Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מע באַקענט ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד מיט דער ייִדישער קולטור־ירושהAcquainting Belarusian Jews with their Yiddish heritage

בײַם מאַסן־קבֿר אין בראָנאַ־גאָראַ האָט מען פֿאָרגעלייענט קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס חורבן־ליד „אל־חנון‟ אויף ייִדיש, באַגלייט מיט זײַן איבערזעצונג.

אין דער וועלט פֿון עקאָנאָמיע, טוריסטיק, אינדוסטריע, פּאָליטיק און אפֿילו אין דער וועלט פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישקײט, רעדט מען וועגן דער אַנטװיקלונג פֿון די באַלטישע לענדער, די ענדערונגען אין די באַלקאַנען און וועגן דער שטאַרקער השפּעה פֿון לענדער אין צענטראַל־אײראָפּע איבער די ענינים פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אָבער וועגן ווײַסרוסלאַנד רעדט מען ווייניק.

אמת, אין דער ייִדיש־וועלט זענען געוויסע יחידים געפֿאָרן אַהין און געפֿאָרשט די אָרטיקע ביאָגראַפֿיעס, שטעט און וויכטיקע קאַפּיטלען געשיכטע פֿונעם לאַנד. אָבער מחוץ דער אַקאַדעמישער וועלט, איז ווײַסרוסלאַנד ניט אַזױ באַקאַנט בײַ ייִדן. אַ סך שטעט, דערפֿער און שטעטלעך האָבן זיך געפֿונען אין דער טעריטאָריע וואָס איז הײַנט באַקאַנט ווי ווײַסרוסלאַנד. אפֿילו ייִדן, וואָס ווייסן אַז די משפּחה שטאַמט פֿון דעם אָרט זאָגן אָפֿט אַז זײ שטאַמען פֿון פּױלן, ליטע און אוקראַיִנע ווײַל זיי זײַנען מער באַקאַנט מיט דער ייִדישער און אַלגעמײנער געשיכטע פֿון די לענדער.

עס איז אױך אמת אַז עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זענען דאָרט הײַנט אַקטיוו אָבער מע דערציילט ווייניק וועגן די זאַכן וואָס קומען הײַנט פֿאָר בײַם ייִדישן ציבור דאָרט.

„דער צוזאַמען־פּלאַן‟ איז אַ בריטישע צדקה־אָרגאַניזאַציע וואָס אַרבעט מיט ייִדישע ייִשובים אין ווײַסרוסלאַנד שױן לענגער ווי 10 יאָר. איר אַרבעט איז אַנדערש פֿון די מעטאָדן וואָס גרעסערע, מער באַרימטע אָרגאַניזאַציעס, נוצן. מער ווי סתּם הומאַניטאַרע הילף, צילעוועט אָט די איניציאַטיוו צו שאַפֿן טיפֿע, פּערזענלעכע באַציִונגען מיט אַ ייִדישן און סאָציאַלן באַטײַט, כּדי ייִדישע קהילות זאָלן זיך קענען בעסער אָרגאַניזירן סיי מיט דער הילף פון צדקה און די געלעגנהײטן וואָס דאָס ברענגט מיט, סײַ דורך די ווערטן און אינטערעסן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

„דער צוזאַמען־פּלאַן‟ האָט לעצטנס אָנגעפֿירט מיט אַ נאָוואַטאָרישער רײַזע קיין פּאָלאָצק וואָס האָט צונויפֿגעפֿירט יונגע ייִדן פֿון ענגלאַנד מיט פּאָלאָצקער ייִדן. דאָס איז ניט דאָס ערשטע מאָל וואָס „דער צוזאַמען־פּלאַן‟ אָרגאַניזירט אַ רײַזע קײן ווײַסרוסלאַנד אָבער ס’איז יאָ דאָס ערשטע מאָל וואָס דאָס ווערט דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיט דער „אייראָפּעיִשער אַסאָציאַציע צו פֿאַרהיטן און פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור־ירושה‟, וואָס פֿירט אויך אָן מיט אַזעלכע פּראָגראַמען אין מערבֿ־אײראָפּע.

דבֿורה ברונער, די פֿאָרזיצערין פֿון דער צדקה־אָרגאַניזאַציע אין לאָנדאָן, און אַרטור ליפֿשיץ, דער רעפּרעזענטאַנט אין מינסק, האָבן ניט קײן ספּעציעלע פּלענער. צווישן אַנדערע זאַכן, האָפֿט „דער צוזאַמען־פּלאַן‟ אַז מע וועט מיט דער צײַט צונויפֿשטעלן אַ דינאַמישע פּראָגראַם, אין וועלכער מענטשן פֿון אויסלאַנד, וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע, גינעאָלאָגיע און מיטן הײַנטיקן מצבֿ פֿון די ייִדן, טרעפֿן זיך מיט היגע ייִדן און ייִדישע גרופּעס, מיטן טראָפּ אויף דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דאָס שליסט אײַן ניט נאָר דאָס רעדן וועגן ייִדישער ליטעראַטור, שפּראַך און קולטור אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, נאָר אױך אַז די באַטײליקטע זאָלן אַליין הערן די שפּראַך; זיך באַקענען מיט דער רײַכער ייִדישער קולטור פֿאַרן חורבן; לערנען נײַע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, זיך לערנען ווי צונויפֿצושטעלן זאַצן, זיך אויסלערנען לידער און אפֿילו שמועסן אַ ביסל אויף מאַמע־לשון.

Freydl Raisman

פֿריידל רייסמאַן (לינקס) רעדט מיט דער גרופּע Image by Arturo Kerbel Shein

טאַקע צוליב דעם האָבן ברונער און ליפֿשיץ זיך געוואָנדן צו דער ייִדישיסטישער גרופּע אין לאָנדאָן, די „ייִדישע שטוב‟. די אָנפֿירער פֿונעם „צוזאַמען־פּלאַן‟ האָבן אויסגעטיילט סטיפּענדיעס צו פֿיר חבֿרים פֿון דער „ייִדישער שטוב‟, אַרײַנגערעכנט אַני הקטן, ווי אויך צוויי פֿרײַוויליקע, כּדי צו פֿאָרן אין װײַסרוסלאַנד און דאָרט זוכן געלעגנהײטן ווי מע קען באַקענען די הײַנטיקע אָרטיקע ייִדן און זייערע געסט פֿון אויסלאַנד מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אונדזער גרופּע האָט דווקא יאָ געפֿונען אַזעלכע געלעגנהײטן.

אין מינסק האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט פֿריידל רײסמאַנען, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם מינסקער געטאָ. זי האָט אונדז דערצײלט וועגן די שרעקלעכע באַדינגונגען פֿון די ייִדן געטאָ. צוזאַמען מיט אַ גרופּע אָרטיקע ייִדישע אײַנוווינער זענען מיר געפֿאָרן זען דעם „יאַמאַ‟־דענקמאָל און דאָרטן פֿאָרגעלײענט און דערקלערט די אויפֿשריפֿטן אויף סאָוועטיש ייִדיש.

Holocaust Memorial

דער דענקמאָל אין יאַמאַ Image by Arturo Kerbel Shein

נאָך וויכטיקער איז געווען דאָס וואָס מיר האָבן מיט פֿרוי רייסמאַן אַליין געקענט שמועסן אַ ביסל אויף מאַמע־לשון.

פֿאַראַן אין דער וועלט פֿאַרשײדענע ערטער וווּ מאַרק שאַגאַלס אַרבעט ווערט אױסגעשטעלט. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער רײַזע האָבן פּלאַנירט אַ באַזוך צום אָרט וווּ שאַגאַל האָט אָנגעהױבן זײַן געניאַלע קאַריערע ווי אַ וועלט־באַרימטן קינסטלער: בײַ זײַן וווינונג אין וויטעבסק. אַרקאַדי שולמאַן, אַ היגער היסטאָריקער וואָס פֿירט אָן מיט אַ זשורנאַל אין דער וויטעבסקער קהילה, האָט אונדז אַרומגעוויזן און דערקלערט וועגן שאַגאַלס משפּחה און זײערע צײַטן אין ווײַסרוסלאַנד.

שולמאַן איז געווען שטאַרק באַאײַנדרוקט מיט דעם אַז עטלעכע אָנטיילנעמער זענען ייִדיש־רעדערס, ווי ער. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן זיך אויך דערפֿרייט זיך צו דערוויסן אַז שולמאַן רעדט ייִדיש — אַ זאַך וואָס זיי האָבן נישט געוווּסט, נישט געקוקט אויף די לאַנגע יאָרן וואָס זיי אַרבעטן שוין מיט אים. „די ייִדישע שטוב‟ האָט געהאַט מיטגעבראַכט עטלעכע פֿראַגמענטן פֿון שאַגאַלס אַן אױטאָביאָגראַפֿיש ייִדיש ליד, וואָס איז ווײניק באַקאַנט און האָבן עס פֿאָרגעלייענט און איבערגעזעצט אויף ענגליש. שולמאַן האָט עס איבערגעזעצט אױף רוסיש, זאָלן די היגע אָנטיילנעמער אין דער רײַזע קענען אַלץ פֿאַרשטײן.

Arkady Shulman

אַרקאַדי שולמאַן (רעכטס) רעדט מיט דער גרופּע Image by Arturo Kerbel Shein

אין וואַלד אַרײַן האָבן די באַטייליקטע געהאַט אַ רירנדיקע געלעגנהײט זיך צו דערנענטערן צו ייִדיש. די אויטאָס וואָס האָבן געפֿירט די גרופּע האָבן זיך אַ קער געטאָן רעכטס, דורך אַ וועג אין וואַלד אַרײַן. דערנאָך איז מען געגאַנגען צו פֿוס נאָך אַ ביסל, טיפֿער אין וואַלד. אַ ברײטער שטח האָט זיך געעפֿנט פֿאַר אונדז און דאָרט האָבן מיר דערזען בראָנאַ־גאָראַ, דאָס אָרט וווּ טױזנטער ייִדן פֿון ברעסט און אַרומיקע ערטער זענען דערהרגעט געוואָרן דורך די דײַטשן אין אַ ברידער־קבר.

Bronna Góra

אַ דענקמאָל אין בראָנאַ־גאָראַ Image by Arturo Kerbel Shein

לעבן אַ קלײנעם דענקמאָל, האָט די גרופּע זיך צוגעהערט צו אַ רעקאָרדירונג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי ווי זי רעציטירט איר חורבן־ליד „אל־חנון‟. מען האָט צעטײלט אַ בלעטל מיטן ליד אָפּגעדרוקט אויף ייִדיש, באַגלייט מיט זײַן טראַנסליטעראַציע און ענגלישער איבערזעצונג. פֿאָרוואָס דווקא קאַדיע מאָלאָדאָווסקי? מאָלאָדאָווסקי איז געבױרן געוואָרן אין בערעזע, אַ שטעטל וואָס ליגט קנאַפּע צוויי ק”מ פֿון דעם שרעקלעכן אָרט. די אָנטיילנעמער האָבן שפּעטער געזאָגט אַז דאָס איז פֿאַר זיי געווען זײער אַ רירנדיקע איבערלעבונג.

„דער צוזאַמען־פּלאַן‟ האָט אויך אָרגאַניזירט אַ באַזוך אין נאָוואָגרודעק, וווּ אַ גרופּע ייִדן האָט דורכגעפֿירט אַ ריי ווידערשטאַנדן אין דער אָרטיקער געטאָ. עטלעכע פֿון זיי זענען אַנטלאָפֿן דורך אַ טונעל און געוואָרן אַ טײל פֿון די באַקאַנטע ביעלסקי פּאַרטיזאַנער, וואָס האָבן געלעבט און געקעמפֿט אין די אַרומיקע וועלדער. די גרופּע האָט באַזוכט דאָס אָרט וווּ די ייִדן האָבן געעפֿנט דעם טונעל, אַ דענקמאָל און אַ קלײנעם מוזײ. ווען ס׳איז צוגעפֿאַלן די נאַכט האָט די גרופּע שוין געמוזט צוריקפֿאָרן קיין מינסק. אין אויטאָ האָבן די ייִדישיסטן צעטײלט בלעטלעך מיט די ווערטער פֿון דער פּאַרטיזאַנער הימנע אויף ייִדיש, צוזאַמען מיט זײַן טראַנסליטעראַציע. מען האָט זיי דערציילט וועגן דעם מחבר הירש גליק, און געזונגען דאָס ליד פֿאַר זיי. עטלעכע האָבן שוין געהאַט געוווּסט וועגן דעם ליד אָבער ניט געקענט די ווערטער, און אַנדערע האָבן עס בכלל קיינמאָל ניט געהערט.

די באַטײליקטע האָבן געזאָגט אַז זיי זענען געווען צופֿרידן צו הערן דאָס ליד אַפֿילו זיצנדיק אין אַן אויטאָ, שוין אונטערװעגנס קיין מינסק.

די פּראָגראַם האָט זיך געשלאָסן מיט גרױסן דערפֿאָלג. ברונער און ליפֿשיץ האָבן אָנגעפֿירט מיט אַ וואָכלאַנגיקן טור, סײַ דורך טראַנספּאָרט־מיטלען סײַ צו־פֿוס אין ווײַסרוסלאַנד, מיט יונגע לײַט פֿון איבער אײראָפּע, און מיט יונגע מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּאָלאָצק. די גרופּע האָט באַזוכט היסטאָרישע ערטער, ניט נאָר אין שײַכות מיט די ייִדן, נאָר אויך פֿון ווײַסרוסלאַנד בכלל. מע האָט זיך אויך געטראָפֿן מיט אָרטיקע פֿאָרשערס, אַקטיוויסטן און מיטגלידער פֿון פֿאַרשײדענע גרופּעס וואָס עקזיסטירן הײַנט אין לאַנד.

נאָך מער, די אָרגאַניזאַטאָרן און אויך די באַטײליקטע פֿון דער פּראָגראַם זענען מסכים מיט דעם אַז סײַ די אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש, סײַ די וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור וואָס די „ייִדישע שטוב לאָנדאָן‟ האָט זיך אונטערגענומען, האָבן צוגעגעבן אַ וויכטיקן פּאָזיטיוון עלעמענט צו דער רײַזע. זײ זאָגן, אַז ייִדיש האָט געדינט ווי אַ שליסל פֿאַר קאָמוניקאַציע מיט מענטשן וואָס האָבן שוין לאַנג ניט גערעדט מאַמע־לשון, און האָט זיי דערבײַ דערנענטערט צו דער קולטור און דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די אַמאָליקע היגע ייִדן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.