Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

עולם־החסידות: מאַמע־לשון שטאַרבט נישט; זי האָט נאָר געטוישט איר פּניםYiddish Isn’t Dying. It Simply Changed Its Face

ווען ייִדישע שרײַבער און קינסטלער וואָלטן זיך מער צוגעפּאַסט צום חסידישן עולם וואָלט דאָס פֿאַר זיי געעפֿנט אַ גרויסער מאַרק

„מאמע לשון שטארבט אפ‟ איז א געוואלד-געשריי וואס איז באלד אזוי אלט ווי מאמע לשון זעלבסט. דאקטוירים האבן איר שוין עטליכע מאל דערקלערט טויט אבער זי קומט וואונדערליך צוריק צום לעבן אין נייע פארמען, און ציט זיך אריבער צו פרישע אכסניות.

היינט צו טאג איז די נייע וואוינונג פון מאמע לשון אן קיין ספק אין ברוקלין און בני ברק וואו הונדערטער טויזנטער חסידים דערציען קינדער אויף מאמע לשון. דארט איז זי ביים לעבן, זי איז נישט געשטארבן, זי האט נאר געטוישט איר נאמען פון יידיש צו אידיש, אבער זי קוקט אויס יונגער און פרישער ווי סיי ווען.

די „יידיש־וועלט‟ — מיט אירע ארגאניזאציעס, אינסטיטוציעס, ווערטער-בוכער און פראגראמען — קריגן אן קיין ספק א געוואלד מיט קרעדיט פאר׳ן פרעזערווירן און אפראטעווען אומשאצבארע אוצרות פון אידישע ליטעראטור און קולטורעלע שאפונגען וואס וואלטן פארלוירן געגאנגען אן זייערע איבערמידליכע באמיאונגען.

אבער, אין די זעלבע צייט האט זי זיך מיינסטנס איינגעשפארט אין איר אייגענע ד׳ אמות און זיך געמאכט אומוויסנדיג פון א בליענדיקע אידישע קולטור און שפראך, זי האט זיך פארשלאסן אינעם נאראטיוו אז „מאמע לשון שטארבט‟ און מען מוז זי ראטעווען, און אז דאס מוז געטון ווערן אויף „כלל-יידיש‟.

די עקשנות איבער נקודות, פינטעלעך, פארזילבעס (פרעפיקסן) און נאכזילבעס (סופיקסן) און די גראמאטישע כללים זענען פארשטייט זיך וויכטיג אויף צו האלטן דעם סטאנדארט פון א שפראך, אבער זי פארקוקט דעם גרעסערן בילד. נעמליך, אז די קולטור און ליטעראטור פון היינטיגע אידישע שרייבער און דיכטער אין די יידישיסטישע קרייזן קלינגען פרעמד און מאדנע פאר די הונדערטער טויזנטער אידישע רעדנדע.

פון די אנדערע זייט, דער אפשיי — און אפילו אפשטויס — צו וועלכע פילע אין דער יידישיסטער וועלט באציען זיך צום היימישן אידיש, וועמען זי זעט אלס פארגרייזטע זשארגאן, דערלויבט איר נישט צו זען אז די חסידישע וועלט פראדוצירט קולטור און ליטעראטור פון וועלכע די ברייטע וועלט קען הנאה האבן און געניסן.

יא – איך מוז מודה זיין – עס הערשט א מאנגל אין ליטעראטור און קולטור אין די חסידיש-היימישע וועלט, אבער זי האט פארט באוויזן צו שאפן אן איינדרוקספולע וועלט פון שרייבעריי, מוזיק און קונסט אין איר אייגענע אפגעזונדערטע געצעלט. זי איז אייגענארטיג און טשיקאווע, און יידישיסטן קענען, אן קיין ספק, פון דעם געניסן און אפילו דאס ברענגען צו ברייטערע אוידיענצן.

