העברעיִשע דיכטערין רבֿקה מרים שרײַבט עסיי אין נײַעם נומער „ייִדישלאַנד“Hebrew poet Rivka Miriam writes Yiddish essay in new issue of literary magazine “Yiddishland”
דער נומער נעמט אויך אַרײַן אַ קאַפּיטל פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס נײַעם ראָמאַן, נײַע ייִדישע לידער און תּפֿיסה־זכרונות.
כאָטש דער מצבֿ אין ישׂראל איז הײַנט אַן אָנגעווייטיקטער, האָבן די ייִדישע שרײַבער און רעדאַקטאָרן פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל „ייִדישלאַנד“ באַשלאָסן פֿאָרט ממשיך צו זײַן מיט זייער קולטור־אַרבעט און ס׳איז לעצטנס דערשינען זײַן 20סטער נומער.
„ייִדישלאַנד“ איז אַ געדרוקטער קוואַרטלניק פֿון בערך 100 זײַטן, וואָס נעמט אַרײַן פּראָזע, פּאָעזיע און ליטעראַרישע קריטיק אויף ייִדיש. דער איצטיקער נומער עפֿנט זיך מיט אַן עסיי פֿון דער באַרימטער העברעיִשער דיכטערין רבֿקה מרים, וועלכע איז געבוירן געוואָרן בײַ דער משפּחה פֿונעם ייִדישן שרײַבער לייב ראָכמאַן (1918 – 1978) און קען ייִדיש פֿרײַ פֿון דער היים. אין 1989 האָט זי גענומען אַן אָנטייל אין דער קאָלעקטיווער זאַמלונג „ווידערוווּקס — אַ נײַער דור ייִדישע שרײַבערס“.
אַ משל פֿון דער הײַנטצײַטיקער קינסטלערישער פּראָזע ווערט פֿאָרגעשטעלט דורך אַ קאַפּיטל פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס נײַעם ראָמאַן, „ווען דער זייגער שלאָגט טיק-טאַק“ און מיט דערציילונגען פֿונעם ישׂראלי יעד בירן (ביראַן) און אַן אַמעריקאַנער ייִדישן שריפֿטשטעלער, וועלכער טרעט אַרויס אונטערן פּען־נאָמען, קלאַראַ־בעל.
די ייִדישע דראַמאַטורגיע ווערט דאָ רעפּרעזענטירט דורך יואל מאַטוועיעווס איינאַקטער, „אין רעדאַקציע. טראַגיקאָמעדיע אין איין אַקט“. מאַטוועיעוו האָט אויך צוגעגרייט אַ גרויסע פּובליקאַציע פֿונעם כּמעט פֿאַרגעסענעם בעסאַראַבער ייִדישן דיכטער הערשל צעלמאַן (1913 – 1972).
מע קען אויך לייענען אַ טייל פֿון די תּפֿיסה־זכרונות פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן פּראָזאַיִקער נוח לוריא (1885 – 1960), וועלכע מע האָט געפֿונען פֿאַראַיאָרן אינעם פּריוואַטן אַרכיוו פֿון זײַנע יורשים אין ירושלים.
וואָס איז שייך דער דיכטונג, אַנהאַלט דער נומער נײַע לידער פֿון פֿעליקס חיימאָוויטש (מינסק), קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ (בערלין) און באָריס קאַרלאָוו (ירושלים – בלומינגטאָן), ווי אויך לידער פֿונעם טשערנאָוויצער פּאָעט פּאַול צעלאַן איבערגעזעצטע אויף ייִדיש דורך וועלוול טשערנין.
אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, קען מען לייענען אַן אַרטיקל פֿונעם העברעיִשן שרײַבער און ליטעראַטור־פֿאָרשער אורציון ברתּנא, געווידמעט דער שאַפֿונג פֿון זײַן פֿאָטער, דעם ייִדיש־העברעיִשן דיכטער ב. מרדכי (מרדכי בערטינסקי, 1906 – 1986).
עס ווערן פֿאָרגעזעצט באַשטענדיקע רובריקעס פֿונעם זשורנאַל: „אַ נײַ זינגליד“, „נײַע ביכער“ און „מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט“.
„ייִדישלאַנד“ קאָן מען באַשטעלן בײַם שוועדישן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט“.
אין ישׂראל קאָן מען דעם זשורנאַל קויפֿן בײַ דער ביכער־קראָם „באַבעל“ (ירושלים, רח’ שץ, 4).
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO