לזכּרון דן בן־עמוס, וואָס האָט אויפֿגעלעבט דאָס געביט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר Recalling Dan Ben Amos, who breathed new life into the study of Jewish folklore
דער ישׂראלדיקער פֿאָלקלאָריסט האָט אָנגעזאַמלט טויזנטער אַשכּנזישע, ספֿרדישע און אַראַביש־ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות
דורכקוקנדיק מײַן בליצפּאָסט די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך געפֿונען אַן אַלטן בריוו פֿונעם אָנגעזעענעם פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער דן בן־עמוס ע״ה און גלײַך דערפֿילט די אַבֿדה פֿון זײַן פּטירה מיט זיבן חדשים צוריק.
ווי אַ דאָקטאָראַנט בײַם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט אין די 1980ער יאָרן בין איך געווען זײַן אַסיסטענט בײַם לערנען ייִדישן פֿאָלקלאָר און ער האָט אָנגעפֿירט מיט מײַן דאָקטאָראַט־קאָמיטעט. די השפּעה פֿון דן בן־עמוס, וואָס איז געשטאָרבן דעם 31סטן מאַרץ, האָט מען געפֿילט נישט בלויז אין דער ייִדישער סבֿיבֿה, נאָר איבער דער גאַנצער וועלט פֿון פֿאָלקלאָר־שטודיעס. דער פֿאַרנעם פֿון זײַן וויסן, ספּעציעל וואָס שייך דער ייִדישער פֿאָלקס־ליטעראַטור איז געווען אין־לשער.
דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב אים געזען, איז געווען אויף אַ קאָנפֿערענץ אין אַפּריל 2017 צו פּראַווען זײַנע פֿופֿציק יאָר ווי אַ פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט: אַ דערגרייכונג וואָס נאָר געציילטע לערערס האָבן באַוויזן. כאָטש ער איז דעמאָלט שוין געווען בײַ די 80ער, האָט ער שווער געאַרבעט אויף נאָך אַ באַנד אין דער סעריע „די פֿאָלקס־מעשׂיות פֿון די ייִדן“. שוין דרײַ בענד פֿון דער וויכטיקער סעריע זענען אַרויס: דער ערשטער באַשטייט פֿון די מעשׂיות פֿון ספֿרדישע ייִדן; דער צווייטער — אַשכּנזישע מעשׂיות און אין דער דריטער באַנד איז באַשטאַנען פֿון מעשׂיות פֿון אַראַבישע לענדער.
די אַלע טעקסטן האָבן זיך געפֿונען אינעם ישׂראלדיקן פֿאָלקס־מעשׂה־אַרכיוו אין חיפֿה, אַ פּראָיעקט וואָס דער פֿאָלקלאָריסט דבֿ נוי האָט אָנגעהויבן אין 1955. במשך פֿון יאָרן האָט נוי, צוזאַמען מיט אַ מאַנשאַפֿט ישׂראלדיקע פֿאָלקלאָריסטן, געזאַמלט אַן ערך 24,000 מעשׂיות. אינעם אַרכיוו ווערט יעדע ייִדישע און נישט־ייִדישע עדה אין ישׂראל רעפּרעזענטירט. צו יעדער מעשׂה אין „די פֿאָלקס־מעשׂיות פֿון די ייִדן“ האָט בן־עמוס אָנגעשריבן אַרומנעמיקע אַרײַנפֿירן און צונויפֿגעשטעלט אַן אויסגעצייכנטע ביבליאָגראַפֿיע.
ווען איך האָב אַליין אָנגעהויבן לערנען ייִדישן פֿאָלקלאָר מיט סטודענטן אין אוניווערסיטעט האָבן מיר כּמעט יעדע וואָך געלייענט עפּעס פֿון בן־עמוסן. בײַם ערשטן טאָג האָבן מיר אַרומגערעדט די פֿראַגע, וואָס איז פֿאָלקלאָר? בן־עמוסעס דעפֿיניציע פֿון פֿאָלקלאָר ווי „די קינסטלערישע קאָמוניקאַציע אין קליינע גרופּעס“ האָט אונדז אַלעמען אינספּירירט.
ווען מיר האָבן געלערנט אין קלאַס וועגן ייִדישן הומאָר האָבן מיר געלייענט זײַן עסיי אויף דער טעמע. דאָרט ווײַזט ער אָן, אַז זיגמונד פֿרוידס מיינונג, אַז דער ייִדישער הומאָר דריקט אויס אַ זעלבסט־שׂינאה, קען מען נאָר באַשטעטיקן דורך פֿעלדאַרבעט. דער פֿאָרשער פֿון ייִדישן הומאָר דאַרף אויך אַרײַננעמען אין זײַן אַנאַליז — ווער וויצלט זיך און פֿון וואָס מאַכט ער חוזק? למשל, צי מאַכן רבנים חוזק פֿון זיך אַליין? פֿון אַנדערע רבנים? פֿון די חזנים? איך שטעל זיך פֿאָר, אַז רבנים מאַכן מסתּמא נישט חוזק פֿון זיך אַליין, אָבער לאַכן יאָ אַ מאָל אָפּ פֿון חזנים, פֿונעם שיל־פּרעזידענט אָדער פֿון עם־האָרצים.
בן־עמוס האָט אָנגעשריבן עטלעכע לענגערע וויכטיקע אַרבעטן וועגן דער גאַנצער געשיכטע פֿון פֿאָלקס־ליטעראַטור בײַ ייִדן. נישט בלויז פֿאָלקס־מעשׂיות, נאָר אויך לעגענדעס, איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן, מדרשים און תּלמודישע מעשׂיות. וואָס שייך חסידישע לעגענדעס האָט ער מיטן אַנטראָפּאָלאָג דזשעראָם מינץ איבערגעזעצט די קלאַסישע חסידישע זאַמלונג „שבֿחי הבעש׳ט“ פֿון לשון־קודש און ייִדיש אויף ענגליש.
דער אינטערעס צו פֿאָלקס־מעשׂיות און לעגענדעס האָט בן עמוס געירשנט פֿון זײַן לערער, דעם פֿריִער דערמאָנטן פֿאָלקלאָריסט דובֿ נוי. אָבער בן־עמוס האָט געשריבן וועגן אַנדערע זשאַנערן פֿון פֿאָלקלאָר. אין קלאַס האָט מען געלייענט זײַן „מעדיטאַציע איבער אַ רוסישן שפּריכווערטל אין ישׂראל“. פֿון זײַן אַנאַליז פֿונעם וועלטסווערטל „זאָג נישט ׳האָפּ׳ ביז דו ביסט נישט אַריבערגעשפּרונגען“ האָבן די סטודענטן פֿאַרשטאַנען, אַז כאָטש אַ שפּריכוואָרט איז אַזוי קורץ, קען מען אים באַטראַכטן פֿון כּלערליי קוקווינקלען — פֿאַרגלײַכן ווי דאָס שפּריכוואָרט איז פֿאָרמולירט בײַ אַנדערע פֿעלקער, אָדער באַטראַכטן ווי אַזוי עס ווערט גענוצט.
נאָך אַ שטריך פֿון בן־עמוסן איז די קלאָרקייט און לאָגיק פֿון זײַנע געדאַנקען בײַם שרײַבן. אָפֿט זענען אַקאַדעמישע אַרטיקלען און ביכער געצילט אויף אַ קליינעם עולם לייענער און זענען שווער צו פֿאַרשטיין; נישט בײַ בן־עמוסן. למשל, אין זײַן באַקאַנטסטן אַרטיקל „צו אַ דעפֿיניציע פֿון פֿאָלקלאָר אין קאָנטעקסט“ צעגלידערט ער, טראָט בײַ טראָט, די אַלטע דעפֿיניציעס פֿון פֿאָלקלאָר וואָס ניצן אַזוינע אַבסטראַקטע טערמינען ווי „טראַדיציע“ און „פֿאָלק“. ער ווײַזט אָן פֿאַר וואָס זיי זענען פֿאַרעלטערט און טויגן נישט אין דער הײַנטיקער צײַט.
דן בן־עמוס, דער גרויסער מבֿין פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, פֿעלט אונדז שטאַרק אויס!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO