אַ נאַכט אין דער ייִדישער אָפּערעA night at the Yiddish opera
אָנהייב 20סטן י״ה האָט מען אין צאַרישן רוסלאַנד זיך געוויצלט אַז ייִדן זענען דאָס סאַמע מוזיקאַלישע פֿאָלק. ווי באַקאַנט זענען אַ סך ייִדן טאַקע געווען טעטיק אין דער מוזיקוועלט ווי קאָמפּאָזיטאָרן, דיריגענטן, מוזיקערס (ספּעציִעל פֿידל-שפּילערס), זינגערס, מעצענאַטן און – פֿאַרשטייט זיך – צווישן דעם עולם. סע האָבן נישט געפֿעלט קיין אַנטיסעמיטן וואָס האָבן זיך באַקלאָגט מעשׂה ריכאַרד וואַגנער. סע זענען אויכעט דאָ מעשׂיות וועגן ייִדן – אַזוי ווי דער ווילנער באַלעבעסל – וואָס זענען אַוועק פֿון חזנות (און צומאָל זיך געשמדט) כּדי צו ווערן אָפּערע-זינגערס בײַ לײַטן. נאָר פֿון אָפּערע אויף ייִדיש רעדט זיך זעלטן.
דערפֿאַר האָבן זיך בײַ מיר געשפּיצט די אויערן ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז דאָ אין טאָראָנטאָ אויפֿן אַשכּנז-פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען די צפֿון-אַמעריקאַנער פּרעמיערע פֿון דעם וואָס ווערט באַצייכנט ווי „די ערשטע“ ייִדישע אָפּערע, „בת-שבֿע“. (צווישן אונדז גערעדט זענען פֿריִער געווען אַ פּאָר אַנדערע ייִדישע אָפּערעס אין ענגלאַנד און אין ראַטן-פֿאַרבאַנד — אַ פֿאַקט וואָס איז כּדאַי וועגן דעם צו שרײַבן אין אַ באַזונדערן אַרטיקל). די אָפּערע איז צום ערשטן (און לעצטן) מאָל אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף דער בינע אין אידאַ קאַמינסקאַס וואַרשעווער טעאַטער אין 1924 אונטערן נאָמען „דוד און בת-שבֿע“, מיט ליברעטאָ פֿונעם באַוווּסן פּאָעט, שרײַבער און דראַמאַטורג משה בראָדערזאָן און מיט מוזיק פֿונעם גאָר פּאָפּולערן קאָמפּאָזיטאָר הענעך קאָן (דער וואָס האָט געשריבן „יאָסל-בער“ און די מוזיק פֿאַר אַנסקיס „דער דיבוק“). דעם רעזשי האָט געפֿירט דוד הערמאַן, נאָך אַ גוט באַקאַנטער נאָמען אין דער ייִדישער טעאַטער-וועלט פֿאַרן חורבן.
מע האָט לאַנג געמיינט, אַז דאָס ווערק איז אין גאַנצן נעלם געוואָרן. נאָר אַ גליק האָט געטראָפֿן – די ייִדיש-פֿאָרשערין ד״ר דיאַנאַ מאַטוט פֿונעם אוניווערסיטעט אין וויטענבערג-האַלע אין דײַטשלאַנד האָט זיך אָנגעשטויסן אויף אַ האַנט-געשריבענער פּיאַנע־פּאַרטיטור וואָס האָט זיך אָפּגעפֿונען אינעם אַרכיוו פֿון יעיל-אוניווערסיטעט. ס׳איז אָבער געווען איין צרה – סע האָבן געפֿעלט 16 זײַטן פֿונעם כּתבֿ-יד, דווקא דער קלימאַקס פֿון דער מעשׂה. האָט זי זיך געוואָנדן צו יהושע האָראָוויצן און מײַקל וועקסן, זיי זאָלן אויספֿילן די „בלויזן“. האָט האָראָוויץ נישט נאָר רעסטאַוורירט קאָנס אָריגינעלע מוזיק פֿאַר אַן אָרקעסטער, נאָר אויך קאָמפּאָנירט זעקס נײַע באַוועגונגען. נישט קענען זיך מאָלן וואָס בראָדערזאָן האָט געהאַט אין זינען, האָט זיך וועקס אינספּירירט פֿון מדרשים כּדי צו שרײַבן דעם טעקסט צו די פֿעלנדיקע זײַטן.
אין זאַל דעם 31סט אויגוסט האָט געקלונגען אַ שיינער אָרקעסטער צוזאַמען מיט אַ כאָר און פֿיר זינגערס אין די ראָלעס פֿון דוד-המלך (יונה שפּונגין), נתן הנבֿיא (מאַרסעל ד׳ענטרעמאָן), דער שליח (דזשעפֿרי שעלנבערג) און בת-שבֿע אַליין (דזשאַקלין גראָסמאַן). דער עולם – אַ געמיש פֿון יונגע און אַלטע ליבהאָבערס פֿון ייִדישן וואָרט און קלאַנג — האָט זיך באַגײַסטערט פֿון דער הויכער קוואַליטעט פֿון די שטימען און דעם מוזיקאַלישן אַנסאַמבל. די קאַנאַדער זינגערס האָבן אָבער נאָר געזונגען און זיך נישט גערירט פֿון אָרט. קיין קאָסטיומען האָט מען נישט געטראָגן און קיין טענץ איז מען נישט געגאַנגען. אָט די פּרטים פֿון דער אָריגינעלער פֿאָרשטעלונג האָט מען נישט רעקאָנסטרויִרט.
נאָר דעם אמת געזאָגט, האָט דאָס נישט אויסגעפֿעלט. די דראַמע איז אין תּוך אַ פּסיכאָלאָגישע. סע גייט אין דוד-המלכס געראַנגל מיט זײַן געוויסן נאָך זײַן שלאָפֿן מיט בת-שבֿען און לאָזן דערהרגענען איר מאַן, דעם געטרײַען סאָלדאַט אוריה. כּדי צו שאַפֿן עפּעס אַ געפֿיל פֿון באַוועגענג און קאָמפּענסירן פֿאַר דער פֿיזישער סטאַגנאַציע האָט די קינסטלערין יעוואַ לאַפּסקער פּראָיעקטירט אַנימירטע בילדער וואָס האָבן רעפּרעזענטירט דעם סיפּור-המעשׂה – אַ מאָל קאָמישע אין סטיל פֿון מאָנטי פּײַטאָן — אויף אַן עקראַן וווּ סע האָבן זיך אויך געשטעלט ענגלישע אייבערקעפּלעך. ס׳איז נאָר אַ שאָד וואָס מע האָט נישט געשטעלט קיין ייִדישע ווײַל דער עולם פֿון אַרום 120 מענטשן, צווישן זיי אַ סך ייִדיש-רעדערס (מערסטנס קינדער פֿון פּוילישע ייִדן), האָט נישט גוט פֿאַרשטאַנען דאָס געזונגענע – אי ווײַל טייל זינגערס האָבן געזונגען מיט אַ דײַטשער פֿאָנאָלאָגיע, אי ווײַל ס׳איז תּמיד שווער צו פֿאַרשטיין ווען מע זינגט אויפֿן אָפּעראַטישן שטייגער.
נאָכן ספּעקטאַקל האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פּאַנעל עריק שטיין, דער גוט באַקאַנטער מוזיקער פֿאַרבונדן מיטן „גערער מאַנדאָלין-אָרקעסטער“) און לאַנגיאָריקער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿונעם אַשכּנז-פֿעסטיוואַל. זײַנע פֿראַגעס האָבן אַרויסגערופֿן גאָר אַ ברייטע און לעבעדיקע דיסקוסיע וועגן דעם בראשית פֿונעם פּראָיעקט און דער ייִדישלעכקייט פֿונעם ווערק גופא. שטיין האָט אויך געוואָלט וויסן, פֿאַר וואָס מען האָט פֿאַרגעסן אין דער אָפּערע און זי קיין מאָל נישט ווידער געשטעלט אויף דער בינע. דערצו האָט ער געפֿרעגט פֿאַר וואָס מע רעדט בכלל נישט פֿון קיין טראַדיציע פֿון אָפּערעס אויף ייִדיש.
די פּאַנעליסטן האָבן מערסטנס געענטפֿערט מיט גוט דורכגעטראַכטע השערות. וועקס האָט באַמערקט, אַז בראָדערזאָן און קאָן האָבן געשאַפֿן דאָס ווערק נאָך איידער זיי האָבן דערגרייכט דעם הויכפּונקט פֿון זייערע קאַריערעס. דאָס ווערק, כאָטש טעכניש גוט אויסגעפֿירט, איז ווײַט נישט געווען קיין שעדעווער. לויט זײַן פֿאַרשטאַנד איז די אָפּערע געווען סתּם אַ קוריאָז. ס׳איז בראָדערזאָנען און קאָנען געראָטן צו ווײַזן דער וועלט, אַז אויף ייִדיש קען מען אויך שפּילן אָפּערע.
די פּראָדוקציע פֿון „דוד און בת-שבֿע“ אין וואַרשע האָט אָבער מסתּמא נישט ספּעציעל אויסגענומען בײַם עולם און דערפֿאַר איז ביז איצט נישט געווען קיין איניציאַטיוו זי ווידער אויפֿצופֿירן. די שיכט ייִדן וואָס האָבן געוואָלט אָפּערע, האָט ער צוגעגעבן, האָט גרינג געקענט אָנקומען צו די גרויסע פּוילישע פֿאָרשטעלונגען. אַ גרויסער טייל האָבן שוין גוט געקענט שפּראַכן אַזוי ווי איטאַליעניש, פֿראַנצייזיש און דײַטש אָדער זיי האָבן געקענט געשמאַק לייענען די פּוילישע איבערזעצונג פֿונעם ליברעטאָ. הייסט עס, פֿון ייִדישער אָפּערע האָט מען נישט געקענט פֿאַרדינען ווײַל ס׳איז נישט געווען קיין מאַסע מענטשן וואָס האָט זי פֿאַרלאַנגט. די גאַנצע ייִדישלעכקייט פֿון דער אָפּערע, האָט זיך וועקס גוט-ברודעריש געוויצלט, שטעקט אין דעם וואָס געלט אויף אַזעלכע אַוואַנגאַרדישע אונטערנעמונגען האָט דעמאָלט געפֿעלט בײַ ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן און בעצם, פֿעלט נאָך אַלץ הײַנט.
לויטן קאָמפּאָזיטאָר יהושע האָראָוויץ האָבן די מחברים פֿון דער אָפּערע זיך געריכט, אַז דער עולם זאָל שוין זײַן באַקאַנט מיט דער תּנ״כישער מעשׂה אַזוי ווי מיט די טראַדיציאָנעלע פּירושים וואָס אויף איר. ער האָט געלויבט די הויכע מאָראַלישע סטאַנדאַרדן פֿון ליברעטאָ – דאָס וואָס בראָדערזאָן און קאָן, אַזוי ווי די הײַנטיקע אויספֿירערס, האָבן נישט געלאָזט הערן קיין תּירוצים פֿון גמרא וואָס זאָלן באַפֿרײַען דוד-המלך פֿון שולד פֿאַר זײַנע מעשׂים נוראים.
דער רעזשיסאָר פֿון דער איצטיקער אויפֿפֿירונג, ניל שטולבערג, האָט אָנגעוויזן אויף בפֿירוש ייִדישע אינסטרומענטאַלע מאָטיוון – טייל אַפֿילו שאַבלאָנען פֿון דער אָריענטאַלישער מוזיק און פֿון כּלי־זמר-רעפּערטואַר. גראָסמאַן האָט גערעדט וועגן דער אויסברייטערונג פֿון בת-שבֿעס ראָלע אין פֿאַרגלײַך מיט דעם וואָס מע זעט אין תּנ״ך. ס׳איז מיר אָבער נישט קלאָר פֿאַר וואָס די נײַע אויפֿפֿירונג הייסט „בת-שבֿע“ ווען די מעשׂה דרייט זיך פֿאַקטיש אַרום דעם קעניג.
די פֿאָרשטעלונג איז געווען אַ געראָטענע ביז גאָר אָבער די אָריגינעלע אָפּערע אַליין איז מער נישט געווען ווי אַן אָנהייב פֿון אַ טראַדיציע וואָס האָט נישט דערלעבט זיך צו אַנטוויקלען קיין סך ווײַטער. דער אָוונט האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן חשק בײַ מיר צו לייענען די מיטצײַטישע רעצענזיעס אין דער פּויליש-ייִדישער פּרעסע און פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס מע האָט נישט געמאַכט קיין סך אָפּערעס אויף ייִדיש, ווען ייִדיש-רעדערס זענען געווען גרויסע בעלנים אויף טעאַטער און אָפּערע אין עטלעכע לענדער – און נישט נאָר בײַ די געבילדעטע לײַט. אַ כּלל – ס׳איז דאָ וואָס צו פֿאָרשן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor