Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„ייִדישלאַנד“ באַשרײַבט דעם וויכּוח וואָס האָט געווירבלט אַרום י. ל. פּרצעס מצבֿהMagazine ‘Yidishland’ describes the dispute that swirled around I. L. Peretz’s gravestone

אינעם נומער געפֿינט זיך אויך אַן עסיי וועגן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע איבערגעזעצט אויף אוקראַיִניש

ס׳איז לעצטנס דערשינען דער 25סטער נומער פֿונעם ליטעראַרישן קוואַרטאַלניק „ייִדישלאַנד“,  לכּבֿוד דעם 110טן יאָרצייט פֿונעם גרויסן שרײַבער יצחק־לייבוש פּרץ. דער הויפּט־אַרטיקל, פֿונעם ייִדיש־פֿאָרשער נתן כּהן (בר־אילן אוניווערסיטעט), באַשרײַבט דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח וואָס האָט זיך געטאָן אַרום דעם אײַנשטעלן אַ מצבֿה י.־ל. פּרצן.

זייער ברייט איז אין דעם נומער פֿאָרגעשטעלט פּאָעזיע. אין אים זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע לידער פֿון באָריס קאַרלאָוו (בלומינגטאָן, אינדיאַנע – ירושלים), יעל מערליני (בערלין), קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ (בערלין), הלל קאַזאָווסקי (ירושלים) און י.־ל. שניי (בערלין). עס ווערן אויך געדרוקט איבערגעזעצטע לידער פֿונעם רוסיש־ייִדישן דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם (1891 – 1938) און פֿון דער פּויליש־ייִדישער דיכטערין זוזאַנאַ גינטשאַנקאַ (1917 – 1944) וואָס איז אומגעקומען אין חורבן.

אינעם נומער געפֿינט זיך אויך אַן עסיי פֿון דער אוקראַיִניש־ישׂראלדיקער שרײַבערין אינע לעסאָוואַיאַ, געווידמעט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע איבערגעזעצט אויף אוקראַיִניש — „צווישן צעבראָכענע מצבֿות“, וואָס איז דערשינען ניט לאַנג צוריק בײַם קיִעווער פֿאַרלאַג „דוך אי ליטעראַ“, וועלכער האָט אין פֿאַרלויף פֿון די לעצטע  יאָרן אַרויסגעגעבן ניט ווייניק איבערזעצונגען פֿון ייִדיש.

אין דער רובריק פֿונעם זשורנאַל „פֿאַר קינדער און קינדס־קינדער“ האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט וועלוול טשרענינס ליד „אַלף־בית מיט בעלי־חיים און פֿייגל“. דאָס איז אַ ציקל פֿון 22 פֿיר־שורותדיקע פֿערזן, לויט דער צאָל פֿון די אותיות פֿונעם אַלף־בית. אָט, למשל:

לייב 

צו זײַן דער מלך פֿון די חיות

ס’איז זיכער אָן אַ שיעור אַחריות.

אָבער דער לייב איז צוגעוווינט.

מע האָט אים שוין פֿון לאַנג געקרוינט.

די הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּראָזע איז פֿאָרגעשטעלט אינעם נומער מיט נײַע קאַפּילטען פֿונעם ראָמאַן „טיק-טאַק“ פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום (ישׂראל) און “די בלאָנדזשענדע אַווענטורעס פֿון פֿײַוול אתרוגער“ פֿון קלאַראַ־בעל (פֿש”אַ), ווי אויך וועלוול טשערנינס פֿאַנטאַזיע „קראַטער שלום־עליכם“.

אין דעם נומער ווערט פֿאַרענדיקט די פּובליקאַציע פֿונעם על־פּי נס אָפּגעהיטן פּאַרטיזאַנישן טאָגבוך פֿון דעם ייִדישן פּראָזאַיִקער הירש דאָבין (1905 – 2001), וואָס ער האָט געפֿירט אין ווײַסרוסישע וועלדער אין 1943. און ווי געוויינטלעך קען מען לייענען די באַשטענדיקע רובריקן „נײַע ביכער“, „אַ נײַ זינגליד“ און „מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט“.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.