָמידאָרן־סאָס אויף דער זײַט. ווען יאַנקל קומט צוריק צום טיש איז עס שוין כּמעט זעקס אַזייגער און איך האָב שוין כּמעט אויפֿגעגעסן מײַן סטייק. יאַנקלס לאָקשן זײַנען פֿאַרגליווערט געוואָרן און ס׳איז שוין דאָ אַ פּלעווקע אויפֿן סאָס. איך קוק אים אָן מיט אויסגעגלאָצטע אויגן און ער פֿרייט זיך. „זייער גוט וואָס דו האָסט מיר באַשטעלט לאָקשן. כ׳האָב ליב לאָקשן.‟ מיט אַ ברייטן שמייכל האַלט ער אויס צו מיר אַ גאָפּל מיט קאַלטע פֿאַרגליווערטע לאָקשן און בעט איך זאָל פֿאַרזוכן ווי גוט זיי זײַנען. איך זאָג זיך אָפּ פֿון דעם מאכל און זאָג אים, אַז ער זאָל גיך אָפּעסן ווײַל איך וויל נישט אַז מיר זאָלן פֿאַרשפּעטיקן די פֿאָרשטעלונג. דער בויך מײַנער הייבט מיר אָן צו דרייען ווען נאָך פֿינף מינוט גיט ער מיר זײַן קרעדיט־קאַרטל, הייסט מיר באַצאָלן און אַנטשולדיקט זיך ווידער. איך טרינק אַ קאַווע און הייס די קעלנערין אײַנפּאַקן דאָס רעשטע פֿון מײַן סטייק. איך באַצאָל און וואַרט אויף יאַנקלען בײַ דער קאַסע. און איך וואַרט.

איך זע די טיר פֿונעם קלאָזעט פֿאַר מענער. איך זע ווער ס׳גייט אַרײַן און ווער ס׳גייט אַרויס. דרײַ מענטשן זײַנען שוין אַרויס און יאַנקל איז צווישן זיי נישטאָ. כ׳האָב זיך גוט געשעמט ווען איך האָב געפֿרעגט אַ קעלנער וויפֿל זיצערטער זײַנען פֿאַראַן אינעם מענער־צימער, אָבער כ׳האָב געוואָלט דערגיין דעם סוד, וווּ איז יאַנקל אַהינגעקומען? דערנאָך איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז איך זאָל מאַכן הקפֿות איבערן רעסטאָראַן און קוקן אונטער די טישן. אפֿשר האָט ער ווידער עפּעס פֿאַרלוירן און ער זוכט עס אויף דער פּאָדלאָגע. און אפֿשר האָט ער גאָר געטראָפֿן אַ באַקאַנטן און זיצט מיט אים אין אַ ווינקל און רעדט?

אַ נעכטיקער טאָג! ער זיצט נישט און ער זוכט נישט אויף דער פּאָדלאָגע. אַלע קעלנערס האָבן געזען ווי נערוועז איך בין, זײַנען זיי אויך געוואָרן נערוועז. איינער האָט געשעפּטשעט צום צווייטן: „וווּ קען דער מאַן זײַן?“ זיי האָבן דאָס אָנגענומען ווי זייערס אַ זאָרג. איינעם איז אײַנגעפֿאַלן צו זוכן אויפֿן צווייטן שטאָק, ווײַל דאָרטן איז אויך דאָ אָ קלאָזעט. אַ צווייטער האָט געזוכט אויף דער גאַס. אַכט מינוט פֿאַר זיבן אַ זייגער קומט אַ שמייכלענדיקער יאַנקל אַרויס פֿון אַ קליין טירל אונטער אַ גאַנג טרעפּ — ווײַזט אויס, אַ קלאָזעט פֿאַר די מענטשן וואָס אַרבעטן אין רעסטאָראַן. איך קוק אים אָן און ווען איך זאָג „יאַנקל!“ הייבן אַלע אָנגעשטעלטע אָן צו פּאַטשן בראַוואָ. יאַנקלען האָט מסתּמא זיך אויסגעדאַכט, אַז ער האָט געטאָן עפּעס אַ גוטע זאַך, האָט ער זיך נאָך מער צעשמייכלט און גענייגט צו זיי דעם קאָפּ. איך האָב אים געשטופּט בײַ דער פּלייצע און געזאָגט, „גיי, יאַנקל, גיי!“ די אָנגעשטעלטע האָבן מיר נאָכגעמאַכט און אויך געזאָגט אין איינעם: „גיי, יאַנקל, גיי!“

אויף דער גאַס האָב איך אים געשלעפּט פֿאַר אַ האַנט צוויי בלאָק און אים געגעבן מוסר. „דו האָסט מיך איבערגעלאָזט אַליין די גאַנצע צײַט. ביסט קראַנק? וואָס איז מיט דיר?“ ער איז געווען שאָקירט. „איך בין נאָר געווען אין קלאָזעט צען מינוט.‟

גוט וואָס דער טעאַטער איז נאָר געווען צוויי בלאָק פֿונעם רעסטאָראַן ווײַל מיר זײַנען אָנגעקומען צוויי מינוט פֿאַר זיבן. מײַן האַרץ האָט געקלאַפּט ווי אַ האַמער. איך האָב דעם אָרדענער געוויזן די בילעטן, און ער האָט אונדז צוגעבראַכט צו אונדזערע ערטער. איך בין אַרײַן אין דער ריי, און יאַנקל שטייט שוין אינעם דורכגאַנג און זאָגט מיר, „איך קום באַלד צוריק.‟ כ׳האָב זיך געוואָלט אַרויסרײַסן די האָר פֿון קאָפּ. דעם גאַנצן אָוונט האָב איך אים שוין מער נישט געזען.

נײַן אַ זייגער, ווען די פֿאָרשטעלונג האָט זיך געענדיקט, האָב איך דערזען אַן אָנזאָג אויף דער מאָבילקע, אַז מײַן זון וואַרט אויף מיר אין אַ טאַקסי פֿאַרן טעאַטער. כ׳האָב יאַנקלען אין ערגעץ נישט געזען, אַפֿילו זיך צו געזעגענען. כ׳האָב מײַן זון געגעבן דאָס רעשטע פֿון מײַן סטייק. ער האָט זיך געלעקט די פֿינגער אין טאַקסי, און איך האָב אים דערציילט די גאַנצע מעשׁה. ער האָט זיך גוט אָנגעלאַכט און געזאָגט אַז יאַנקל מוז זײַן אַ פּרינץ ווײַל ער זיצט כּסדר אויפֿן טראָן. איך האָב נישט מיטגעלאַכט.

אין דער פֿרי האָט יאַנקל מיר געקלונגען און געזאָגט, אַז דאָס ביסל וואָס ער האָט יאָ געזען פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז אים נישט געפֿעלן, און זי איז זיכער נישט ווערט געווען דאָס געלט וואָס דער זון האָט אויף די בילעטן אויסגעגעבן.

יענער פּרינץ…

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version