אַ ייִדישער שרײַבער פֿאַר די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדןA Yiddish writer for today’s young American Jews
יונה ראָזענפֿעלדס דערצײלונגען באַהאַנדלען פּסיכאָלאָגישע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען, װאָס זענען אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג.
די נײַע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון פֿאַרגעסענע ייִדישע שרײַבער גיבן דעם לײענער אַ געלעגנהייט זיך גוט צו באַקענען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. יונה ראָזענפֿעלד, הערש דוד נאָמבערג, מרים קאַרפּילאָװ, זלמן שניאור (װעגן דער איבערזעצונג פֿון זײַן נאָװעלע, „אַ טױט‟, װעל איך נאָך שרײַבן) זײַנען פֿאַרשײדנאַרטיק אין זײער סטיל, טעמעס און געדאַנקענגאַנג. אָבער זײערע העלדן און העלדינעס האָבן עפּעס װיכטיקס בשותּפֿות. זײ זײַנען יונגע לײַט, װאָס קומען פֿונעם שטעטל אין אַ גרױסער שטאָט אין אײראָפּע אָדער אַמעריקע, און דאַרפֿן זיך ראַנגלען מיט פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. די סאַמע אײדעלע און פֿילפֿאַרביקע צװישן זײ קומען אום. די מער גראָבהױטיקע פּאַסן זיך אַרײַן אינעם נײַעם לעבן און האָבן טאַקע הצלחה.
די פּראָבלעם פֿון עלנטקײט אין אַ גרױסער פֿרעמדער שטאָט איז גאַנץ חשובֿ אין דער אײראָפּעיִשער, רוסישער און אַמעריקאַנער ליטעראַטור פֿון דעם אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, און די ייִדישע ליטעראַטור איז דאָ ניט קײן יוצא־דופֿן. די ייִדישע שרײַבער זײַנען לרובֿ געװען גוט באַהאַװנט אין די אַרומיקער קולטורן און האָבן זיך בהתמדה געלערנט בײַ די װעלט–קלאַסיקער, אַזעלכע װי גוסטאַװ פֿלאָבער, גי דע מאָפּאַסאַן, פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקי, מאַקסים גאָרקי און אַנדערע. אײנצײַטיק האָבן זײ געפֿירט אַ ליטעראַרישן דיאַלאָג מיט די ייִדישע קלאַסיקער, שלום–עליכם און י. ל. פּרץ װי אױך מיט דעם ייִנגערן דור, דוד בערגעלסאָן און שלום אַש.
די ענגלישע אױסגאַבע פֿון ראָזענפֿעלדס פּראָזע, איבערגעזעצט פֿון רחל מײַנס, טראָגט דעם טיטל „’קאָנקורענטן’ און אַנדערע דערצײלונגען‟. די דערצײלונג „קאָנקורענטן‟ איז געװען ראָזענפֿעלדס ערשטער ליטעראַרישער דערפֿאָלג. זי איז אַרױס אַ ביסל פֿריִער אײדער שלום–עליכמס דערצײלונג מיט דעם אײגענעם נאָמען, און דער אונטערשיד צװישן די צװײ „קאָנקורענטן‟ װײַזט דעם חילוק צװישן דעם עלטערן און דעם ייִנגערן דור ייִדישע שרײַבער. שלום–עליכם שילדערט אַ קאָמישע סיטואַציע פֿון צװײ קאָנקורענטן, דעם מאַן און דער פֿרױ, װאָס פֿאַרקױפֿן די זעלביקע סחורה צו די פּאַסאַזשירן וואָס וואַרטן אױף אַ באַן–סטאַנציע. צום סוף װײַזט זיך אַרױס, אַז זײ זײַנען אַ פּאָרפֿאָלק, און די גאַנצע קאָנקורענציע איז פּשוט אַ קאָמערציעלער שטיק.
ראָזענפֿעלדס מעשׂה איז אַ טראַגישע. זײַן העלד שטעלט זיך פֿאָר פֿאַרן לײענער װי „אַ קלײן מענטשעלע, מיט אַ קלײן שיטער בערדעלע, מיט קלײנע שװאַרצע אײגעלעך‟. ער איז „דער מאַן פֿון דעם װײַב און דער טאַטע פֿון דרײַ קינדער‟, װאָס טוט „בלױז דאָס, װאָס מײַן װײַב דאַרף טאָן‟. זײַן פֿרױ פֿאַרברענגט די גאַנצע טעג אױפֿן מאַרק, בעת ער בלײַבט אין דער הײם מיט דרײַ קינדער. פֿון דעם, װי דער לײענער טרעפֿט באַלד, װערט ער ממש משוגע. ער פֿילט זיך באַלײדיקט אין זײַן מאַנצבלשער װירדע און נעמט נקמה אױף זײַן צעניעריקער טאָכטער, נעבעך, װאָס פֿאַרקערפּערט אין זײַנע אױגן דאָס גאַנצע װײַבערשע פֿאָלק. די טאָכטער װערט זײַן „קאָנקורענטקע‟ אין דער משפּחה.
