אַ ייִדיש קינדערביכל וועגן פּסח און קאָוויד־19A Yiddish children’s book about Passover and Covid 19
די יונגע העלדינע אַנטדעקט, אַז ס׳איז ניט דאָס ערשטע מאָל, וואָס די באָבע האָט געדאַרפֿט בלײַבן אַליין אום יום־טובֿ.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די קומענדיקע וואָך וועט אַרויסגעלאָזט ווערן אַ קינדערביכל אויף ייִדיש וועגן דער קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע.
דאָס ביכל, „פּסח אין אַ מגפֿה“, געשריבן פֿון הרבֿ אַבֿרהם מלאָטעק, דערציילט ווי די יונגע רויה קען ניט פֿײַערן דעם יום־טובֿ מיט איר באָבען. אויף דער פֿראַגע, צי די באָבע האָט אַמאָל פֿריִער געדאַרפֿט זײַן אַליין אום פּסח, דערקלערן אירע עלטערן וועגן דער באָבעס קינדעריאָרן אין וואַרשעווער געטאָ. דאָס ביכל קען מען אויך באַשטעלן אויף ענגליש.
מלאָטעק איז דער רבֿ בײַם גרויסן מאַנהעטענער „ייִדישן קהילה־צענטער“ אויפֿן נאָמען פֿון מאַרלען מײַערסאָן. זײַנע באָבע־זיידע זענען געווען די שרײַבער, קולטור־טוער און דערציִער, יוסף און חנה מלאָטעק.
דאָס ביכל ווערט אַרויסגעגעבן דורכן „פֿאַרלאַג אויפֿן נאָמען פֿון בן־יהודה“, וואָס איז ניט קיין פּנים־חדשות אין דער וועלט פֿון דער ייִדיש־פֿאַרלעגערײַ. די פֿירמע פֿאַרקויפֿט אויך עטלעכע באַקאַנטע קינדערביכער אויף מאַמע־לשון אין שלום בערגערס איבערזעצונג, אַרײַנגערעכנט ד׳׳ר סוסעס „די קאַץ דער פּאַיאַץ“ און „איין פֿיש, צוויי פֿיש, רויטער פֿיש, בלויער פֿיש“.
פֿאַר דערוואַקסענע לייענער, האָט דער פֿאַרלאַג אויך לאַנצירט אַ סעריע צוויישפּראַכיקע אויפֿלאַגעס פֿון ווייניק־באַקאַנטע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. עס איז לעצטנס אַרויס אַ זאַמלונג דערציילונגען פֿון סאַלאָמעאַ פּערל „די קאַנווע“ אויף ייִדיש באַגלייט פֿון רות מורפֿיס ענגלישע איבערזעצונגען, און אין דעצעמבער וועט ער פּובליקירן יוסף אָפּאַטאָשוס ראָמאַן, „היברו“, אויף ייִדיש און אין שלומית בערגערס איבערזעצונג.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
