ווידעאָ: מײַן זיידע ר׳ ישעיהלע קערעסטירער, האָט געזאָגט איך האָב אַ זיס פּיסקעלעWATCH: My Grandfather Reb Shayeleh of Kerestir Said I Had a Sweet Mouth
דער חזן משה קראַוס דערציילט ווי די חסידים האָבן ניט ריכטיק אָפּגעטײַטשט דעם זיידנס ווערטער.

Image by Yiddish Book Center
דער חזן משה קראַוס, דעם קערעסטירער רבינס אַן אייניקל, איז איינער פֿון די לעצטע מענטשן אויף דער וועלט וואָס האָט זיך מיט אים פּערזענלעך געטראָפֿן, כאָטש ער געדענקט עס ניט.
אַ פּאָר וואָכן איידער דער קערעסטירער רבי איז אַוועק אין יאָר 1925, האָט ער געהאַלטן זײַן אייניקל אין די הענט און אַרײַנגעלייגט אין קראַוס׳ מויל אַ לעפֿעלע האָניק. בעת אַן אינטערוויו מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער‟, האָט משה קראַוס דערקלערט מיט אַ שמייכל פֿאַר וואָס זײַן זיידנס ווערטער — אַז ער האָט אַ „זיס פּיסקעלע‟ — האָט אים פּערזענלעך שפּעטער „געשאַפֿן צרות‟.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1925, איז ר׳ ישעיהלע קערעסטירטער הײַנט אַ באַרימטע פֿיגור אויף דער חסידישער גאַס: יעדעס יאָר באַזוכן אַלץ מער ייִדן זײַן קבֿר אין קערעסטיר, אונגערן, און עס הייסן נאָך אים אַ ריי צדקה־אָרגאַניזאַציעס. באַקאַנט, בעת ער האָט געלעבט, ווי אַ בעל־מופֿת, טראָגן ייִדן הײַנט זײַן פּאָרטרעט ווי אַ סגולה קעגן כּלערליי צרות. אַחוצן ליובאַוויטשער, נחמן בראַצלעווער און דעם בעש׳׳ט אַליין, איז ר׳ ישעיהלעס קבֿר מסתּמא דער, וואָס ווערט צום מערסטנס באַזוכט אויף קבֿר־אָבֿות.
פֿאַראַיאָרן האָט דער פּאָפּולערער זינגער בערי וועבער אַרויסגעלאָזט אַן עלעקטראָפּאָפּ־ליד וועגן דעם רבין.
און דאָס איז ווײַט ניט דאָס איינציקע ראָקליד וועגן דעם רבין. דרך־אַגבֿ, אַז מע גיט אַ קוק אויפֿן ווידעאָ אונטן, זעט מען אַז ס׳איז דאָ אַן אַכסניא אין קערעסטיר מיטן ייִדישן נאָמען, „ר׳ ישעיהלעס גאַסטהויז‟.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief