ייִדיש־סימפּאָזיום אין דיסלדאָרף, דײַטשלאַנד פּראַוועט זײַן 25סטן יאָר This year‘s Yiddish Symposium in Düsseldorf, Germany celebrates its 25th year
צום ערשטן מאָל האָט מען געהאַלטן מער רעפֿעראַטן אויף ייִדיש ווי אויף דײַטש
הײַיאָר האָט מען צום 25סטן מאָל דורכגעפֿירט דעם יערלעכן סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד. מען איז זיך דאָס מאָל צונױפֿגעקומען אין דיסלדאָרף, פֿונעם 5טן ביזן 7טן סעפּטעמבער. ווי ס׳האָט בײַם אָנהייב דערקלערט מאַריאָן אַפּטראָד, די הײַיאָריקע אָרגאַניזאַטאָרין, האָט מען אָבער באַשלאָסן נישט צו פּראַווען דעם יום־טובֿ מיט קולטורעלע אונטערנעמונגען, נאָר גיכער צו פֿאַרבעטן מער רעדנערס װאָס זאָלן פֿאָרשטעלן זײער פֿאָרשונג. און דאָס שענסטע, בפֿרט אויפֿן יוביליי, איז געווען דאָס וואָס מער פֿאָרשער זײַנען הײַיאָר אַרױסגעטראָטן אױף ייִדיש װי אױף דײַטש.
בײַם אָנהײב און בײַם סוף פֿונעם צוזאַמענפֿאָר האָט מען געהאַלטן רעפֿעראַטן מיט אַ באַזונדער שײַכות צו דער געשיכטע פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג אין דײַטשלאַנד. אַזױ האָט, למשל, קלמן ווײַזער, דער היסטאָריקער פֿונעם יאָרקער אוניװערסיטעט אין טאָראָנטאָ, איבערגעגעבן אַ װיכטיקע פּרשה אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע בײַם האַמבורגער אוניװערסיטעט, און בבֿת־אַחת אַ קאַפּיטל אין דער אַקאַדעמישער ביאָגראַפֿיע פֿונעם חשובֿן פֿאָרשער און טוער שלמה בירנבױם ע״ה.
דער רעפֿעראַט איז געװען טאָפּלט צוגעפּאַסט צו דער אָקאַזיע, צוליב דעם וואָס מיט פּונקט 100 יאָר צוריק, אין 1922, האָט בירנבױם געהאַלטן די ערשטע ייִדיש־קורסן בײַם האַמבורגער אוניװערסיטעט. װײַזער האָט דערצײלט, װי אַזױ אַ דײַטשישער װיסנשאַפֿטלער, הײַנץ קלאָס, האָט צו ערשט צוגעזאָגט בירנבױמען אַז ער װעט קענען אָנפֿירן מיטן פּלאַנירטן „אינסטיטוטום אַשכּנזיקום“, נאָר שפּעטער האָט זיך אױסגעלאָזט אַ טײַך דערפֿון. בירנבױם האָט עמיגרירט קײן לאָנדאָן און װײַטער שױן קײן קאַנאַדע, בעת הער קלאָס האָט געטרײַ געדינט דער נאַצישער מלוכה — אָבער נאָך דער מלחמה נאָך געהאַט די חוצפּה אױף צו באַנײַען דעם קאָנטאַקט מיט בירנבױמען און צו בעטן טובֿות בײַ יענעם אין אַקאַדעמישע ענינים און בנוגע געװיסע קשיות אין הלכות־ייִדיש.
אָפּשפּיגלענדיק די אַלגעמײנע נטיה פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג אױף דײַטשישע אוניװערסיטעטן, זײַנען געװען ניט װײניק פֿאָרשער װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַלט־ייִדיש און זײַנען לױט זײער אַקאַדעמישן ייִחוס גערמאַניסטן צי מעדיעװיסטן (ד״ה פֿאָרשער פֿון מיטל־עלטער). אָפֿטמאָל האָבן זיך די רעפֿעראַטן פֿון די אַלט־ייִדישיסטן אָפּגעגעבן מיט די סאַמע פּיטשעװקעס װאָס שײך אַ געװיסן חיבור אָדער די פּרטי־פּרטים פֿון אַ כּתבֿ־יד און זײַן גורל.
