ווידעאָ: אַ ליד געשאַפֿן בעתן חורבן אויסגעפֿירט מיט הומאָר, ווי דער מחבר האָט געמיינטWATCH: A song written during the Holocaust performed with humor, as the songwriter intended
פּסוי קאָראָלענקאָ זינגט דאָס סאַטירישע ליד „איך בין אַ טיפֿוס־לויז“, וואָס ל. ווינאַקור האָט געשאַפֿן אין טראַנסניסטריע אין 1942.
ס׳איז לעצטנס אַרויס זייער אַן אומגעוויינטלעכער מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן פּסוי קאָראָלענקאָ זינגט אַ ווייניק־באַקאַנט חורבן־ליד. פֿאַר וואָס איז דער ווידעאָ אַזוי אומגעוויינטלעך? ווײַל עס גייט אַ רייד ניט בלויז וועגן אַ חורבן־ליד וואָס איז בכּיוון הומאָריסטיש, נאָר דער זינגער און די מוזיקער פֿירן עס אויף ווי דער מחבר האָט עס געמיינט — אויף אַן עכט־אַבסורדן אופֿן.
דאָס ליד הייסט „איך בין אַ טיפֿוס־לויז“ און געשריבן האָט עס אַן אומבאַקאַנטער ייִד מיטן נאָמען ל. ווינאַקור, וואָס איז געווען פֿאַרשפּאַרט אין אַ געטאָ אין טראַנסניסטריע. נאָך דער מלחמה איז עס געזאַמלט געוואָרן דורכן פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי, וואָס האָט עס אַרײַנגענומען אין זײַן אַרכיוו פֿון חורבן־לידער. נאָך דעם וואָס בערעגאָווסקי איז אַרעסטירט געוואָרן דורך די סאָוועטן אין 1949, האָט כּמעט קיינער ניט דורכגעבלעטערט זײַנע טעקעס מיט געזאַמלטע לידער, ביז ד׳׳ר אַנאַ שטערנשיס האָט זיי אויסגעפֿאָרשט און געפֿונען אין זיי אַן אוצר פֿון קולטור־געשיכטע און גײַסטיקן ווידערשטאַנד. כּדי אויפֿצולעבן די פֿאַרגעסענע קאַמף־ און חורבן־לידער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען צוזאַמענגעשטעלט אַ קאַפּעליע און אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם לידער מיטן נאָמען „ייִדישע פּראַכט“, וואָס איז אין 2018 נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גרעמי“.
כאָטש דער אַלבאָם איז אַרויס מיט צוויי יאָר צוריק, האַלט מען נאָך אין אַרויסלאָזן נײַע מוזיק־ווידעאָס פֿון די לידער. „איך בין אַ טיפֿוס־לויז“ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דילעמע פֿאַר די הײַנטיקע זינגער. כאָטש מע האָט בשעתן חורבן געשריבן אַ צאָל הומאָריסטישע און סאַטירישע לידער, זינגט מען זיי זעלטן הײַנט, און אַז מע זינגט זיי יאָ, טוט מען עס אויף אַן ערנסטן אופֿן. אפֿשר האָבן ייִדן האָבן טאַקע אָפּגעלאַכט פֿון זייער מצבֿ בשעתן חורבן, אָבער וואָס פֿאַר אַ טעם האָט עס צו לאַכן הײַנט פֿון לידער וואָס מע האָט געשאַפֿן בשעת אַ גענאָציד? עס ווענדט זיך אינעם צוגאַנג פֿונעם זינגער.
איך האָב אַ סך מיטגעפֿיל מיט די וואָס האַלטן, אַז מע טאָר הײַנט ניט זינגען אַזעלכע לידער, נאָר איך בין ניט מסכּים דערמיט. פֿאַרקערט: אויב מע פֿירט אויס די לידער אויף אַ דרך־ארצדיקן אופֿן וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די וואָס זענען אומגעקומען בשעתן חורבן און מע גיט צו אַ געהעריקן קאָנטעקסט, זענען אַזעלכע לידער כּדאַי צו זינגען. זיי גיבן דעם עולם אַ מער פֿילפֿאַרביק בילד פֿונעם ייִדישן לעבן בשעתן חורבן און ווײַזן ווי דער הומאָר איז בײַ ייִדן געווען אַ מיטל פֿון גײַסטיקן ווידערשטאַנד. דורך קאָראָלענקאָס הומאָריסטישן צוגאַנג, איז ער געטרײַ די וואָס האָבן עס געזונגען און האָבן פֿונעם ליד זיך אויפֿגעמונטערט.
די מוזיק צום ליד האָט ל. ווינאַקור גענומען פֿון דוד בייגלמאַנס אַ קאָמפּאָזיציע, וואָס איז הײַנט בעסער באַקאַנט ווי די מוזיק צו משה אוישערס „דריי דריידעלע“. בייגלמאַן איז געווען צווישן די גרעסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון ייִדישער טעאַטער־מוזיק אין פּוילן און האָט געשאַפֿן די פּאַרטיטורן פֿאַר צענדליקער פּיעסעס, אַרײַנגערעכנט „דער דיבוק“. אינעם לאָדזשער געטאָ האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַן אָרקעסטער און געשאַפֿן עטלעכע באַקאַנטע חורבן־לידער. ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ.
עס באַגלייט פּסוי קאָראָלענקאָ דער „פּאַיאַדאָראַ טאַנגאָ־אַנסאַמבל“.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO