Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די פֿאַרשײדענע פּנימער פֿון יצחק באַשעװיס–זינגערThe different faces of Isaac Bashevis Singer

אַ ריי ווידעאָס פֿון דער הײַיאָריקער באַשעוויס־קאָנפֿערענץ קען מען איצט זען אויף יו־טוב.

דער „פֿאָרװערטס‟ איז לאַנג געװען דער װיכטיקסטער מקור פֿאַרן שטודירן די ווערק פֿון יצחק באַשעוויס זינגער, און דער דיגיטאַלישער אַרכיװ פֿון די צײַטונג–נומערן האָט געשאַפֿן נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר פֿאָרשער פֿון דער גאַנצער װעלט צו טאָן זײער אַרבעט אין דער הײם מיט דער הילף פֿון זײער קאָמפּיוטער.

מיט אַ חודש צוריק זענען אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ריי ווידעאָס פֿון רעפֿעראַטן וואָס מע האָט געהאַלטן וועגן באַשעוויסן אויף אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין מאַרץ אינעם אוניװערסיטעט פֿון טעקסאַס אין אָסטין, װוּ עס געפֿינט זיך באַשעװיסעס פּריװאַטער אַרכיװ. דרײַ טעמעס זײַנען געװען בולט אין די רעפֿעראַטן׃ שפּראַך, אמונה און מין. די דאָזיקע טעמעס זײַנען געװען חשובֿ פֿאַר באַשעװיסן, און זײ פֿאַרנעמען אַ װיכטיקן אָרט אױך אין דער הײַנטיקער ליטעראַטור־טעאָריע.

אין דער הויפּטרעדע האָט פּראָפֿעסאָר יאַן שװאַרץ פֿונעם אוניװערסיטעט פֿון לונד אין שװעדן באַטראַכט דעם װײניק-באַקאַנטן ראָמאַן „דער מאַן פֿון חלומות‟ , װאָס איז אַרױס אױף ייִדיש אָבער ניט איבערגעזעצט געװאָרן אױף ענגליש. דער דאָזיקער ראָמאַן איז געדרוקט געװאָרן אין המשכים אין „פֿאָרװערטס‟ אין 1970 – 1971 אָבער איז קײן מאָל ניט אַרױס װי אַ בוך. דאָס איז אַ כּמו–אױטאָביאָגראַפֿיע פֿון אַ פּױלישן ייִד פֿון לובלין, װאָס האָט געהערט צו דער געהײמער סעקטע אָנהענגער פֿון דעם פֿאַלשן משיח יעקבֿ פֿראַנק. אַזױ װי פֿראַנק, האָט דער העלד פֿונעם ראָמאַן געביטן זײַן אמונה און געװאָרן אַ קריסט, און אַזױ װי פֿראַנק האָט ער געדרײט ליבעס מיט עטלעכע פֿרױען, ייִדישע און קריסטלעכע. דער סיפּור–המעשׂה פֿונעם ראָמאַן דערמאָנט אָן באַשעוויסעס מער באַקאַנטן ראָמאַן „שׂונאים‟, װאָס איז יאָ אַרױס אין אַ געקירצטן ענגלישן נוסח.

װי שוואַרץ האָט אַנטדעקט, האָט באַשעװיס געװידמעט דער טעמע „פֿילװײַבערײַ‟ (אַזױ האָט באַשעװיס גערופֿן פּאָליגאַמיע) פֿיר װאָגיקע אַרטיקלען, װאָס זײַנען אַרױס אין „פֿאָרװערטס‟ סוף 1939, פּונקט װען אין פּױלן האָט שױן געבושעװעט די צװײטע װעלט–מלחמה. די פֿרױען, האַלט שװאַרץ, װערן כּסדר אױסגעמאָלט װי געפֿערלעכע באַשעפֿענישן פֿול מיט תּאװה, װאָס זוכן צו פֿאַרפֿירן און אױסצונוצן מענער צוליב זײערע אייגענע צװעקן. אין זײַנע ייִדישע טעקסטן איז באַשעװיס געװען װײניקער אָפּגעהיט אין זײַן פֿרױען–שׂינאה אײדער אין די ענגלישע איבערזעצונגען. אַ ספּעציעלער פֿאַרדראָס  איז פֿאַר אים געװען די פֿעמיניסטישע באַװעגונג, װאָס איז געװאָרן אַקטיװ אין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן. להיפּוך צו שװאַרץ, האַלט ד״ר אַגניעשקאַ לאַגוטקאָ (קאָלאָמביע–אוניװערסיטעט), אַז באַשעװיס האָט טאַקע יאָ געקענט שאַפֿן פּאָזיטיװע געשטאַלטן פֿון פֿרױען, װי למשל די ראַדזימינער רביצין אין זײַן װערק „די משפּחה‟, װאָס איז אַרױס אין „פֿאָרװערטס‟ אין 1982 – 1983 און האָט געדינט װי אַ יסוד פֿאַרן ענגלישן מעמואַר „ליבע אין גלות‟. דאָ האָט באַשעװיס קריטיקירט די אַלטע װעלט פֿון מזרח–אײראָפּע, װוּ די מענער זײַנען געװען פֿולע בעלי–בתּים.

