Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי האָבן ייִדן געהיט די ייִדיש־קולטור אױף יענער זײַט „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג“?How did Jews maintain their Yiddish culture behind the Iron Curtain?

ייִדישע ליטעראַטן, װאָס האָבן געטרײַ געדינט די קאָמוניסטישע רעזשימען, האָבן גענוצט זײערע פּריװילעגיעס כּדי אָפּצוהיטן ייִדיש.

בײַ די פֿאָרשער און קריטיקער פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור האָט ביז לעצטנס געהערשט די מײנונג, אַז ייִדישקײט און סאָװעטישקײט קענען זיך ניט אײַנלעבן אײנער מיט דער צװײטער. װאָס מער ייִדיש איז אַ װערק פֿון קונסט אָדער ליטעראַטור אַלץ װײניקער סאָװעטיש איז עס, און פֿאַרקערט.

די מחברים פֿונעם נײַעם זאַמלבוך „סאָציאַליסטישע ייִדישלענדער: שפּראַך־פּאָליטיק און טראַנס־נאַציאָנאַלע פֿאַרװיקלענישן צװישן די יאָרן 1941 און 1991“ שטעלן די דאָזיקע דעה אונטער אַ פֿרעגצײכן. די רעדאַקטאָרין, מרים שולץ (אוניװערסיטעט פֿון אָרעגאָן), באַטאָנט, אַז די ייִדישע קולטור שפּרײַזט איבער נאַציאָנאַלע, פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע גרענעצן. מען נוצט דעם באַגריף „ייִדישלאַנד“, װאָס איז לעצטנס געװאָרן פּאָפּולער בײַ ייִדיש־פֿאָרשער, כּדי צו שאַפֿן אַ נײַע קולטור־געשיכטע פֿון ייִדיש בעת דער קאַלטער מלחמה.

דאָס דאָזיקע ייִדישלאַנד האָט אַרײַנגענומען אַלע ייִדישע תּפֿוצות אױף בײדע זײַטן פֿונעם „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג“. די קאַפּיטלען אינעם באַנד באַטראַכטן ניט נאָר דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אױך אַנדערע קאָמוניסטישע לענדער, װוּ ייִדיש האָט נאָך געשפּילט אַ שטיקל ראָלע אין דער אָפֿיציעל דערלױבטער קולטור.

„ביסטו אַ ייִד?“ איז געװען אַ פֿראַגע, מיט װעלכער פּױליש־ייִדישע פּליטים אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָבן באַגריסט אײנער דעם צװײטן בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, שרײַבט קאַטאַרינאַ פֿרידלאַ (סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט). דער מקור פֿאַר איר פֿאָרשונג זײַנען די װידעאָ־אינטערװיוען אינעם שואה־אַרכיװ אין לאָס־אַנדזשעלעס. בײַ די פּליטים איז געװען אַ חידוש, װאָס אײניקע סאָװעטישע אָפֿיצירן האָבן זײ באַגריסט אױף ייִדיש, װײַל אין דער פּױלישער אַרמײ איז אַ ייִדישער אָפֿיציר געװען אַ זעלטנקײט. ייִדיש האָט געהאָלפֿן פּױלישע פּליטים זיך געבן אַן עצה אינעם פֿרעמדן סאָװעטישן לעבן, װײַל דאָס איז געװען אַ פֿאַרבינדונג סײַ מיט די אײגענע און סײַ מיט די סאָװעטישע ייִדן. אַזױ אַרום האָבן זיך אױף די װײַטע און פֿרעמדע שטחים פֿון סיביר און צענטראַל־אַזיע געשאַפֿן אינדזלען פֿונעם ייִדישלאַנד.

נאָך דער מלחמה האָבן זיך דאָס רובֿ פּליטים אומגעקערט צוריק קײן פּױלן (הגם אַ היפּשע צאָל פֿון זײ זײַנען דאָרט ניט פֿאַרבליבן לאַנג). אונטער דער קאָמוניסטישער השגחה און מיט דער שטיצע פֿונעם אַמעריקאַנער „דזשױנט“־קאָמיטעט האָבן די פּױלישע שארית־הפּליטה געשאַפֿן אַ נעץ פֿון קולטורעלע אינסטיטוציעס, שרײַבט קאַמיל קיִיעק פֿונעם װראָצלאַװער אוניװערסיטעט. די װיכטיקסטע פֿון זײ זײַנען געװען ייִדיש־שפּראַכיקע שולן. ניט געקוקט אױפֿן דוחק פֿון לערער און לערנביכער זײַנען אין 1948 אין פּױלן שױן געװען 35 ייִדישע שולן מיט בערך דרײַ טױזנט תּלמידים. אָבער די פּראָבלעם איז געװען אין דעם, װאָס אַ סך קינדער האָבן ניט געקענט קײן ייִדיש װײַל זײ זײַנען אױפֿגעװאַקסן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אָדער אין באַהעלטענישן בײַ פּאָליאַקן.

די קולטורעלע מאַפּע פֿונעם פּױלישן „ייִדישלאַנד“ נאָכן חורבן איז געװען אַנדערש פֿון דער תּקופֿה פֿאַר דער מלחמה. דער נײַער צענטער איז געװען אין נידערשלעזיע, דעם געביט, װאָס פֿאַר דער מלחמה האָט געהערט דײַטשלאַנד. דאָ האָבן זיך באַזעצט דאָס רובֿ פּליטים, װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

װאַרשע איז נאָך געלעגן אין חורבֿות, און קײן ייִדיש האָט מען דאָרט ניט געהערט. די װײניק פֿאַרבליבענע ייִדן אין װאַרשע האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר קריסטלעכע פּאָליאַקן. אײניקע ייִדן האָבן געדינט אין דער נײַער רעגירונג אָדער אַרמײ און האָבן גערעדט נאָר פּױליש. לאָדזש איז, פֿאַרקערט, געװען אַ „פֿעסטונג“ פֿון פֿרומקײט, מיט אַ פּאָר ישיבֿות און עטלעכע שילן. אָבער דער דאָזיקער אױפֿבלי פֿון ייִדיש און ייִדישקײט האָט געדױערט בלױז אַ פּאָר יאָר. צװישן די יאָרן 1946 און 1950 האָבן אַ היפּשע צאָל ייִדן פֿאַרלאָזט פּױלן. דערנאָך האָט דער נײַער קאָמוניסטישער רעזשים אָנגעהױבן די „סטאַליניזאַציע“ פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּױלן. די דאָזיקע תּקופֿה װערט פּרטימדיק באַשריבן אינעם קאַפּיטל פֿון אַגניעשקאַ זשאָלקיעװסקאַ (ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין װאַרשע).

די קאָמוניסטישע רעגירונג אין רומעניע האָט געהאַט אַן אײגענע פּאָליטיק לגבי ייִדן און ייִדישער קולטור, װאָס האָט ניט אין גאַנצן געפֿאָלגט די סאָװעטישע ליניע. די צענטראַלע פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן איז דאָרט געװען דער שרײַבער װאָלף טאַמבור (1915־1995), שרײַבט בנימין הוניאַדי (בית שלום־עליכם, תּל־אָבֿיבֿ). אײנער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון דער צײַטשריפֿט „בוקאַרעשטער שריפֿטן“ און אַן אָפֿיציר אין דער רומענישער אַרמײ, האָט טאַמבור געקענט קונציק זיגזאַגעװען צװישן געטרײַשאַפֿט דעם נאַציאָנאַל־קאָמוניסטישן רעזשים און קריטיק, װאָס ער האָט אױסגעדריקט אין אַלעגאָרישע פֿאָרמען, האַלט הוניאַדי.

אין 1982 האָט די רומענישע רעגירונג געשיקט טאַמבורן קײן צפֿון־אַמעריקע װי אַ מליץ־יושר פֿאַרן רעזשים. עס איז מערקװירדיק, װאָס טאַמבור אַלײן האָט דאָס אַנטפּלעקט די דאָזיקע פֿונקציע פֿאַרן עולם בעת זײַן לעקציע אין דער מאָנטרעאַלער ייִדישער פֿאָלק־ביבליאָטעק אין 1982. דערנאָך האָט ער אַרײַנגעשטעקט דעם טעקסט פֿון זײַן לעקציע, װאָס האָט געהאַט אַ הסכּמה פֿון דער רעגירונג, אין אַ קעשענע אַרײַן און האָט גערעדט פֿרײַ װעגן דעם לעבן אונטער דעם „צאַר“, דעם קאָמוניסטישן דיקטאַטאָר ניקאָלאַע טשאַושעסקו. אָבער דערבײַ האָט ער װײניק געזאָגט װעגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש און דער ייִדישער קולטור אין רומעניע.

די קאַלטע מלחמה צװישן דעם סאָװעטישן בלאָק און מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע לענדער האָט באַװירקט די ייִדישע פּאָליטיק אין דער גאַנצער װעלט. מאַלענאַ כינסקי (פּאַריז) באַהאַנדלט די װיכּוחים צװישן פֿאַרשײדענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַרגענטינע אַרום די הזכּרה־צערעמאָניעס פֿונעם אױפֿשטאַנד אינעם װאַרשעװער געטאָ. דער שפּאַלט צװישן קאָמוניסטן און ציוניסטן האָט זיך פֿאַרטיפֿט נאָך 1948, װען סטאַלין האָט זיך גענומען פֿאַר ליקװידירן די ייִדישע קולטור אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

די קאָמוניסטן זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַ דער סאָװעטישער אידעאָלאָגישער ליניע און האָבן באַטאָנט די אײניקײט פֿון אַלע פּראָגרעסיװע כּוחות אין זײער קאַמף קעגן פֿאַשיזם. אין הסכּם מיט דער ישׂראלדיקער ליניע האָבן די ציוניסטן באַשריבן דעם אױפֿשטאַנד װי „אַ קאַמף פֿון עלנטסטע און פֿאַרלאָזטע“ ייִדן, װאָס די גאַנצע װעלט האָט זײ איבערגעלאָזט אױף הפֿקר. אַפֿילו נאָך דעם, װי מען האָט זיך דערװוּסט װעגן דעם טראַגישן אומקום פֿון סאָװעטישע ייִדישע קולטור־ און כּלל־טוערס, האָט דער פּראָ־קאָמוניסטישער ייִדישער קולטור־פֿאַרבאַנד (איקוף) ניט געענדערט זײַן פּאָזיטיװע שטעלונג לגבי דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

אין די 1950ער יאָרן האָט דער אַרגענטינער דיקטאַטאָר כואַן פּעראָן געשטיצט דעם ציוניסטישן צד און דערשטיקט קאָמוניסטישע אַקטיװיטעטן אינעם לאַנד. אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט כינסקי, האָבן זיך אױסגעפֿורעמט צװײ פֿאַרשײדענע היסטאָרישע נאַראַטיװן װעגן דעם אױפֿשטאַנד אינעם װאַרשעװער געטאָ. די ציוניסטן האָבן אים אױסגעטײַטשט װי אַ טײל פֿונעם ייִדישן קאַמף פֿאַר באַפֿרײַונג און פֿאַר דער ייִדישער מלוכה. פֿאַר די קאָמוניסטן איז דאָס געװען אַן עפּיזאָד אינעם קאַמף פֿון „פּראָגרעסיװע“ כּוחות קעגן פֿאַשיזם און קאַפּיטאַליזם.

די ייִדישע כּלל־טוער, װאָס זײַנען געװען טעטיק אין רומעניע, פּױלן און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה, זײַנען געװען געניטע פּאָליטישע בריאות. זײ זײַנען געװען באַגאַבטע ליטעראַטן מיט אַ שאַרפֿן חוש פֿאַרן פּאָליטישן מאָמענט. זײ האָבן געטרײַ געדינט דעם קאָמוניסטישן רעזשים אָבער האָבן געגלױבט אין זײער שליחות פֿון אױפֿהיטן ייִדיש. זײ האָבן געלאָזט דעם רעזשים נוצן זײ פֿאַר די צװעקן פֿון פּאָליטישער פּראָפּאַגאַנדע, אָבער אײנצײַטיק האָבן זײ געפּרוּװט נוצן לטובֿת ייִדיש די מיטלען, װאָס זײ האָבן באַקומען פֿונעם רעזשים. דאָס איז געװען אַ קאָמפּליצירטער און צומאָל געפֿערלעכער שפּיל. די ייִדישיסטן פֿונעם אַלטן דור אױף דעם מערבֿדיקן זײַט פֿונעם „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג“ האָבן געמאָסטן די קאָמוניסטישע ייִדישע טוער מיט מידת־הדין.  דער נײַער „סאָציאַליסטישע ייִדישלענדער“ באַטראַכט זײ פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון מידת־הרחמים.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version