דער פּאַפּירענער פֿאָרווערטס-וואָכנבלאַט פֿונעם 14טן סעפּטעמבער 2022The Forverts printout edition for Sept. 14, 2022
![](https://forward.com/wp-content/uploads/2022/09/coverphoto914-2400x1350.jpg)
אין דעם נומער פֿון „דער פֿאָרווערטס־וואָכנבלאַט“, וואָס איר קענט אַליין אָפּדרוקן און לייענען אין אַ פּאַפּירענעם נוסח דורכן געבן אַ קוועטש דאָ, געפֿינען זיך די ווײַטערדיקע אַרטיקלען:
• אַ „ניו־יאָרק טײַמס“־אַרטיקל אין גאַנצן אויף ייִדיש. דער באַריכט וועגן דעם מצבֿ פֿון דער דערציִונג אין די חרדישע מוסדות איז באַזירט אויף אַ חדשים־לאַנגער אויספֿאָרשונג.
• וואָסער שײַכות האָט דער פֿילאָסאָף זשאַק דערידאַ מיטן מקובל אַבולעפֿיה? אַבולעפֿיה ניצט דעם „נבֿיאיִשן‟ מעטאָד פֿונעם פֿרײַ אַסאָציִיִרן ווערטער און פֿראַזעס, וואָס אַנטהאַלטן די זעלבע אותיות אָדער גימטריאות.
• מײַנע נײַע פֿרײַנד און איך פֿאָרן אַרויס אויף אַ „ראָוד טריפּ“ איבער אַמעריקע. יהושע כּהנא, אַ געוועזענער חסיד, באַשרײַבט וואָס ער האָט געזען פֿאָרנדיק איבערן לאַנד.
• ווי נפֿתּלי בענעטס יאַרמלקע בלײַבט אויף זײַן פּליכעוואַטן קאָפּ. דער געוועזענער ישׂראל-פּרעמיער איז מסתּמא דער ערשטער פֿירער וואָס האָט אַ מאָל צוגעקלעפּט צום קאָפּ אַ שטיקל קײַ־גומע.