באַשעװיס האָט אָנגעשריבן מער װי אַ טוץ װערק, װאָס נעמען אַרײַן אױטאָביאָגראַפֿישן מאַטעריאַל. ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט װי אײנער פֿון די געצײלטע פֿאָרשטײער פֿון דער אַלטער װעלט פֿון פּױלישן ייִדנטום, װאָס איז אומגעקומען אינעם חורבן. מיטן ייִדישן לײענער האָט ער גערעדט װי אַן אַלטער באַקאַנטער, בעת פֿאַרן ענגלישן לײענער האָט ער אַנטפּלעקט די עקזאָטישע װעלט, װאָס איז נישטאָ מער. די דאָזיקע צװײ ראָלעס האָט אַנאַליזירט אין זײַן רעפֿעראַט פּראָפֿעסאָר שאול זאַריט (האַרװאַרד–אוניװערסיטעט). דער חילוק װערט בולט װען מען פֿאַרגלײַכט די צװײ נוסחאָות פֿון דער דערצײלונג „די פֿאָרלעזונג‟. אינעם ייִדישן נוסח באַטאָנט דער דערצײלער זײַן אָנגעהעריקײט צו דער װעלט פֿונעם שטעטל, בעת אינעם ענגלישן דערקלערט ער זיך פֿאַר אַן אַמעריקאַנער און די דאָזיקע װעלט פֿאַר אַ טױטער.

עס איז גוט באַקאַנט, אַז אַ היפּשע צאָל ייִדישע קריטיקער האָבן ניט געהאַלטן באַשעװיסן פֿאַר אַ חשובֿן און גוטן שרײַבער, װאָס קען מיט װירדע פֿאָרשטעלן די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר די אומות-העולם. מען האָט אים באַשולדיקט אין פּאָרנאָגראַפֿיע און אין צופּאַסן זיך צו דעם געשמאַק פֿונעם ענגלישן עמך–לײענער. דער אָפּרוף מצד די אַמעריקאַנער קריטיקער אויף זײַנע ענגליש־איבערגעזעצטע דערציילונגען איז לכתּחילה געװען אַ געמישטע.

שושנה אָלידאָרט האָט אין איר רעפֿעראַט דערצײלט, אַז אין די 1950ער יאָרן האָבן אײניקע אַמעריקאַנער קריטיקער געהאַלטן באַשעװיסעס װערק, אַזעלכע װי „דער שׂטן אין גאָרײַ‟ און „די פֿאַמיליע מושקאַט‟, פֿאַר אַ מוסטער פֿון „אױטענטישקײט‟ צוליב דעם, װאָס זײ האָבן פֿאַרביק געשילדערט דאָס גשמיות פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. די ייִדישע קריטיקער, להיפּוך, האָבן דעם דאָזיקן אַספּעקט געהאַלטן דװקא פֿאַר אַ חסרון. „דער שׂטן אין גאָרײַ‟, באַשעװיסעס ערשטער ראָמאַן, איז אַ סטיליזירטע מעשׂה װעגן אַ משיחיסטישן משוגעת, װאָס האָט באַפֿאַלן דאָס פּױלישע שטעטל גאָרײַ אינעם 17טן יאָרהונדערט. זינט דער פּובליקאַציע פֿונעם ראָמאַן אין 1933 האָט ער באַקומען אַ סך פֿאַרשײדענע אױסטײַטשונגען. מען האָט עס געלײענט װי אַ היסטאָרישע פֿאַנטאַזיע, װי אַ סאַטירע אױף קאָמוניזם און װי אַ קריטיק פֿון רעליגיעזן התלהבֿות.

זהבֿית שטערן (העברעיִשער אוניװערסיטעט אין ירושלים) האָט פֿאָרגעלײגט אַ נײַעם קוק אױף דעם „שׂטן אין גאָרײַ‟, פֿאַרגלײַכנדיק באַשעװיסעס װערק מיט שמואל יוסף עגנונס העברעיִשן ראָמאַן „הכנסת כּלה‟, װאָס איז אַרױס מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער. בײדע מחברים שפּילן זיך מיט פֿאַרשײדענע סטיליסטישע מיטלען, װאָס באַטאָנען דעם סאַמאָראָדנעם ייִדישן מהות פֿון זײער װערק. דאָס איז דער היפּוך פֿון דער הױפּט-שטראָמיקער טענדענץ פֿון יענער צײַט צו שרײַבן ייִדישע ראָמאַנען אױף דעם אײראָפּעיִשן שטײגער. שטערן דערקלערט, אַז דער אינטערעס צו דער אַלט–ייִדישער ליטעראַטור איז אױפֿגעװעקט געװאָרן אין די 1920ער יאָרן דורך די היסטאָרישע שטודיעס פֿון מאַקס עריק און מאַקס װײַנרײַך, װאָס האָבן אַנטפּלעקט פֿאַרן ברײטן ייִדישן עולם די אוצרות פֿון דער אַלט–ייִדישער ליטעראַטור. דערצו קען מען צוגעבן די מאָנומענטאַלע געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון ישׂראל צינבערג, װעלכער האָט הױך געשאַצט באַשעװיסעס ראָמאַן. און סײַ באַשעװיס און סײַ עגנון האָבן בפֿירוש ממשיך געװען די טראַדיציע פֿון מענדעלע מוכר–ספֿרים — דעם נאַראַטאָר, װאָס איז געװען די המצאה פֿון שלום-יעקבֿ אַבראַמאָװיטש.

די דאָזיקע און אַנדערע רעפֿעראַטן װײַזן, אַז באַשעװיס פֿאַרבלײַבט אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַטור–פֿאָרשונג, און מען דאַרף װאַרטן, אַז עס װעט אין גיכן אַרױס אַ װאָגיקער באַנד מיט נײַע שטודיעס װעגן דעם דאָזיקן פֿאַרכאַפּנדיקן מחבר.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version