Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ מעגלעכער קאַוואַליר וואָס ווייסט אַלץ אין דער וועלט וועגן לאַקסA potential date that knows everything about the life of a salmon

הערנדיק זײַנע רייד האָב איך זיך געכאַפּט אַז, ווי אַ לאַקס, שווים איך אויך קעגן דעם שטראָם

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

מײַנע פֿרײַנד לאַכן פֿון מיר פֿאַר וואָס איך וויל חתונה האָבן. „וואָס דאַרפֿסטו עס האָבן?“ פֿרעגן זיי. „אַזוי איינע אַליין קענסטו עסן וואָס דו ווילסט און ווען דו ווילסט, קענסט גיין וווּהין דו ווילסט, און זיך לייגן שלאָפֿן ווען דו ווילסט און נישט מוזן הערן די סימפֿאָניע פֿונעם מאַנס שנאָרכן דיר גלײַך אין אויער אַרײַן.“

יאָ, אַוודאי זײַנען זיי אַלע גערעכט, אָבער זיי דערמאָנען נישט די גוטע זאַכן, און די זײַנען די זאַכן נאָך וועלכע איך בענק. צום מערסטן בענק איך נאָך אַ פֿרײַנד וואָס איז אַלע מאָל דאָ מיך צו זאָגן אַ גוט וואָרט, מיך צו דערמוטיקן אויף אַ ליבלעכן אופֿן ווען איך פֿיל זיך אַ ביסל דערשלאָגן. יאָ, איך בין אַ ראָמאַנטיקער. אָבער לעצטנס איז די גאַנצע ראָמאַנס נאָר בײַ מיר אין קאָפּ. דאָס ממשות איז גאַנץ אַנדערש. די ריי טשודאַקן האָט נישט קיין סוף.

איך האָב געענטפֿערט אַ בליצבריוו פֿון אַ מאַן פֿון שטאַט וואַשינגטאָן. ער האָט צוגעטשעפּעט אַ בילד פֿון נישקשהדיקער שיינקייט. אויסגעזען האָט ער ווי אַ בערעלע, אָבער דאָס וואָס האָט מיך צוגעצויגן איז וואָס ער האָט דווקא געשריבן די ווערטער, פֿאַרשטייט זיך אויף ענגליש: „איך בין אַ ראָמאַנטיקער.“

אונדזער שמועס האָט זיך אָנגעהויבן, ווי געוויינטלעך, מיט מײַן פֿרעגן: „דערצייל מיר אַ ביסל וועגן זיך,“ און געענטפֿערט האָט ער, אַז ער איז אַ געגטער מיט דרײַ שוין דערוואַקסענע קינדער און, אַז ער שטאַמט פֿון אַ משפּחה וואָס דורות לאַנג זײַנען זיי געווען הורטהענדלערס פֿון פֿיש.

„טאַקע — האָב איך געענטפֿערט — פֿיש? ווי אינטערעסאַנט.“ אָבער געטראַכט האָב איך: פֿיש? אוי אַ בראָך! כ׳בין שוין ווידער אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ זומפּ. דאָס מאָל פֿון פֿיש.“ און געוואַרט האָב איך צו זען וואָס וועט פֿון דעם זומפּ אַרויסקריכן. נאָך צען מינוט הערנדיק פֿון זײַן „ספּעציאַליטעט‟ — לאַקס, האָט זיך מיר געדאַכט אַז איך קען אַזש שמעקן פֿיש אויף די הענט און כ׳האָב מורא געהאַט צו נעמען מײַן נײַעם האַנטאַרבעט־פּראָיעקט אין די הענט.

„עס זײַנען דאָ אפֿשר הונדערטערלײ לאַקס,‟ האָט ער ווײַטער גערעדט. „מערערלײ אינעם פּאַציפֿישן אָקעאַן ווי אינעם אַטלאַנטישן. און מענטשן ווייסן גאָר ניט, אַז עס זײַנען דאָ ווײַסע און אַפֿילו בלויע לאַקס.“ און נאָך: זיי שווימען צוריק צו זייער געבוירן־אָרט כּדי צו לייגן זייערע טויזנטער אייער, און זיי מוזן מײַלן און מײַלן שווימען קעגנשטראָם. אַ מאָל אַפֿילו אַרויף אַ וואַסערפֿאַל. זיי ווערן צעקלאַפּט פֿון שטיינער און פֿון אַנדערע פֿיש. און זיי עסן גאָרניט ביז זיי לייגן די אייער. צום מערסטן שטאַרבן זיי גלײַך דערנאָך דעם.“

איך האָב דערזען, אַז מײַנע הענט העפֿטן נישט. זיי ליגן שטיל אויף דער שויס, ווײַל איך הער זיך גראַדע צו צו זײַנע רייד. פֿון אָנהייב האָב איך זיך צוגעהערט צו וואָס ער זאָגט ווײַל כ׳האָב געהאָפֿט פֿאַר אַ געלעגענהייט זיך אַרויסצודרייען פֿון דער פֿישנעץ, און צום סוף האָט די פֿישנעץ מיך פֿאַרכאַפּט. און איך האָב געטראַכט, אַז איך בין אַליין אַזוי ווי אַ לאַקס: איך שווים אויך קעגן שטראָם אין מײַן לעבן. אַנדערע אין מײַן עלטער, אין מײַן לאַגע ווילן זיצן קוקן טעלעוויזיע אָדער גיין טרינקען אַ קאַווע מיט פֿרײַנד. און איך רו נישט קיין מינוט, נאָר עקשנותדיק גיי קעגן שטראָם פֿון דער נאַטור.

איך טראַכט פֿיליסאָפֿישע געדאַנקען און דער וויקטאָר — אַזוי האָט ער געהייסן, דער פֿישהענדלער — רעדט ווײַטער. כ׳האָב געגעבן אַ שאָקל מיטן קאָפּ ווי אַרויסצושאָקלען זיך די נאַרישע געדאַנקען. איך בין אַ לאַקס, איך שווים קעגן שטראָם, די נשמה ווערט מיר צעשמעטערט. נאַרישקייטן. כ׳האָב שוין געהערט גענוג, און האָב מער נישט געוואַרט אַז וויקטאָר זאָל דעם אָטעם כאַפּן. איך האָב געפּרוּווט אים איבערהאַקן די רייד. „וויקטאָר, וויקטאָר,“ האָב איך געזאָגט אין אַ נאָרמאַלן טאָן, אָבער ס׳האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. דער וואַסערפֿאַל פֿון רייד שטראָמט מיטן זעלבן אימפּעט ווי פֿריִער. האָב איך דאָס מאָל אויסגעשריגן זײַן נאָמען: „וויקטאָר! וויקטאָר!“ און דאָס מאָל האָט ג־ט געהאָלפֿן און ער האָט געזאָגט, „יאָ, יאָ, וואָס איז? האָסט אַ פֿראַגע?“

„קענסט נישט גוט הערן?“

„ווערן? פֿון די אייערלעך וועלן ווערן אַנדערע פֿיש!“

„אויערן, דײַנע אויערן …“

„געבוירן? נישט אַלע ווערן געבוירן. רויבפֿיש עסן אַ מאָל די אייערלעך.“

פֿון זײַן ענטפֿערן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז טויב, האָב איך געשריגן הויך: „ס’איז שוין שפּעט. איך מוז עפּעס עסן.“

האָט ער מיר געענטפֿערט: „ניין! איך עס נישט קיין פֿיש. איך האָב אויף זיי רחמנות. אַזאַ שווער לעבן האָבן זיי, דאַרף איך זיי נאָך עסן? גיב מיר בעסער אַ שטיק פֿלייש! אַ סטייק!“

וואָס האָב איך דאָ געקענט טאָן? איך רעד כּמעט צו דער וואַנט, האָב איך אים אויפֿן קול געזאָגט „זײַ געזונט, וויקטאָר.“ און ער האָט געענטפֿערט, ”יאָ, איך ווייס, אַז ס׳איז נישט געזונט, נאָר … “ און שטילערהייט האָב איך געגעבן אַ קוועטש דאָס אָפּבינד־קנעפּל אויף דער מאָבילקע. דער וויקטאָר האָט גערעדט אַ גאַנצע שעה, און איך האָב זיך טאַקע געפֿילט ווי אַן אויסגעמאַטערטער לאַקס.

* * *

מיט צוויי טעג שפּעטער קלינגט מיר אַ מאַן פֿון ניו־לאָנדאָן, קאָנעטיקאָט. אַ פֿרײַנדס חבֿרס קוזין, צי עמעצער אַזוי, האָט אים געזאָגט, אַז אין שיקאַגע איז דאָ אַ קלוגע פֿרוי וואָס לערנט ייִדיש, האָט ער געוואָלט וויסן צי איך קען אים לערנען ייִדיש טעלעפֿאָניש. גלײַך האָב איך זיך נישט אָפּגעזאָגט. כ׳האָב אים געפֿרעגט די געוויינטלעכע פֿאָרויסיקע פֿראַגעס: פֿאַר וואָס ער וויל זיך לערנען ייִדיש, פֿון וואַנעט קומען די עלטערן, צי ווייסט ער אַז מע מוז זײַן זייער איבערגעגעבן זיך צו לערנען אַ שפּראַך, און אַזוי ווײַטער. אַלץ איז געגאַנגען נישקשהדיק ביז ער האָט געזאָגט, אַז ער וויל זיך נישט אויסלערנען דעם ייִדישן אלף־בית. לייענען ייִדיש פֿאַראינטערעסירט אים נישט. ער וויל זיך נאָר אויסלערנען רעדן. דעמאָלט האָב איך זיך פֿון דעם פּראָיעקט אָפּגעזאָגט. אפֿשר וואָלט אַן אַנדער לערער דאָס זיך אונטערגענומען, אָבער נישט איך.

די אינטערעסאַנטע זאַך איז, אַז ער האָט נאָך געוואָלט רעדן. ער האָט גאַנץ פּשוט געזאָגט, „דו האָסט אַזאַ יונגן קול, קענען מיר נאָך אַ ביסל רעדן?‟ האָב איך געמיינט, אַז ער איז אַן עלנטער מענטש וואָס וויל נישט זײַן אַליין, וואָס וויל כאָטש אַ ווײַלע האָבן דעם טרייסט פֿון אַ מענטשלעכן קול. כ׳האָב מסכּים געווען, און אים געפֿרעגט וועגן וואָס ער וויל רעדן: פּאָליטיק, וויסנשאַפֿט…  ווען ער האָט מיך געבעטן איך זאָל אים דערציילן אַ ביסל וועגן זיך, האָב איך גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז די גאַנצע מעשׂה מיט וועלן זיך לערנען ייִדיש איז געווען אַן אָנשטעל, און איך האָב אים גלײַך געפֿרעגט, מיט אַ שטרענגן קול, ווער ער איז און פֿאַר וואָס ער פּטרט מיר די צײַט. האָט ער מיר דערציילט דעם אמת, אַז עמעצער האָט אים דערציילט וועגן מיר, אַז איך בין אַ שיינע, אַ קלוגע, און וואָס נישט? און אַזוי ווי ער איז אַן אַלמן האָט ער זיך געוואָלט באַקענען מיט מיר. דעם פֿרײַנדס חבֿרס קוזין, צי ווער, האָט זיך נישט געפֿילט נאָענט גענוג צו מיר צו זײַן דער שדכן, און זינט ער איז אין די ייִנגערע יאָרן געווען אַן אַקטיאָר, האָט ער עס גענומען אויף זיך אויסצוטראַכטן די גאַנצע פּלאָטקע.

איך קען אײַך זאָגן, אַז כ׳האָב געוואָלט זײַן אין כּעס, אָבער כ׳האָב צו זיך געשמייכלט און עס גענומען ווי אַ קאָמפּלימענט, אַז עמעצער זאָל אויף אַזוי ווײַט גיין זיך צו באַקענען מיט מיר.

„איז וואָס ווייסטו וועגן מיר און וואָס ווילסט וויסן?“

„ווי געזאָגט, ווייס איך כּמעט גאָרנישט און וועלן וויל איך וויסן דאָס וואָס דו ווילסט מיר דערציילן.“

„קיין סך צײַט האָב איך נישט ווײַל איך בין אַן איבערזעצערקע און ווען איך אַרבעט נישט, באַצאָלט מען מיר נישט, און פּרנסה איז מיר לעצטנס אַ סך אין געדאַנק.“

„פֿאַר וואָס לעצטנס מער ווי אַלע מאָל?“

„ווײַל מיט אַ חודש צוריק האָב איך געביטן מײַן אינטערנעץ־צושטעלער, און איך זע, אַז איך באַקום נישט קיין סך אַרבעט איבערצוזעצן, און די קינדער ווילן געלט און די חשבונות דאַרף מען באַצאָלן.“ רבונו־של־עולם! וואָס איז מיט מיר? דאָס איז נישט זײַן עסק, האָב איך געטראַכט. כּדי אים צו ווײַזן, אַז איך בין נישט קיין נעבעכל וואָס וויל זיך נאָר באַקלאָגן וועגן זיך, האָב איך געזאָגט „השם פֿירט די וועלט, און איידער ער שיקט אַ צרה האָט ער שוין די רפֿואה צוגעגרייט. איך זאָרג זיך נישט.“ און אים צו ווײַזן אַז איך וויל מער וועגן דעם נישט רעדן, האָב איך אים געפֿרעגט די אָנגענומענע ערשטע פֿראַגע: „דערצייל מיר אַ ביסל וועגן זיך!“

אינטערעסאַנט איז, אַז ער האָט נישט גערעדט וועגן זײַן פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי אָדער זײַנע קינדער, און ביזן הײַנטיקן טאָג ווייס איך גאָר נישט וועגן זיי, און עס גייט מיר אָן ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. וועגן וואָס האָט ער יאָ גערעדט? זײַן איצטיקן פּראָיעקט. ער האָט מיר דערציילט, אַז מ׳האָט אים לעצטנס אָנגענומען אין מײַקלס קאָלעדזש אין ניו־לאָנדאָן ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ מלוכה־סובווענץ וואָס האָט צו טאָן מיט מאַרקפֿאָרשונג, ספּעציעל דעם שוואַרצן מאַרק אין אינדיע. „ווייסט שוין מסתּמא וועגן וואָס איך רעד, אַיאָ? האָסטו שוין פֿון דעם געהערט?

„ניין. שוואַרץ־מאַרקפֿאָרשונג אין אינדיע? דעם אמת געזאָגט האָב איך אין מײַן גאַנץ לעבן דעם ענין ניט קיין איין סעקונדע געהאַלטן אין באַטראַכט.“

