די עכטע ליטוויציזמען בײַם אַמאָליקן עטנאָגראַפֿישן שרײַבער, אַ. ליטוויןThe rich Lithuanian Yiddish used by the ethnographic writer A. Litvin
ליטווינס עטנאָגראַפֿישע אַרטיקלען באַשרײַבן זײַנע נסיעות איבער רבייִשע הויפֿן אין גער, טשאָרטקעװ און ליבאַװיטש.
געװען אַ מאָל אַ ייִד מיטן נאָמען שמואל הורװיץ, װאָס האָט אונטערן פּסעװדאָנים אַ. ליטװין אַרויסגעגעבן אַ זעקסבענדיק װערק „ייִדישע נשמות‟, אויפֿן סמך פֿון אַן עטנאָגראַפֿישער נסיעה צווישן 1905 און 1914 איבער ליטע, פּוילן און גאַליציע. אין 1914, האַרט פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק און דאָ אַרויסגעגעבן זײַן ווערק.
הורװיץ איז געװען אַ מינסקער געבוירענער, אין 1862, ד״ה, פֿונעם זעלביקן דור װאָס סײַ שלום־עליכם, סײַ די אַרבעטער־פּאָעטן מאָריס ראָזענפֿעלד, דוד עדעלשטאַט און מאָריס ווינטשעווסקי (כאָטש זיי אַלע האָט ער איבערגעלעבט — ער איז געשטאָרבן אין 1943.)
דאָס איז געװען אַן אינטערעסאַנטע תּקופֿה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אוו זשורנאַליסטיק. אין אַ צײַט װען די קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן שוין אַרײַנגעלייגט אַזוי פֿיל מי אויסצופֿורעמען אַ מאָדערן ליטעראַריש לשון, דער הויפּט אויפֿן סמך פֿון דרום־ייִדיש — מענדעלע איז טאַקע געווען אַ געבוירענער ליטװאַק, אָבער האָט זיך „פֿאַרװאָלינערישט‟ — האָבן ליטװאַקעס משׂכּילים, ווי, אַ שטייגער, אײַזיק־מאיר דיק (פֿון אַ פֿריִערדיקן דור) געפּרוּװט אָפּגעװיינען די ייִדישע מאַסן פֿון מאַמע־לשון און זיי אויסלערנען דײַטשמעריש; דאָ אין אַמעריקע, פֿאַרשטייט זיך — זיי אויסלערנען ענגליש. דאָס ערשטע פֿערטל פֿונעם 20סטן י״ה איז דאָך געװען די בליצײַט פֿונעם פֿאָרװערטס אונטער אַב. קאַהאַן, האָבן אין ניו־יאָרק געהאַט די אייבערהאַנט שרײַבערס פֿאַרברענטע ליטװאַקעס.
אַ. ליטװין איז נישט געװען קיין יוצא מן הכּלל. ער האָט געשריבן דאָס זעלביקע געמיש בשעתּו פֿון דײַטשמעריש און ליטװישן דיאַלעקט װאָס ראָזענפֿעלד און זײַנס גלײַכן. אָט איז ראָזענפֿעלדס „מײַן רוע־פּלאַץ‟ פֿול מיט דײַטשמעריזמען; אָבער די ערשטע צװיי װערטער, „ניט זוך‟, װוּ „ניט‟ שטייט פֿאַרן װערב, איז עכט ליטװישער דיאַלעקט. טשיקאַװע, װאָס ראָזענפֿעלד האָט נישט געשטאַמט פֿון טיף ליטע צי רײַסן, נאָר דװקא פֿון סוּװאַלקער געגנט. הייסט עס, אַז אינעם הײַנטיקן צפֿון־מיזרח־פּוילן, בײַ דער גרענעץ מיטן פּוילישן ייִדיש, איז דער דיאַלעקט פּונקט אַזוי שטאַרק װי אַנדערש װוּ. נאָך אַ ראַיה איז ד״ר עמנואל אָלשװאַנגערס לשון אין זײַנע „רויטע פּאָמעראַנצן‟ און „לחיים‟; אָלשװאַנגער דער גרײַװער, נאָך נענטער צו דער גרענעץ מיטן פּוילישן ייִדיש, שרײַבט אַזאַ טיף ליטװישן דיאַלעקט, אַז, למשל, נישט נאָר טערמינען פֿאַר מענטשן ווערן געבויגן („דעם טאַטן, דעם זיידן, דער מאַמען, דער באָבען‟), נאָר אַפֿילו חיות („דעם בערן‟)! װי מיר האָבן נישט איין מאָל אונטערגעשטראָכן, קענען הײַנטיקע ייִדיש־סטודענטן און אַפֿילו ־לערערס (וגם אַני בתוכם) זיך צולערנען לשון אַפֿילו בײַ צווייטראַנגיקע שרײַבערס.
וואַרפֿן זיך טאַקע דורך בײַ ליטווינען אַזוינע „ליטוויציזמען“ ווי „סבתדיקער לסון“: „אײַלענעס, לויפֿענעס, שטופּענעס“ (= „אײַלעניש, לויפֿעניש, שטופּעניש“); גראַמאַטישער מין: „די שטעטעלע“, „די ווײַבל“, „דער ייִנגל“, „די טירעלע“, „דער בענקל“, „דער פּנים“, „דער דאַוונען“ (אַלע „דער“ און „די“ שטאָטס „דאָס“), „די קאָפּ“ (שטאָטס „דער“), „דער נאָז“, „דער באַן“ „דער רעכענונג“ און „דער פֿירונג“ (שטאָטס „די“); „בײַם טיר“, „מיטן האַנט“ און „צום וואַנט“ (שטאָטס „בײַ/מיט/צו דער“); אַזאַ נישט־געשטויגן וואָרט ווי „שטויגער“ (= „שטייגער“); ואַחרון אַחרון: סובסטאַנץ־מין (אַזאַ געמיש פֿון לשון־יחיד און לשון־רבים): „זײַנע חסידות“, „די טאַבאַק“ און אַפֿילו „אַזוינע טײַערע טאַבאַק“!
כּדאַי דאָ אויך צו דערמאָנען, אַז ער שרײַבט אויסגעהאַלטן „ליבאַװיטש‟, מיט אַ יוד, אַזוי װי מ. שעכטער ע״ה האָט בשעתּו אויפֿגעװיזן אינעם באַנד „לײַטיש מאַמע־לשון‟. דער מער פֿאַרשפּרייטער שרײַב־אופֿן „ליובאַװיטש‟ שטימט מיטן רוסישן „ליובאַװיטשי‟, נישט מיטן פֿאַקטישן ייִדישן באַניץ פֿון הונדערט יאָר צוריק.
נישט בלויז דאָס זענען מיר אויסן. אויך דאָס װאָס הורװיץ־ליטװין דערציילט איז װערט צו לייענען. זײַן צוגאַנג צו עטנאָגראַפֿיע איז, פֿאַרשטייט זיך, אַן אַמאַטאָרישער; פֿונדעסטװעגן האָט ער װאָס צו זאָגן. וועגן זײַנע נסיעות איבער רבייִשע הויפֿן אין גער, טשאָרטקעװ, ליבאַװיטש א״אַ דערציילט ער לרובֿ. אָט איז ער געווען אין גער, האָט ער באַשריבן אַזאַן אָפּגעלאָזנקייט אינעם בית־מדרש און אַזאַן ענגשאַפֿט און שטופּעניש שבת בײַם רבין, אַז כּדי צו זײַן אינעם רבינס דלד אַמות האָט מען אָדער געמוזט האָבן פּראָטעקציע (צו קריגן אַ זיצאָרט) אָדער געמוזט שטיין אויף די פֿיס פֿון אין דער פֿרי ביז פֿאַר נאַכט. די חסידים וואָס ער האָט מיט זיי געשמועסט האָבן דאָס פֿאַרענטפֿערט דערמיט, אַז זיי גייט בלויז אין רוחניות, אַרט זיי נישט די אָפּגעלאָזנקייט, און צווייטנס, ווען ס׳וואָלט געווען גרינג אָנקומען צום רבין וואָלט עס נישט געהאַט קיין ווערט — דווקא די שוועריקייט איז גורם דבֿקות און התלהבֿות.
מיט אַלע זײַנע מעלות און חסרונות, אָבער, איז ליטװין געווען אַ קנאַפּער נבֿיא. װידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל קאָנסטאַטירט ער, אַז „דער חסידיזם דערלעבט [= לעבט איבער] זײַנע לעצטע טעג“. חב״ד וועט באַלד אונטערגיין, ווײַל דעם דעמאָלטיקן רבינס, שלום־בערס, זון טויג נישט פֿאַר קיין רבין, איז שלום בער אַוודאי דער לעצטער; אַז דער יונגער דור פֿון אָנהייב 20סטן י״ה קװאַפּעט זיך אויף דער מאָדערנער װעלט, אַז דאָס חסידות פֿאַרלירט די יוגנט און װעט זיך לאַנג נישט האַלטן, כאָטש דער עלטערער דור האַלט נאָך אַלץ, אַז דער רבי איז אַ בעל־מופֿת. נו, װען ער װאָלט איצט אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים װאָלט אָט דער „נבֿיא‟ זיך אַוודאי זייער פֿאַרחידושט, אַז נישט נאָר איז דאָס חסידות נישט אונטערגעגאַנגען, נאָר פֿאַרקערט, ס׳איז אפֿשר דער סאַמע לעבעדיקסטער סעקטאָר פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בײַם הײַנטיקן טאָג.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO