Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

עולם החסידות: הר חרמון און דער אָלימפּוסMt. Hermon and Mt. Olympus

אַ הויכער באַרג איז אומעטום געווען אַ קוואַל פֿון מיסטישער פֿאַנטאַזיע.

היינט קלינגט דער נאמען אלימפוס ספארטיוו. מאדערנע ספארט געקליידעטע העלדן פארמעסטן זיך אין גבורה און אין קונץ שטיק. דער נאמען אלימפיקס שטאמט דאך פון די אמאליגע גריכן וועלעכע פלעגן זיך איבן און פארמעסטן אין גבורה און ספארט אינעם שטאט אלימפיע. עס איז אבער דא אן אנדערער אור אלטער פלאץ אין ארץ יון מיט דעם זעלבן נאמען „אלימפוס‟, און פון אים אינאיינעם מיט איינע פון זיינע הויפט קאלעגן וועלן מיר רעדן.

אלימפוס איז נישט קיין שטאט, נאר א בארג, און נישט סתם א בארג נאר דער סאמע העכסטער בארג פון אלע גריכישע שטעט, אן אימה’דיגער בארג אויף וואס א גריך האט קיינמאל נישט געוואגט צו קלעטערן ווייל דארטן וואוינען די סאמע גריכישע געטער. אויף איר שפיץ געפינט זיך דער כסא הכבוד פון זעוס, דער הויפט גריכישער גאט.

פון שטענדיג אן בין איך פארגאפט געווארן פון הויכע בערג. פעלזענע ריזן מיט שנייאיגע שפיצן איז דאך דער סימבאל פון אויסטערלישע הערליכקייט, הימלישקייט און פארכטיגקייט. טאמער איז ער דער ריז פונעם גאנצן אומגעבונג איז נאטירליך אז ער זאל האבן געווען א מקור פאר ערלייכטונג און פאנטאזיע ביי די ארומיגע איינוואוינער.

די בערג אין אונזער געבענטשטער ארץ זבת חלב ודבש, דאס באליבטע לאנד פון עם ישראל, טראץ וואס מיר באזינגען די הרי יהודה מיט נאסטאלגישע לידעלעך, און געדענקען די ריזן — „הר תבור‟ און „הר הכרמל‟ און זייערע פאנטאסטישע מעשיות — זענען זיי אלע דוקא נישט אזוי הויך. אודאי זענען זיי נאסטאלגיש און חן’וועדיג, אפילו איינדרוקספול. די טיפישע ציון שטיינער און פעלזן שיינען דאך ווי אבנים טובות, אבער אין הייך זענען זיי נישט אזעלעכע העלדן.

איין גיגאנטישער בארג פארמאגט דאס הייליג לאנד יא, א בארג וואס דערמאנט שוין יא די הויכע גענעראלן פון די וועלט מיט זיינע ריזיגע פעלזן און שנייאיגע קעפ: ער געפינט זיך ביים פארווארפענעם צפון־מזרח טייל פונעם לאנד, און ווי אלע גרויסע בערג געווען די ארבטייל פון עטליכע אומות, ווי א גרעניץ פונקט צווישן פארשידענע מדינות אינעם בארגיגן לעוואנט, ווי עס איז דער מציאות עד היום. דאס איז דער בארימטער „הר חרמון‟.

ווי דער שווייצער טשאטשקאלע איז דער חרמון היינט צו טאגס אין ארץ ישראל א דערמאנונג אין די דערהויבענע שיינע וואקאציע פלעצער אין אייראפע, אינעם באשעפערס גן עדן. במשך דעם גאנצן ווינטער פארמאגט דער חרמון בארג א שנייאיגער קאפ, ווי עס פאסט טאקע פאר א ריז; שווארצע וואלקאנישע פעלזן שטארן ארויס, און שטענדיגע בייזע ווינטן בוזשעווען אין די הויכן איבער די בלאסע שפיצן.

אבער זינט די אור אלטע צייטן איז ער דער שטאלץ און סימבאלישער פראכט אזש פון דער תורה אליינס און זאגאר ביי די דעמאלסדיגע ארומיגע פעלקער:

„די צידונים רופן אים אן שריון, און די אמוריים רופן אים אן שניר‟. רש״י ערקלערט אז „שניר‟ מיינט דער ענליך קלינגענדיקן נאמען „שניי‟. די תורה וויל דערמיט צייגן אפנים די חשיבות פון דעם ארץ ישראלד’יגן בארג ביי די ארומיגע פעלקער.

אנדערש ווי היינטיגע צייטן, איז שניי אויף א שפיץ בארג לויט די פארצייטיקע נישט געווען א סימן אז דארט קען מען גיין סקיען, נאר אז דארטן זענען פאראן בייזע רוחות. א הויכער בארג איז אומעטום געווען די מקור פאר מיסטישע פאנטאזיע. אמאליגע אבערגלויבער פלעגן זיך שרעקן ארויפצוגיין אויף אזעלעכע בערג. אויף די הויכן איז וויסט אין פוסט אן ביימער, אן געוויקסן. דארטן דרייען זיך דאך מלאכים אדער גייסטער. וואס העכער אלץ פרעמדער ווערט עס. אט דאס אייגענע איז געווען מיטן חרמון.

שוין דער נאמען „חרמון‟ זעלבסט צייגט אויף אפגעטיילטקייט פון די ציוויליזאציע. צי דערמאנט אייך נישט דער נאמען חרמון פון עפעס פארווארפן, פארוויסט? עס איז פונעם לשון „חרם‟, אן אנדייט אויף דער פארכט וואס די פארצייטיגע האבן געהאט פון די הויכן פון אט דעם בארג.

איינמאל ווערט דער חרמון אין פאעטישן תנ״ך אפגעמאלן ווי דער בארג פון ברכה: „ווי די טוי פון דעם חרמון בארג וואס נידערט אויף די בערג פון ציון‟ אבער אן אנדער מאל ווי דער פארכטיגער בארג אין די לירישע ליבע לידער פון דער מגילה, שיר השירים. „מיר וועלן זינגען פון די שפיצן פון דעם חרמון בארג, פון די לייבן וואוינונגען, פון די לעמפערט בערג‟.

א גרויסער אויסוואל פון געוויקסן און באשעפענישן, ספעציעלע צעדערן און חיות, געפינען זיך אויף דעם בארג, אבער אויכעט א סך לעגענדעס אין געצן צענטערס. ביי די פארצייטיגע אבערגלאבער איז א ריזן בארג געשפאלטן אויף עטליכע שפיצן, באדעקט אין אייז מיט בוזשעוודיגע ווינטן ארום, נישט זעלבספארשטענדליך צוליב נאטירליכע אורזאכן ווי קלימאט אומשטענדן און וואלקאנישע פארגאנגענהייטן. יענע פארצייטיקער האבן גאנץ ווארשיינליך קיין אנדערע בארג ריזן אין זייער לעבן נישט געזען און פארמאגט האבן זיי גאנץ שוואכע קענטענישן אין נאטור געזעצן. מוז זיך בהכרח דאס אלעס נעמען צוליב מלחמות צווישן געטער, גייסטער, אדער מכשפים.

אן אלטער מאנוסקריפט וואס באשרייבט דאס איבערנאטורליכער לעבן און שאפן פון איינע פון די ערשטע מלכים פון מעסאפאטאמיע, גילגאמיש דער מלך פונעם שומערישן שטאט ארך, דערציילט וויאזוי דער בארג איז געשפאלטן געווארן אין עטליכע שפיצן, א מעשה אז דער חרמון האט זיך געשלאגן מיט א רוח און אים דערהרגעט דאן איז ער געשפאלטן געווארן.

א מסורה ביי די דרוזן ווידער, ווייסט צו דערציילן וויאזוי דער גאנצער בארג איז מתחילה צושטאנד געקומען, קודם איז דער חרמון געווען, דערציילט די דרוזישע מסורה, בלויז אן היגעל, א בערגל, נאר וואס, א שווארצער מכשף וואס האט געוואוינט אויפן בערגל האט זיך געוואלט נוקם זיין אין דער האר פון איינע פון די ארומיגע דערפער, האט ער איינמאל אין די שפעטע נאכט שעה’ן זיך אריין געבראכן ביי דעם האר אין שטוב, אים בא’גזל’ט די נשמה, דאס באהאלטן אין אן הארמאטיש פארשלאסענער קאסטן, אים ארויף געברענגט אויפן שפיץ בערגל, און כדי די משפחה זאל נישט קענען גרייכן דעם נשמה קאסטן, האט ער מיט כישוף צוזאמענגענומען ארומיגע פעלזן און דעם בערגל פארוואנדלט אין א הויכע שרעקעדיגער בארג, און באפוילן די רוחות צו באשנייען און באווינטיגן די שפיצן מיט פארכטיגע אייז און בייזע שטורעמעס אז עס זאל קיינער צו די שפיצן נישט קענען גרייכן.

די ארטיגע אלט געזעסענע איינוואוינער פלעגן גלויבן אז די צוויי העכערע שפיצן זענען ווי א זיוג, א פארל, דער נידריגערער שפיץ איז דאס ווייב פונעם העכערן שפיץ, און דאס וואסערל אינדערמיט „רם‟ איז גאר אן אויג. א בארג ביי די פארצייטישע יעניגע איז אפנים מער ווי סתם א שטיק פעלז, עס פארמאגט מענטשליכע חושים.

די אלע דערמאנטע לעגענדעס איבערן חרמון זענען אבער קלייניקייטן קעגן זיין הויפט מיטאלאגישע לעגענגדע, די מעשה פון די „אראפגעפאלענע‟ מלאכים, די נפילים.

די אויסערגעווענליכע געשעעניש וואס איז די קערן פונעם אנהייב פון א זינדיגער מענטשהייט, ווערט אין קירצן דערמאנט אין אנהייב פון די תורה, „און די בני אלוהים האבן געזען אז די מוידן אויף דער ערד זענען שיין, האבן זיי חתונה געהאט מיט זיי, זיי זענען די נפילים‟.

פון דעם איינעם פסוק איז שווער צו וויסן וואס דא איז באמת פארגעקומען, ווער עס זענען עס די בני אלוהים און פארוואס זיי האבן געקרוגן דעם נאמען „נפילים‟. עס איז אבער קלאר אז עס האנדלט זיך דא פון עפעס אומגעווענדליך.

אט דער זעלטענער מיטאלאגישער געשעעניש ווערט דערציילט מער באריכות אין די אור אלטע מיסטישע שריפטן פון חנוך בן ירד, דער אייניקל פון שת בן אדם הראשון וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א מלאך. די שריפטן פון חנוך ווערן פאררעכנט ווי איינע פון די מחוץ תנ״ך’ישער ספרים געשריבן מיטן תנ״ך’ישן סטיל, דאס איז א ספר וואס רעדט פון יענער וועלט און אחרית הימים. לויט די שריפטן (דער ערשטער טייל), האבן די מלאכים אראפגענידערט דורך נישט קיין אנדערער ארט נאר טאקע דורך דעם חרמון…

„און עס איז געווען ווען די קינדער פון אדם האבן זיך אנגעהויבן מערן אין יענע צייטן, און הערליכע און שיינע מוידן זענען צו זיי געבוירן געווארן: און עס האבן זיי דערזען די מלאכים די קינדער פון הימל און זיי האבן נאך זיי געגלוסט און זיי האבן אפגערעדט צווישן זיך: לאמיר זיך אויסקלויבן פרויען פון אדם’ס קינדער און זאלן זיי אונז געבוירן קינדער.‟

האט צו זיי געזאגט שמחזי, זייער פירער: „איך האָב מורא, טאמער וועלן זיי נישט וועלן טון די זאך און איך וועל זיין אליין צו טראגן דעם גרויסן זינד.‟ און אלע האבן געענטפערט און געזאגט: „א שבועה וועלן מיר אלע שווערן און מיר וועלן זיך בינדן מיט א חרם, מיר אלע צווישן אונז, נישט אפצוטון פון די עצה און דערמיט וועלן מיר מאכן די דאזיגע מעשה.‟ דעמאלס האבן אלע געשוואוירן אינאיינעם און זיך דערבינדן מיט א חרם: און עס זענען געווען צוויי הונדערט מלאכים און זיי האבן גענידערט אין די טעג פון ירד אויפן שפיץ פונעם בארג חרמון און זיי האבן אנגערופן דעם בארג חרמון ווייל אויף אים האבן זיי געשוואוירן און זיך גע’חרם’ט צווישן זיך.‟

אין קורצן: דארטן אויף דעם שפיץ בארג האבן די בני אלוהים זיך פארזאמלט און זיך באשוואוירן איינע דעם אנדערן אז זיי וועלן זיך נישט פארראטן איינעם דעם אנדערן ביים נידערן צו די מוידן אויף די ערד.

אינעם געגנט פונעם חרמון ביים טאל וואס רופט זיך „הבשן‟ פלעגט אמאל באוואוינט זיין מיט „רפאים‟, אזוי דערציילט די תורה. רפאים דאס זענען אדער ריזן – ענקים, אדער גייסטער. אלע זענען זיי צום סוף פארניכטעט געווארן. טייל מקורים זאגן אז די רפאים זענען נישט עפעס אנדערש נאר די בני נפילים, קינדער פון די מלאכים מיט די מאדן. ווייזט אויס אז אט די מישלינג באשעפענישן האבן קיינמאל נישט פארלאזט דאס ארט ביז צו זייער ענטגילטיגע פארניכטונג.

איין איינציגער פון די בריאים איז פארבליבן, דאס איז דער מיטאלאגישער ריז און סופערמאן, עוג מלך הבשן, אזוי דערציילט די פסוק „רק עוג נשאר מיתר הרפאים‟ – בלויז עוג איז איבערגעבליבן פון די אונטערגעגאנגענע רפאים שבט. און געקעניגט האט טאקע עוג אויפן לאנד בשן, אינעם הויפט שטאט עשתרות. דער זוהר אנטפלעקט אז דער גאנצער בשן לאנד איז פארבליבן אן ארט פון בייזע גייסטער און טונקעלע מיסטיקער.

אגב, אפשר איז די באקאנטע לעגענדע מיטן בארג וואס עוג האט אויסגעריסן אים צו ווארפן אויף די איזרעאליטן די יוצאי מצרים, טאקע געווען דער חרמון?

ווייזט זיך אויס אז דער מקום איז שטענדיג פארבליבן א געמיש פון טומאה מיט קדושה. ווארים נאך עפעס חשוב, אייגנטליך גאר חשוב, איינע פון די סאמע חשובסטע ביבלישע געשעענישן פארן עם ישראל, איז דא ארום דעם בארג פארגעקומען.

א מסורה איז דא אז ביי איינע פון די ארומיגע שפיצן פון דעם בארג איז פארגעקומען, נישט עפעס אנדערש נאר דער „ברית בין הבתרים‟ – דער בונד געשאפן צווישן די בהמות שטיקער, דארטן וואו אברהם אבינו האט געזען חזיונות און וויזיעס איבער דער צוקונפט פון זיינע קינדס קינדער, און גאט האט דארטן געשלאסן דעם אייביגן בונד צווישן אים, דאס פאלק ישראל מיטן לאנד.

ביים סוף פונעם וויזיע, דערציילט דער פסוק, איז דער „עיט‟, א גרויסער פויגל, געקומען גזל’ען די פלייש שטיקער. זאגט דער זוהר אז דער אדלער איז גאר געווען דער מלאך שמחזאי, דער פירער פון די אראפגעפאלענע מלאכים. ווייזט אויס אז שמחזאי איז ארום דעם וויסטן בארג געבליבן נעסטיגן.

עס איז פאר יארן לאנג פארבליבן אן הייליגער מנהג ביי אידן פון צפון ארץ ישראל און דעם נישט ווייטן דמשק אום יעדן פרשת לך לך זיך צו שטעלן צופוסנס פונעם חרמון, דער מקום פונעם בונד, און זאגן דעם פרשת ברית בין הבתרים.

וואס איז זיכער, דאס ארט איז במשך טויזנטע יארן פארבליבן א צענטער פון כל מיני טעמפלען, געצן, און גייסטיגע אנטפלעקונגען.

אן עבודה זרה מיטן נאמען „בעל חרמון‟ ווערט דערמאנט אין די ביבל, דאס איז מסתמה דער בעל דער באקאנטער עבודה זרה פון די כנענים, דער גאט פון הימל און רעגן, א זוהן פון אל. צופוסנס פונעם חרמון געפונט זיך דער שטאט עשתרות, עוג המלך’ס הויפט שטאט. עשתרות איז דאך די נאמען פון א געטין די ווייב פון בעל.

דער הויפט רוה ארט פונעם בעל איז גראדע אויף אן אנדער בארג מיטן נאמען הור ההר, אבער אויך אויפן שפיץ חרמון פארמאגט ער א כסא מלוכה, אזוי קומט אויס פון די אוגאריטישע־כנענישע שריפטן.

איבערבלייבענישן פון צענדליגער אור אלטע טעמפלען, רוימישע, גריכישע ווארשיינליך געבויט אויף פריערדיגע כנענישע, זעען זיך אויף די שיפקייטן פונעם בארג.

אויף דעם העכסטן שפיץ וואס געפונט זיך היינט אויף די סירישער זייט, האבן ארכעלאגן געפונען איבערבלייבענישן פון א גאר אלטער גיגאנטישער גריכישער טעמפל, אויך ווארשיינליך געבויט אויף א כנענישער, דארטן איז דא אן אויפשריפט אין אלט גריכיש פון די צייטן פון גלות בבל: „מיטן רשות פון דעם גרויסן פארכטיגן גאט וועלן מיר היטן אויף די שבועה‟.

פון וועלעכער שבועה רעדט דער אלטער אויפשריפט אויף די שפיץ פונעם חרמון? איז עס מעגליך אז ער רעדט טאקע פון די דערמאנטע שבועה?

צופיסנס ביים עפענונג פון א הייל ווי די ירדן וואסערן הייבן אן זייער גאנג, פלעגט זינט די גריכישע און רוימישע צייטן שטיין די סטאטוע פונעם גריכישן פאניאס געץ דער גאט פון די פאסטיכער אין די וויסטענישן, א מעלאדישער, קוריאזער, און אויך אימה’דיגער גאט, דאס איז דער באקאנטער פאניאס אדער באניאס הייל. אויף דעם זעלבן ארט האט דאך אויך יעזוס באשלאסן צו אנטדעקן זיין געטליכקייט.

דערמאנט אלזא דער חרמון נישט דער אלימפוס?

קודם כל איז די הייך פונעם סאמען שפיץ פון ביידע בערג בערך די זעלבע, קרוב צו דריי קילאמעטער. דער אלימפוס בארג פארמאגט זעלטענע און רייכע געוויקסן און באשעפענישן און א סך ווילדע פויגל נעסטיגן אויף אים. אלימפוס מיינט דער שיינענדיגער. די פארצייטישע גריכן האבן געגלויבט אז דער בארג איז דער וואוין ארט פון כמעט אלע געטער און גייסטער, בעיקר 12 און פון זיינע אומגעווענדליכע געוויקסן טוען זיי זיך ענדערן. דער אור אלטער גריכישער קאנאן פון הומירוס (כמו ביבל) מאלט אפ דעם בארג גאר מיסטעריעז, נישט אינגאנצן א פיזישער, נאר מיט פארנעפלטע מעטאפיזישע אייגנשאפטן. אמאל איז ער הימל הויך און אמאל איז ער פלאך. די גריכישע מיטאלאגיע דערציילט איבער די טיטאנען, ריזן, געטליכע קינדער וועלעכע האבן געלאנדעט אויף דעם פארכטיגן אלימפוס בארג וואס פון זיי זענען ארויס די באקאנטע געטער ארום די הויכן פונעם בארג און צום סוף זעאוס. נאנט צום שפיץ איז די פאנטיאן, א פארזאמלונגס ארט וואו די געטער פלעגן זיך צוזאמענקומען. און אויף דעם שפיץ איז די כסא הכבוד פון זעוס, דער הויפט גאט.

די צוויי בערג, אלימפוס און חרמון טיילן טאקע נישט מיט פונטקליך די זעלבע מיטאלאגיעס, אבער גענוג ענדליך. דער חרמון איז דער אידישער אלימפוס, און דער אלימפוס איז דער גריכישער חרמון.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.