„אויב אַזוי וועל איך דיר בקיצור דערציילן וואָס גייט אָן דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן: ס’איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד! אַלע ווייסן, אַז ווען מ׳ווערט דאָ, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט, מסוכּן קראַנק און מע מוז, זיך צו דערהאַלט דאָס לעבן, האָבן אַן אַנדער אָרגאַן, קען מען זיך פֿאַרשרײַבן, רעגיסטרירן, מיט אַן אָרגאַן־באַנק און וואַרטן ביז עמעצער שטאַרבט, דאָס הייסט עמעצער וואָס האָט געוואָלט טאָן גוטס אין דער וועלט נאָך זײַן טויט און האָט זיך אויך רעגיסטרירט, אַז מע מעג זײַנע אָרגאַנען ניצן צו העלפֿן אַ צווייטן. איז גוט, ניין? אַ מאָל יאָ און זייער אָפֿט ניין, ווײַל עס זײַנען דאָ אַ סך מער מענטשן וואָס דאַרפֿן, לאָמיר זאָגן נירן, ווי עס זײַנען דאָ נירן ׳צום האַבן.׳ און אַ סך, אַ סך מענטשן שטאַרבן וואַרטנדיק. איז וואָס טוען זיי? אויב ס׳איז פֿאַר זיי לעבנסוויכטיק צו קריגן דעם אָרגאַן, און אויב זיי האָבן נאָך געלט, פּרוּוון זיי קויפֿן דעם ניר אויפֿן שוואַרצן מאַרק. נירן זײַנען, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אָרגאַנען, גרינג צו באַקומען ווײַל יעדער איינער האָט צוויי און מע קען זייער גוט לעבן נאָר מיט איינעם.

„הייסט עס, אַז אַ קראַנקער, פֿאַרמעגלעכער מענטש גיט $250,000 צו אַ מעקלער… ס׳רובֿ רבנים און ישׂראלים פֿאַרנעמען זיך מיט דער פֿאַרמיטלונגס אַרבעט… זיי נעמען אַ העלפֿט, אָדער מער פֿונעם געלט און שטעלן אַרײַן אַנאָנסן אין צײַטונגען אין אינדיע, אַז ווער עס וויל קען זייער גרינג פֿאַרדינען טויזנטער, טויזנטער דאָלער.“

„דאָס הייסט, זיי קויפֿן און פֿאַרקויפֿן אָרגאַנען אונטערן טיש, אַזוי צו זאָגן. אויפֿן שוואַרצן מאַרק.“

„פּונקט אַזוי! מ׳האָט מיר דאָך געזאָגט אַז דו ביסט אַ קלוגע.“

„די גאַנצע מעשׂה איז זייער אינטערעסאַנט, אָבער פֿאַר וואָס האָסטו מיר דערציילט די גאַנצע, שרעקלעכע מגילה?“

אַ סעקונדע האָט ער געשוויגן און דערנאָך געזאָגט: „האָסטו מיר נישט דערציילט, אַז דו האָסט נישט גענוג געלט? אָבער צוויי געזונטע נירן האָסטו יאָ.“

„וואָס ביסטו, אַ משוגענער?“ האָב איך קוים געקענט אַרויסזאָגן איידער כ׳האָב געענדיקט דעם קאָנטאַקט. ער האָט מיך אַזוי דערשראָקן, אַז צוויי נעכט האָב איך נישט געקענט פֿאַרמאַכן קיין אויג, און צוויי טעג האָב איך מורא געהאַט אַרויסצוגיין פֿון הויז. כ׳האָב מורא געהאַט פֿאַר כאַפּערס. ווער ווייסט וואָס אַזאַ מענטש קען טאָן?

* * *

איין שבת האָב איך געגעסן מיטאָג בײַ אַ פֿרײַנדינע. אין משך פֿון דער וואָך האָב איך זי געזען צוויי מאָל, און יעדעס מאָל האָט זי מיך אָנגעקוקט אַזוי ווי זי האָט געהאַט אַ סוד.

„מאַשע, וואָס איז מיט דיר?“ האָב איך זי געפֿרעגט. „דו קוקסט מיר אָן עפּעס מאָדנע.“

„ניין, ניין, ס׳איז גאָרנישט. וועסט אַליין זען.“

„ווען וועל איך זען? וואָס וועל איך זען?“

„שבת נאָכן דאַווענען, בײַ מיר.“

איך קען שוין מאַשען אַ לאַנגע צײַט, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען, אַז זי האָט פֿאַרבעטן אַ מאַן וואָס זי וויל איך זאָל זיך מיט אים באַקענען. זי ווייס אַז איך וויל ווידער חתונה האָבן און זי באַדויערט כּסדר וואָס זי קען נישט קיין פּאַסיקע מענער. הממם…

אין שיל שבת האָב איך טאַקע געזען אַן אומבאַקאַנט פּנים. געווען איז ער אַ לאַנגער לאָקש, דאָס הייסט אַ הויכער דאַרער מאַנצביל וואָס טראָגט איינע פֿון יענע זײַדענע יאַרמלקעס וואָס ליגן אין אַ קוישל בײַ דער טיר פֿאַר געסט וואָס האָבן ניט מיט זיך געברענגט קיין אייגענע. ער מוז זײַן מאַשעס גאַסט. כ׳האָב געטראָפֿן אין פּינטל. בײַם קידוש האָט מאַשע אונדז פֿאָרגעשטעלט. ער איז פֿון אַלבעקערקי, ניו־מעקסיקע און איז געקומען אַהער צוליב געשעפֿטן. ער און איר מאַן, יוסף, אַרבעטן שוין יאָרן צוזאַמען טעלעפֿאָניש, און דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס זיי זעען זיך פּערזענלעך. ער שטייט אײַן אין אַ האָטעל אין שטאָט, אָבער ווען יוסף האָט געזאָגט, אַז ער אַרבעט נישט שבת און קען זיך מיט אים, דזשערין, נישט טרעפֿן, האָט דער דזשערי אים אָנגעהויבן פֿרעגן אַלערעליי פֿראַגעס וועגן שבת. האָט יוסף, אַוודאי, אים פֿאַרבעטן צו זײַן מיט זיי דעם שבת. און דזשערי, ווײַזט אויס, האָט זיך אויך געפֿרייט, ווײַל זײַן זײדע־באָבע זײַנען געווען פֿרומע און האָבן אַפֿילו צו אים גערעדט אַ ביסל ייִדיש.

דזשערי האָט זייער הנאה געהאַט פֿונעם שבת: דאָס עסן איז אים זייער געפֿעלן, די דבֿרי־תּורה וואָס יוסף האָט געגעבן צו ענטפֿערן דזשעריס פֿראַגעס זײַנען אים געפֿעלן, און ס׳האָט אויסגעזען, אַז איך בין אים אויך געפֿעלן, ווײַל נאָכן בענטשן האָט ער מיט מיר געוואָלט גיין שפּאַצירן. כ׳האָב אים נישט אָפּגעזאָגט ווײַל ס׳וואָלט נישט העפֿלעך געווען, האָב איך געזאָגט, אַז איך וווין נישט ווײַט, קען ער מיך באַגלייטן אַהיים.

מיר איז ער נישט געפֿעלן. ער איז אין גאַנצן נישט געווען מײַן זגאַל. און נאָך ווייניקער ווען ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט זיך שוין געגט פֿון צוויי ווײַבער, ביידע שיקסעס, אַז ער האָט פֿיר קינדער, אַלע גוייִם, אַז ער פֿײַערט מיט זיי אַלע גוייִשע חגאות, ווײַל זיי זײַנען פֿאָרט זײַנע קינדער און ער האָט זיי ליב. אָבער, זאָגט ער מיר, ער שיקט געלט קיין ישׂראל ווײַל ער האָט אַ ייִדיש האַרץ.

„דזשערי,“ האָב איך אים געפֿרעגט, „אויב דו האָסט אַ ייִדיש האַרץ, פֿאַר וואָס האָסטו נישט נאָר איין מאָל, נאָר צוויי מאָל חתונה געהאַט מיט שיקסעס?“

האָט ער מיר געענטפֿערט אויפֿן ביסל ייִדיש וואָס ער געדענקט פֿונעם זיידן: „איך האָב אַ ייִדיש האַרץ אָבער אַ גוייִשן קאָפּ!“


A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version