וויגלידער־קורס וועט באַטאָנען דאָס לעבן פֿון פֿרויען וואָס האָבן זיי געזונגעןCourse on Yiddish lullabies to focus on the lives of the women who sang them
די לערערין פּערל טייטלבוים וועט לערנען די סטודענטן ווי אַרויסצורעדן די ווערטער און ווי נאָכצומאַכן דעם ריטעם פֿון אַ נאַטירלעכן ייִדיש.
די אָנגעזעענע ייִדיש־לערערין און פֿאָלקסזינגערין פּערל טייטלבוים וועט לערנען אַ קורס אָנלײַן, דורך ייִוואָ, וועגן דער גרויסער צאָל ייִדישע וויגלידער — סײַ פֿאָלקסלידער סײַ ווערק געשאַפֿן פֿון באַקאַנטע פּאָעטן.
דער קורס, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן אויף ענגליש, וועט זיך אָנהייבן דעם 11טן יאַנואַר.
אינעם קלאַס וועט מען באַטאָנען דאָס לעבן פֿון די פֿרויען וואָס האָבן געזונגען די לידער. טייטלבוים וועט לערנען די סטודענטן ווי אַרויסצורעדן די ווערטער און ווי נאָכצומאַכן דעם ריטעם פֿון אַ פֿליסיקן ייִדיש.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן קורס, גיט אַ קוועטש דאָ.