געװען אױך אַ צאָל יונגע פֿאָרשערינס און פֿאָרשער, װעמעס ערשטע אַרױסטרעטונגען האָבן געמאַכט אַ גרױסן רושם, בתוכם אַנאַ ליזאַ סטאַראָגאַרדזקי (מאַנהײם) װאָס האָט פֿאַרגליכן פֿאַרשײדענע גלגולים פֿונעם ייִדישן נוסח פֿונעם מיטל־עלטערלעכן ראָמאַן „מאַגעלאָנע“/„מאַגעלענע“. פֿאַביאַן הײַדוק (טריר) האָט געװידמעט זײַן פֿאַרװײַלנדיקן רעפֿעראַט דער פֿראַגע — װוּ ס׳לעבט אַ דראַקאָן, װוּ אַ לינדװאָרעם און װוּ אַ פּיפּערנאָטער (אין מדבר צי אין באַגנעס און בלאָטעס?) און װאָס מע קען אָפּלערנען דערפֿון בנוגע דעם ייִדישן צי ניט־ייִדישן אָפּשטאַם פֿון דער פֿאַנטאַסטישער חיה װאָס שפּילט די הױפּטראָל אין דער מעשׂה װעגן דער גרינדונג פֿון דער שטאָט װאָרמס. די באַקאַנטע פֿאָרשערין קלאַודיאַ ראָזענצװײַג האָט דערװיזן אין איר רעפֿעראַט אַז אין פֿרי־מאָדערנעם אַשכּנז האָט מען אָפֿט געלערנט און פֿאַרטײַטשט דעם שבֿועותדיקן פּיעוט „אַקדמות מילין“, און זי האָט געװיזן עטלעכע כּתבֿ־ידן אין שײַכות דערמיט.
אױפֿן שװעל פֿון דער עלטערער געשיכטע צו דער נײַצײַטישער איז געשטאַנען משה טאַובע מיט זײַן פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט — פֿאַרשטײט זיך, געהאַלטן אין אַ גאָר געשמאַקן ייִדיש — װעגן װי אַזױ ש״י אַבראַמאָװיטש האָט זיך באַניצט מיטן ספֿר „צל־עולם“ אינעם ראָמאַן „מסעות בנימין השלישי“. יענער ספֿר פֿונעם 18טן יאָרהונדערט אַנטהאַלט כּל־מיני ידיעות װעגן געאָגראַפֿיע, אַסטראָלאָגיע און שאר־ירקות. טאַובע האָט אָנגעװיזן דערױף װאָס מענדעלע האָט טײלװײַז פֿאַרטײַטשט לענגערע אָפּשניטן פֿונעם ספֿר װאָרט בײַ װאָרט, בכּיוון אַרײַננעמענדיק בפֿירושע גרײַזן װאָס זײַנען פֿאַראַן אינעם ספֿרס באַשרײַבונגען פֿון געװיסע בעלי־חיים. דאָס װאָס דער מחבר פֿון „מסעות־בנימין“ זאָגט זיך אַרױס מיט ביטול לגבי דעם ספֿר און באַציט זיך גיכער מיט איראָניע צום ספֿרס תּוכן, האָט מסתּמא װײניקער אײַנפֿלוס אױפֿן לײענער װי די פֿאַרװײַלנדיקע אױסטײַטשונגען פֿון „ספֿר צל־עולם“ װאָס זײַנען אַרײַן אינעם ראָמאַן, האָט טאַובע געטענהט.
צװישן די רעפֿעראַטן מיט אַ שײַכות צו דער מאָדערנער תּקופֿה זײַנען געװען באמת אױפֿטוערישע בײַטראָגן. דאַריאַ װאַכרושאָװאַ, למשל, האָט מזכּה געװען דעם עולם מיט אַ באַלערנדיקן אַנאַליז פֿון דעם סאָװעטיש־ייִדישן פּאָעט ליפּע רעזניקס טעאָריע װעגן ליטעראַרישן איבערזעצן — אַרײַנגעשטעלט אין גערעם פֿון אַלגעמײנער סאָװעטישער איבערזעצונג־טעאָריע װאָס האָט בשעתּו אַנטװיקלט אַזעלכע באַגריפֿן װי „אַנטשפּרעכיקײט“ (אַדעקװאַטקײט, צוגעפּאַסטקײט) — און דערנאָך אַרומגערעדט טשיקאַװע בײַשפּילן פֿון רעזניקס איבערזעצונג פֿון א. פּושקינס פּיעסע „באָריס גאָדונאָװ“. אין אַ דיאַלאָג פֿון פּושקינס פּיעסע איז דאָ אַן אָנצוהערעניש אױף אַ באַקאַנט רוסיש װערטל; צו דעם האָט רעזניק געפֿונען די חנעװדיקע איבערזעצונג (װאָס קלינגט אױך מיט עמך־לשון): „בײַ אַ שיכּור איז װײַן דער עיקר“.
די רומענישע פֿאָרשערין אַוגוסטאַ קאָסטיוק־ראַדאָסאַװ פֿון קלוזשער אוניװערסיטעט האָט געהאַלטן אַן אַרומנעמיקן רעפֿעראַט װעגן ייִדישער קולטור־טעטיקײט אין דער צװישן־מלחמהדיקער רומעניע. לױט איר זײַנען געװען צװײ הױפּט־נוסחאָות: נוסח־קעשענעװ מיט דער קולטור־ליגע װאָס האָט געהאַט צװײַגן און אָרטיקע גרופּעס אין עטלעכע בעסאַראַבישע שטעט און שטעטלעך — און נוסח־טשערנאָװיץ מיטן ייִדישן לערער־פֿאַרבאַנד װאָס האָט זיך געפֿונען אין דער בוקאָװינער הױפּטשטאָט. װעגן קאָסטיוק־ראַדאָסאַװס פֿאָרשונג װעט מען מירטשעם אין גיכן קענען לײענען אין אַ באַנד װעגן דער קולטור־ליגע װאָס גענאַדי עסטרײַך און קאָלעגן האַלטן בײַם צוגרײטן צום דרוק.
די תּל־אַבֿיבֿער סטודענטין מרים טיש האָט דעם עולם באַקענט מיט אַ הײַנט װײניקער באַקאַנטן פּאָעט פֿון דער צװײטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט, אַבֿרהם סוצקעװערס אַ גוטן־פֿרײַנד, לײזער אײַכענראַנד. מיר דערלױבן זיך דאָ איבערצוגעבן די ערשטע סטראָפֿע פֿון אַ ליד װאָס איך אַלײן האָב זיך לעצטנס על־פּי צופֿאַל אָנגעשטױסן דערין — אינעם פּאַריזער חודש־זשורנאַל „אױפֿסנײַ“ (יוני־יולי 1947):
עשירות פֿון געשטאָרבענע װעלטן,
בליקן אין חשכות פֿאַרמאַכט —
בױען מיר אױף אונדזערע געצעלטן,
דאָרט װוּ די זון װידער װאַכט.
אײַך קען מען ניט פֿאַרגעסן;
טײַכן אין דער אומענדלעכקײט
אײַערע פֿאַרכּישופֿטע מעת־לעתן
גליִען אין אונדזערער זײַט.
ס׳זײַנען געװען אין דיסלדאָרף אינטערעסאַנטע בײַטראָגן נאָך און נאָך. לאָמיר כאָטש שטאַרק בצימצום דערמאָנען ד״ר מאַרק קאַפּלאַנס (דיסלדאָרף) פֿאַרגלײַך פֿון אַ משׂכּילישער פּיעסע מיט אַ װערק פֿון דײַטשישן „שטורעם און דראַנג“: סײַ דער ייִדישער, סײַ דער דײַטשטישער שרײַבער איז געקומען פֿון די באַלטישע לענדער, און בײדע האָבן זיך מפֿרנס געװען װי הױזלערער. דערצו זײַנען דאָ אַ סך פּאַראַלעלן אין זײערע פּיעסעס גופֿא, נאָר אױך באַלערנדיקע אונטערשײדן.
ס׳האָט אויך אַרױסגעטראָטן עלען קעלמאַן (בראַנדײַס־אוניװערסיטעט) מיט אַ רעפֿעראַט װעגן אב קאַהאַנס ערשטן ראָמאַן און זײַנע פּרוּװן צו דערקלערן נאַטור־װיסנשאַפֿטלעכע ענינים פֿאַר אַ ברײטן עולם און אױף אַזאַ אופֿן צו מאַכן פֿון זײ אַפּיקורסים און סוף־כּל־סוף — סאָציאַליסטן. פֿון דעם מנין יונגע פֿאָרשער װידער װילט זיך נאָך דערמאָנען מאַריאַן אוסטינג (אַמסטערדאַם) װאָס האָט פֿאָרגעלײגט אױסצוטײַטשן דעם נסתּרס „משפּחה מאַשבער“ װי אַ „מיסטיש“ בוך.
ס׳איז אױך געװען אַ סאָציאָ־לינגװיסטישער רעפֿעראַט פֿון דער פֿראַנצײזיש־שװײצערישער פֿאָרשערין מאַגאַלי בערטראַנד. זי האָט גערעדט װעגן דעם גורל פֿון ייִדיש בײַ מענטשן װאָס שאַצן טאַקע אָפּ די שפּראַך און איר קולטור־ירושה, נאָר רײדן אַלײן ניט קײן פֿליסיק ייִדיש („פּאָסט־װערנאַקולאַר“ בלע״ז). בפֿרט האָט זי אַנאַליזירט די אַקטיװיטעט אין אַ לרובֿ פֿראַנצײזיש־רעדנדיקער גרופּע אױף פֿײסבוק מיטן מאָטאָ „ייִדיש פֿאַר אַלעמען“.
צום סוף לאָמיר באַגריסן דעם דײַטשישן ייִדיש־סימפּאָזיום מיט אַ האַרציקן מזל־טובֿ און װינטשן דער חשיבֿותדיקער יערלעכער אונטערנעמונג, עד 120 שנה! פֿון דער קאָנפֿערענץ װאָס מאַריאָן אַפּטראָד האָט אָנגעהױבן אײַנאָרדענען אין אײנעם מיט דער גראַנד דאַם פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג אין דײַטשלאַנד, עריקאַ טים, און װאָס זי האָט דערנאָך ממשיך געװען צוזאַמען מיט שמעון נויבערג (טריר), איז שױן געװאָרן אַ װיכטיקע דאַטע אין לוח פֿון אַלװעלטלעכן ייִדישיזם און טאַקע אַ יום־טובֿ פֿאַר דער פֿאָרשונג װעגן ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין פֿאַרשײדענע תּקופֿות — און ניט נאָר אין דײַטשלאַנד.
טאָמער װילט איר זיך דערװיסן װעגן אַלע טעמעס פֿון די 29 (כּן ירבו!) רעפֿעראַטן װאָס מע האָט געקענט הערן אין דיסלדאָרף, כאַפּט זשע אַ קוק אַרײַן אין דער פּראָגראַם. (די װערסיע װאָס מע געפֿינט אױפֿן װעבזײַטל פֿונעם אוניװערסיטעט איז אַ קאַפּעטשקע פֿאַרעלטערט.)
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO