Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ נײַער פֿילם שילדערט דעם טאַלאַנט און איבערגעגעבנקייט פֿון אַרטיסטן אין ייִדישלאַנדA new film captures the talent and devotion of artists in Yiddishland

„עס איז אַ סובקולטור אין אַ סובקולטור און עס איז פּרעכטיק שיין,“ האָט די רעזשיסאָרין פֿון פֿילם, ראָז האָרין, געזאָגט.

ייִדישיסטן און ליבהאָבערס פֿון ייִדיש דערמאָנען אָפֿט דעם באַגריף פֿון „ייִדישלאַנד“ צו באַשרײַבן זייערע סבֿיבֿות. דאָס ייִדישלאַנד איז ניט קיין נאַציע אָדער פֿיזישער פּלאַץ, נאָר אַ באַגריף וואָס שילדערט אָפּ מענטשן און פּראָיעקטן איבערגעגעבן צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דאָס ייִדישלאַנד איז ניט קיין וווּ, נאָר אַ וואָס און אַ ווער. מען באַשרײַבט אים ווי סימבאָליש אָדער פּאָסט־ייִדישיסטיש, אוטאָפּיש, אָן קיין צענטער, פֿילפֿאַרביק, און שעפֿעריש. צוליב די זעלבע סיבות איז שווער צו כאַפּן ווי אַקטיוו איז טאַקע דאָס ייִדישלאַנד הײַנט, ווער טוט וואָס און צו וועלכע צילן.

ראָז האָרינס נײַער דאָקומענטאַר פֿילם, „זײַט באַגריסט אין ייִדישלאַנד“, גיט דעם עולם אַ בליק אין אַן אינטערנאַציאַלן ייִדישלאַנד וואָס באַשטייט אין די שאַפֿערס פֿון אַ נײַער עקספּרעסיווער קולטור: זינגערס, אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, שרײַבערס און אַנדערע קינסטלערס.

האָרין, אַן אויסטראַלישע רעזשיסאָרין פֿון טעאַטער און דאָקומענטאַר־פֿילמען, האָט געהאַט דעם געדאַנק צו שאַפֿן אַ פֿילם וועגן דער הײַנטיקער וועלט פֿון ייִדיש; אָבער ווי זאָל מען דערציילן אַזאַ מעשׂה? זי איז אַרומגעפֿאָרן די וועלט אויסזוכן די קינסטלערס וואָס זײַנען צוגעצויגן צו ייִדיש ווי אַ מקור פֿון שעפֿערישקייט. עטלעכע רעדן ייִדיש פֿון דער היים, אַנדערע האָבן זיך געלערנט די שפּראַך אָדער געאַרבעט מיט דער שפּראַך דורך איבערזעצונג.

האָרין האָט באַגלייט די קינסטלערס בײַ זייער שאַפֿן אין בערלין, ווײַמאַר, מעלבורן, ניו־יאָרק און חיפֿה. זי האָט לאַנגע שעהען געשמועסט מיט זיי וועגן זייערע פּראָיעקטן און געשאַפֿן דעם פֿילם אויפֿן סמך פֿון די פֿראַגעס: וואָס איז ייִדיש און פֿאַרוואָס ייִדיש? וואָס קען מען דערגרייכן אויף דער שפּראַך?

די קינסטלערס אין „זײַט באַגריסט אין ייִדישלאַנד“ זײַנען טאַקע אַ דורכשניט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער שעפֿערישקייט. האָרין האָט אויסגעקליבן קינסטלערס מיט פֿאַרשיידנאַרטיקע פּראָיעקטן. צווישן זיי: דער מוזיקער דניאל קאַן אין בערלין, די ניו־יאָרקער טעאַטער־שאַפֿערס קאַרייד אָברײַען, מיכל יאַשינסקי, מעליסאַ ווײַס און דזשעני ראָמיין; אַ פֿאָרשטעלונג אַדאַפּטירט פֿון יצחק באַשעוויסעס „יענטל“ אין מעלבורנער טעאַטער, און דזשאַש וואַלעצקיס לידער ציקל, „פּליטים צוזאַמען“.

אין אַן אינטערוויו האָט האָרין דערמאָנט אַז ס׳איז איר שווער געווען צו געפֿינען די ראַמען פֿונעם פֿילם. זי האָט ניט געוואָלט קיין נאַראַטאָר וואָס זאָל אויספֿורעמען דעם פֿילם, אָבער אָן דעם וואָס וואָלט געווען דער רוקנביין פֿונעם פֿילם? „איך האָב געוואָלט אַז אַלע פּערסאָנאַזשן אינעם פֿילם זאָלן זײַן קינסטלערס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש און ניצן די שפּראַך ווי אַ פֿאָרשטעלונג־קונסט.

„קינסטלער האָבן אַזאַ גרויסע השפּעה אויף דער קולטור,“ האָט האָרין געזאָגט. „מען גייט אין אַ קאָנצערט, מע זאָגט, ׳או־וואַ, וואָס פֿאַר אַ שפּראַך איז דאָס? איך וויל וויסן מער וועגן איר.׳ קינסטלערס העלפֿן צו אַנטוויקלען און אויפֿצובליען קולטורן.“ סוף־כּל־סוף באַשטייט דער ראַמען פֿונעם פֿילם פֿון סצענעס וואָס ווײַזן פּאָלינאַ שעפּערד און דעם קאַראַוואַן אָרקעסטער, אַ פּראָיעקט וואָס ברענגט צוזאַמען יונגע מוזיקערס פֿון ייִדישע, דײַטשע און אַראַבישע הינטערגרונטן. האָרין האָט זיי באַגלייט אויף דער דרײַוואָכיקער פּראָגראַם פֿון לערנען זיך און שפּילן צוזאַמען אין חיפֿה און אין ווײַמאַר. „איך האָב זיך שטאַרק פֿאַרליבט אין די יונגע לײַט, און ווי אַזוי קונסט שאַפֿט בריקן אַריבער גרענעצן און פֿאַרשיידענע קולטורן.“

בײַ האָרין האָט דאָס ייִדישלאַנד איר אַנטפּלעקט אַ נײַע וועלט מיט וועלטעלעך. ווי אַ סעקולערער ייִד וואָס רעדט ניט קיין ייִדיש, איז די ייִדיש־סבֿיבֿה האָרינען געווען פֿרעמד, בפֿרט מחוץ אויסטראַליע. זי האָט זיך געפֿילט אַ ביסל ווי „אַליס אין וווּנדערלאַנד“: „מע פֿאַלט אַרײַן אין אַ לאָך און פּלוצעם איז מען אין אַן אַנדער וועלט.“

„זײַט באַגריסט אין ייִדישלאַנד“ גיט אונדז אַ זעלטענע געלעגנהייט צו הערן וועגן די צילן און דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן קונסט אויף ייִדיש, פֿונעם קוקווינקל פֿון די קינסטלערס אַליין. וואָס באַטײַט דאָס שאַפֿן אויף ייִדיש? וואָס מאָטיווירט קינסטלערס זיך צו פֿאַרנעמען מיט מאַמע־לשון הײַנטיקע צײַטן, ווען ווייניק מענטשן אין עולם פֿאַרשטייען די שפּראַך? צוליב דעם וואָס דאָס פֿילמירן האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ פּאָר וואָכן פֿאַרן 7טן אָקטאָבער, שפּיגלט אָפּ דער פֿילם אַ מאָמענט פֿון צוזאַמענאַרבעט און אָפּטימיזם וואָס מען וואָלט זיך אפֿשר ניט געקענט פֿאָרשטעלן הײַנט.

דער פֿילם גיט אונדז איין קוקווינקל אויף וואָס איז דאָס ייִדישלאַנד. האָרין שילדערט אים אָפּ ווי „אַ קולטורעלע קהילה מענטשן וואָס איר ציל איז אויפֿצושליסן די אוצרות פֿון דער שפּראַך. דאָס ייִדישלאַנד איז אַ מקום פֿון קאָפּ און אַ מקום פֿון האַרץ. כאָטש דאָס ייִדישלאַנד איז שוין טויזנט יאָר אַלט, קענען מענטשן געפֿינען זאַכן בײַ איר וואָס זענען פּראָגרעסיוו, פֿאַנטאַזיאָריש, און רעלעוואַנט, און זיי ווילן אים ווײַטער בויען און באַאַרבעטן.“

האָרינס ציל פֿון אָנהייב אָן איז געווען אָפּצושילדערן פֿאַר אַ ברייטן עולם די פֿאַרשײדן־⁠מיניקײט פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט מיט זײַנע שיכטן און ניואַנסן. „איך האָב געוואָלט ווײַזן ווי ייִדיש דינט ווי אַ מיטל ווי מע קען זיך באַציִען צו די גרויסע ייִדישע שרײַבערס און קינסטלערס. עס איז אַ סובקולטור אין אַ סובקולטור און עס איז פּרעכטיק שיין.“

„זײַט באַגריסט אין ייִדישלאַנד“ וועט האָבן זײַן פּרעמיערע אינעם סידני־פֿילם־פֿעסטויוואַל דעם 9–10 יוני. ער וועט נאָך דעם שפּילן אין אַנדערע פֿעסטיוואַלן און דורכן דירעקטן שטראָם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version