שלום–עליכמס קאָמישע מעשׂה „קאָנקורענטן‟ האָט אַ טראַגישן אונטערטאָן. ער שילדערט דעם שװערן מצבֿ פֿון ייִדן אין צאַרישן רוסלאַנד דורך טיפּישע כאַראַקטערן פון אַ מאַן און אַ פֿרױ. ראָזענפֿעלד דרינגט אַרײַן אין די פּסיכאָלאָגישע טיפֿענישן פֿון דער מאַנצבילשער נשמה. ער דערװײַזט, װי אָרעמקײט און אַרבערלאָזיקײט פֿאַרקריפּלען דעם מענטשלעכן כאַראַקטער און פֿאַרסמען די באַציִונגען צװישן די געשלעכטן. די דאָזיקע סאָציאַל–פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעם בלײַבט אַקטועל פֿאַר אַמעריקע הײַנט־צו־טאָג. אַ סך צרות מיט געװאַלט און גײַסטלעכע קראַנקײטן קומען דװקא פֿון מענער, װאָס האָבן ניט געפֿונען קײן אָרט אין דער הײַנטיקער קאַפּיטאַליסטישער עקאָנאָמיק.
די מעשׂה „מזל־טובֿ‟ האָט אַן איבערקלאַנג מיט דוד בערגעלסאָנס ראָמאַן, „נאָך אַלעמען‟. דער ראָמאַן דערצײלט די טרױעריקע געשיכטע פֿון אַ יונגער פֿרױ, מירל הורװיץ, װאָס האָט געדאַרפֿט חתונה האָבן מיט אַן אויפֿגעקומענעם גבֿיר, כּדי צו ראַטעװען איר פֿאָטער פֿון באַנקראָטירן. זי האָט שטאַרק פֿײַנט איר מאַן, און װען זי װערט טראָגעדיק, מאַכט זי אַן אַבאָרט. דאָס קומט פֿאָר אין קיִעװ אין די 1910ער, װען אַבאָרטן זײַנען געװען פֿאַרװערט אין רוסלאַנד. צו באַשרײַבן דאָס אין אַ ראָמאַן, און דערצו נאָך פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער פֿרױ, איז געװען אַ דרײסטער חידוש. ראָזענפֿעלד טראָגט די דאָזיקע סיטואַציע קײן אַמעריקע אין אָנהײב 1920ער יאָרן. זײַן העלדין איז אַ יונגע פֿרױ, װאָס האָט ערשט התנוה געהאַט, און עס װילט זיך איר „אָפּלעבן אַ שטיקל צײַט אין מײדליש–װײַבערישער צעװאָרפֿנקײט‟. איר מאַן געפֿינט אַ יונגן דאָקטאָר, װאָס מאַכט אומלעגאַלע אַבאָרטן. בשעת די פֿרױ ליגט און קומט צו זיך נאָך דער אָפּעראַציע, זעצן זיך די מענער שפּילן קאָרטן.
ראָזענפֿעלד באַשרײַבט גאַנץ קינסטלעריש דעם צעמישטן פֿיבערדיקן צושטאַנד פֿון דער פֿרױ: „זי האָט היץ דערפֿילט, דערשפּירט װי פּנים און אױערן װערן עפּעס װי פֿאַרהאַרטעװעט און װערן פֿאַרגאָסן מיט הײסער אָנגעצױגנקײט. געשפּירט װי זי גײט איבער באַװוּסטזיניק עפּעס אין אַן אומנאָרמאַלן צושטאַנד, װאָס ס’װערט עפּעס נאַריש און קליגער אײנצײַטיק. און סײַ די נאַרישקײט, סײַ די חכמה איז עפּעס אַזױ נײַ, גײען בײַנאַנד און רײַבן זיך אײנס אין דאָס אַנדערע, באַגלײט מיט װאַרעמקײט.‟ די דאָזיקע ניואַנסן פֿון ראָזענפֿעלדס פּראָזע קלינגען גאַנץ נאַטירלעך אין רחל מײַנסעס ענגלישער איבערזעצונג.
ראָזענפֿעלד איז געבױרן געװאָרן אין 1880 אינעם װאָלינער שטעלט טשאַרטאָריסק (הײַנט אין אוקראַיִנע), דערנאָך האָט ער צען יאָר געאַרבעט װי אַ טאָקער אין אָדעס, און נאָך 1905 האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט דער ליטעראַרישער אַרבעט. אין 1921 האָט ער אימיגרירט קײן אַמעריקע און באַקומען אַ חשובֿ אָרט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. זײַנע װערק פֿלעגן רעגולער דערשײַנען אין „פֿאָרװערסט‟, אָבער אין 1935 האָט דער רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן אױפֿגעהערט צו דרוקן ראָזענפֿעלדס דערצײלונגען, כאָטש ער האָט אים װײַטער געצאָלט דעם האָנאָראַר. לױט קאַהאַנס געשמאַק זײַנען ראָזענפֿעלדס דערצײלונגען פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן געװען שװאַכער, אײדער די דערצײלונגען פֿון דער אַלטער הײם. אַ פּנים, איז ראָזענפֿעלדס סטיל געװען צו קאָמפּליצירט פֿאַרן לײענער פֿונעם „פֿאָרװערטס‟.
אין דער הקדמה דערקלערט רחל מײַנס, אַז זי האָט באַשלאָסן איבערצוטײַטשן ראָזענפֿעלדס װערק אין דער הײַנטיקער אידיאָמאַטישער צפֿון–אַמעריקאַנער ענגלישער שפּראַך. די איבערזעצונג איז טאַקע אַרױס גאַנץ געראָטן, בפֿרט װאָס שײך פּסיכאָלאָגישע שאַטירונגען פֿון געפֿילן און שטימונגען, װאָס איז דער סימן–מובֿהק פֿון ראָזענפֿעלדס פּראָזע. איצט װעט מען קענען מישפּטן פֿאַר זיך אַלײן, צי קאַהאַן איז טאַקע געװען גערעכט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO