Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די שווערע באַציִונגען צווישן די געטאָ־קעמפֿער און די סאָװעטישע פּאַרטיזאַנערThe uneasy relationship between the Jewish ghetto fighters and the Soviet partisans

ייִדן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ זענען אָפֿט אומגעקומען ווײַל זיי זײַנען ניט געװען צוגעוויינט צו די באַדינגונגען פֿון לעבן אין װאַלד.

Jack Nusan Porter

Jewish Partisans of the Soviet Union during World War II

Academic Studies Press, 662 pp.

אָנהײב אָקטאָבער 1948 האָט די מאָסקװער צײַטונג „אײניקײט‟ אַנאָנסירט: „אינעם פֿאַרלאַג, ׳דער עמעס׳, איז ערשט דערשינען דער בוך ‚פּאַרטיזאַנסקאַיאַ דרוזשבאַ‘ (פּאַרטיזאַנער פֿרײַנדשאַפֿט) – אַ זאַמלונג דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן און פֿאַרצײכענונגען װעגן דעם העלדישן פּאַרטיזאַנישן קאַמף קעגן די דײַטשיש-פֿאַשיסטישע אָקופּאַנטן; װעגן דער גרױסער פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט, װאָס איז [פֿאַרשטאַרקט געװאָרן] אין שלאַכט, װעגן די העראָיִשע אױפֿטוען פֿון פּאַרטיזאַנער-ייִדן. דער בוך באַשטײט דער עיקר פֿון די מאַטעריאַלן, װאָס עס האָט אַ לאַנגע צײַט געזאַמלט דער ייִדישער אַנטי–פֿאַשיסטישער קאָמיטעט אין [ראַטן־פֿאַרבאַנד].‟

דער טיראַזש פֿונעם בוך איז געװען אַ װאָגיקער: 25 טױזנט עקזעמפּלאַרן. ס׳איז מסתּמא געװען פֿון די סאַמע לעצטע פּובליקאַציעס פֿונעם פֿאַרלאַג „דער עמעס‟, װאָס מע האָט געשלאָסן סוף נאָװעמבער 1948. כּמעט דער גאַנצער טיראַזש פֿונעם דאָזיקן בוך איז צעשטערט געװאָרן, און בלויז אַ פּאָר עקזעמפּלאַרן האָבן זיך אָפּגעהיט אין די צענטראַלע סאָװעטישע ביבליאָטעקן.

דװקא פֿון דער מאָסקװער לענין-ביבליאָטעק האָט דער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט בנימין װעסט באַקומען אַ מיקראָפֿילם פֿונעם דאָזיקן בוך אין 1963, און אין 1968 האָט ער אַרױסגעגעבן אַ העברעיִשע איבערזעצונג דערפֿון. אױפֿן סמך פֿון דער דאָזיקער אױסגאַבע האָט דער אַמעריקאַנער פֿאָרשער דזשעק נוסאַן (נוסיע־יעקבֿ) פּאָרטער צוגעגרײט אין 1982 אַ פֿאַרגרעסערטע ענגלישע פּובליקאַציע אין צװײ בענד, „ייִדישע פּאַרטיזאַנער אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד בעת דער צװײטער װעלט–מלחמה‟.

איצט איז דאָס דאָזיקע בוך אַרױס אין אַ נײַער, נאָך מער דערגאַנצטער, אױפֿלאַגע.

פּאָרטער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט ראָװנע, װאָלינער געגנט פֿון אוקראַיִנע, אין 1944, באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון דער שטאָט דורך דער רױטער אַרמײ. בײדע עלטערן זײַנע זײַנען געװען פּאַרטיזאַנער, און אַ היפּשער טײל פֿון זײַן בוך באַשטײט פֿון זכרונות װעגן דעם פּאַרטיזאַנישן קאַמף אין װאָלין און פּאָלעסיע.

דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט זיך גענומען צוגרײטן אַ בוך װעגן ייִדישע פּאַרטיזאַנער בעת דער מלחמה. די צײַטונג „אײניקײט‟ האָט כּסדר געדרוקט רעפּאָרטאַזשן און פֿאַרצײכענונגען װעגן העלדישע אויפֿטוען פֿון ייִדישע פּאַרטיזאַנער. בסך–הכּל זײַנען אַרױס העכער װי אײן הונדערט אַרטיקלען אַזוינע. סוף 1945 האָט דער קאָמיטעט אַרױסגעשיקט בקשות צו אָנגעזעענע סאָװעטישע קאָמאַנדירן פֿון פּאַרטיזאַנישע גרופּעס צו שיקן מאַטעריאַל װעגן ייִדישע קעמפֿער אין זײערע אָפּטײלן.

אין 1946 האָט דער קאָמיטעט געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיטן שרײַבער שמואל פּערסאָװ, ער זאָל צוגרײטן מאַטעריאַלן פֿאַר אַ בוך װעגן סאָװעטישע ייִדן–פּאַרטיזאַנער צווישן 1941 און 1945. פּערסאָװ איז געװען אַ מומחה אױף מיליטערישע ענינים. ער האָט געשריבן װעגן ייִדן אין דער רױטער אַרמײ נאָך פֿאַר דער מלחמה. אין 1944 איז אין מאָסקװע אַרױס זײַן בוך „דײַן נאָמען איז פֿאָלק, פֿאַרצײכענונגען װעגן ייִדן-פּאַרטיזאַנער‟, װאָס איז טײלװײַז אַרײַן אין פּאָרטערס ענגלישער אױסגאַבע. פּערסאָװ האָט געשילדערט די העלדישע מעשׂים פֿון פּשוטע ייִדן, װאָס האָבן זיך נוקם געווען פֿאַרן טױט פֿון זײערע נאָענטע און געליבטע.

דער דאָזיקער פּראָיעקט איז געװען װיכטיק צוליב צוויי סיבות. דאָס איז געװען אַ טײל פֿון דער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר אױסלאַנד, און אײנצײַטיק איז דאָס געװען אַ מיטל צו באַקעמפֿן די אַנטיסעמיטישע רכילות בײַ דער סאָװעטישער באַפֿעלקערונג, אַז ייִדן האָבן כּלומרשט ניט געקעמפֿט אין דער מלחמה. דערצו נאָך זײַנען די מעשׂיות װעגן העלדישע אױפֿטוען פֿון ייִדן-פּאַרטיזאַנער געװען אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור.

אין זײַן הקדמה מאַכט פּאָרטער אַ קורצן איבערזיכט פֿון דער געשיכטע פֿונעם פּאַרטיזאַנישן קאַמף אױף די אָקופּירטע סאָװעטישע שטחים צװישן 1941 און 1944. לכתּחילה איז דער דאָזיקער קאַמף געװען כאַאָטיש און ניט אָרגאַניזירט. דער גורל פֿון ייִדן, װאָס האָבן געפּרוּװט אַנטלױפֿן פֿון געטאָס צו די פּאַרטיזאַנער, איז אָפֿט געװען אַ טרויעריקער. חוץ דעם געװײנטלעכן אַנטיסעמיטיזם זײַנען דערצו געװען אַנדערע, פּראַגמאַטישע סיבות. ייִדן האָבן ניט געהאַט קײן געװער, צומאָל זײַנען זײ געקומען מיט גאַנצע משפּחות, און זײ זײַנען ניט געװען צוגעוווינט צו די שװערע באַדינגונגען פֿון לעבן אין װאַלד.

בלױז יענע ייִדישע רױטאַרמײער, װאָס האָבן געהאַט אַ גוטן מזל צו אַנטלױפֿן פֿון דער דײַטשישער געפֿאַנגענשאַפֿט, האָבן געהאַט אַ בעסערן שאַנס מיט די פּאַרטיזאַנער. ערשט בײַם סוף פֿון 1942 האָט די צענטראַלע קאָמאַנדירשאַפֿט אין מאָסקװע געשטעלט די פּאַרטיזאַנער אונטער זײער קאָנטראָל. צו יענער צײַט, באַמערקט פּאָרטער, זײַנען שױן דאָס רובֿ ייִדישע תּושבֿים געהאַט אומגעקומען. סך-חכּל האָבן זיך בערך 25 טױזנט ייִדן באַטײליקט אין דעם פּאַרטיזאַנישן קאַמף אױף דער סאָװעטישער טעריטאָריע.

די מאַטעריאַלן אין פּאָרטערס בוך זײַנען פֿאַרשײדנמיניק און שטאַמען פֿון פֿאַרשײדענע מקורים. די סאָװעטישע טעקסטן פֿון סוף–1940ער טראָגן אַ שטאַרקן פּראָפּאַגאַנדיסטישן טעם. זײ באַזירן זיך אױף רעאַלע פֿאַקטן, אָבער זײ זײַנען ניט אין גאַנץ פֿאַרלאָזלעך װי היסטאָרישע דאָקומענטן. דאָס זײַנען װיכטיקע גבֿית–עדותן פֿון יענער תּקופֿה, װען די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן האָבן געזוכט אַן אײגענעם אָרט אין דער סאָװעטישער קולטור. אַ פּאָר חדשים נאָך דער פּובליקאַציע פֿון „פּאַרטיזאַנער פֿרײַנדשאַפֿט‟ האָבן די אױספֿאָרשער פֿון דער געהײם–פּאָליצײ גענוצט אַזאַ מין טעקסטן כּדי צו באַשולדיקן ייִדן אין נאַציאָנאַליזם. פּערסאָװ איז געװען צװישן די ערשט קרבנות פֿון די דאָזיקע רדיפֿות. ער איז אַרעסטירט געװאָרן אין פֿעברואַר 1949 און פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טױט אין נאָװעמבער פֿון 1950.

די דאָקומענטן אין דעם צװײטן באַנד פֿון פּאָרטערס בוך שטאַמען פֿון אַנדערע מקומות און שפּעטערע צײַטן. דאָס זײַנען זכרונות פֿון אַמאָליקע ייִדישע פּאַרטיזאַנער, װאָס מען האָט פֿאַרשריבן אין ישׂראל און אַנדערע לענדער. זײ דערצײלן זײערע געשיכטע אַנדערש, אָן סאָװעטישן אידעאָלאָגישן פּאַטאָס. אַ היפּשע צאָל מאַטעריאַלן האָבן צו טאָן מיט דעם פּאַרטיזאַנישן אָפּטײל פֿונעם קאָמאַנדיר ניקאָלײַ קאָנישטשוק (באַקאַנט אונטער זײַן צונעמעניש „קרוק‟). ער איז געװען אַן אוקראַיִנער פּויער, װעלכער האָט געהאַט בערך צװײ הונדערט ייִדן אין זײַן גרופּע אין װאָלינער געגנט פֿון אוקראַיִנע. נאָך דער מלחמה זײַנע אַ היפּשע צאָל ייִדישע פּאַרטיזאַנער פֿון זײַן גרופּע אַװעק פֿון סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. און מיט עטלעכע יאָר נאָך דעם סוף פֿון דער מלחמה איז קרוק אַלײן אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון אָט די נאַציאָנאַליסטן.

קרוקס אײגענער טרוקענער און זאַכלעכער באַריכט װעגן ייִדישע פּאַרטיזאַנער אין זײַן גרופּע אין „פּאַרטיזאַנער פֿרײַנדשאַפֿט‟ װערט דערגאַנצט אין פּאָרטערס בוך דורך שפּעטערע זכרונות פֿון ייִדן-פּאַרטיזאַנער, צװישן זײ —פּאָרטערס עלטערן. די דאָזיקע זכרונות אַנטפּלעקן אַ מער קאָמפּליצירט און דראַמאַטיש בילד פֿונעם לעבן אינעם פּאַרטיזאַנישן װאַלד-לאַגער און דעם בלוטיקן קאַמף קעגן דײַטשן און אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.