דער מאנגל קומט נישט בלויז פון הארטנעקיקייט צו קולטור און ליטעראטור. הונדערטער פון מיינע חסידישע חברים דארשטן נאך מער קולטור און ליטערארטור, און מוזן דאס זוכן אין פרעמדע פעלדער אנשטאט אין מאמע לשון, ווייל דאס אזוי-גערופענע כלל יידיש גריצלט זיי אין די אויערן און שטעכט זיי אין די אויגן.

אלזא, עס איז מעגליך געקומען די צייט צו אנערקענען אז אינעם קריג איבער׳ן מאמע לשון האט דער חסידישער וועלט געווינען, זי דערציט דורות פון הונדערטער טויזנטער קינדער וואס רעדן בלויז אידיש, פליין-אידיש, „עברידיש‟ [עברית-אידיש] אין אלע אירע פארמען, אבער דער צד השווה איז אז דאס איז די וועלט וואו מאמע לשון לעבט און שפרודלט, און דאס איגנארירן גרעניצט זיך מיט אידיאטישקייט.

דאס אנערקענען דעם פאקט איז דער ערשטער שריט אין פארריכטן דעם ווייטאגליכן טאטאלן צעטיילונג צווישן די צוויי אידישע וועלטן, א הערמעטישע מחיצה פון פארדאכט, אפשיי, פחד און פארפרעמדקייט וואס דערלויבט נישט די צוויי וועלטן צו געניסן איינער פון דער צווייטער.

נאכ׳ן אנערקענען דעם פאקט אז אידיש לעבט און שטויסט אויפ׳ן אנדערן זייט פונעם סמבטיון, וואלט געקענט זיין א נאבעלע שריט ווען די ארגאניזירטע יידישיסטע וועלט וואלט גענומען אויף זיך א מיסיע פון בויען דעם בריק צווישן די וועלטן, און צופאסן דעם כלל-יידיש צום היינטצייטיגן אידיש וואס ווערט גערעדט אין ברוקלין און אין בני ברק, און מעגליך גאר אריבערגיין גענצליך, אדער כאטש טיילווייז, צו שאפן און שרייבן אינעם חסידישן אידיש.

אזא איבערגאנג קען אויך שאפן אן עקאנאמישע אינצענטיוו פאר שרייבער און ארטיסטן. דאס עפענען די שפראך צום חסידישן עולם וועט דערלויבן די שרייבער און קינסטלער צו פארדינען און עפנט זיי אויף א וואקסנדיקע מארק. אזוי וועלן זיי נישט דארפן אנקומען צו גוי׳אישע קולטור־ארגאניזאציעס און אידישע צדקות איר צו האלטן ביים לעבן.

איך חלום איבער א צוקונפט ווען יידישע קינדער-ביכער ווערן געליינט דורך חדר יינגלעך אין בארא פארק, און ווען קאלאמביע סטודענטן באלעקן זיך מיט פאלעמישע שריפטן פון חסידישע יונגעלייט. דער עקשנות איבער׳ן „קוצו של יוד‟ קאסט אונז צו א טייערן פרייז און בארויבט אונז פון א הערליכן אידיש-יידישן צוקונפט.

פון מיינע שמועסן מיט מיינע יידישיסטישע חברים זע איך אז די באציאונג צו חסידיש-אידיש ווערט צוביסלעך געטוישט, און עס שפירט זיך אז די צייט איז רייף פאר אן ארגאניזירטע איבערגאנג פונעם כלל-יידיש צום היימישן אידיש. 

איך מיין אז יעדער אנערקענט שוין אז ׳מאמע לשון׳ איז נישט געשטארבן, טראץ וואס איר טויט אורטייל הענגט שוין איבער איר קאפ פאר צענדליגער יארן, און דאס איז צום פארדאנקן דעם חסידישן אידיש מיט אלע אירע חסרונות און פראבלעמען.

דאס וועט פאדערן א סך ארבעט און א סך רצון. דאס מיינט טוישן די כללים, צופאסן די פראגראמען, און עס איז א גרויסער קרבן און פילע וועלן דארפן שלינגען א שווער ביינדל, אבער ווי געזאגט עפנט דאס נייע מעגליכקייטן פאר א פרישע רענאסאנס פון אידישע שפראך און קולטור.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.