אַ ייִדישער ביכער־יריד וועט דורכגעפֿירט ווערן אין הרצליהYiddish book fair to be held in Herzliah, Israel
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ ישׂראלדיקער שטאָטראַט שטיצט אַן אויספֿאַרקויף פֿון ייִדישע ביכער.

Photo by PikiWiki
צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע וועט מען אין מדינת־ישׂראל דורכפֿירן אַן אָפֿיציעלן יריד פֿון ייִדישע ביכער.
דער יריד, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 29סטן דעצעמבער אין הרצליה, ווערט געשטיצט פֿונעם אָרטיקן שטאָטראַט, בשותּפֿות מיטן לייוויק־הויז, אַן אָרטיקן פּענסיאָנערן-הויז און דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור“.
אין הרצליה זענען הײַנט טעטיק נישט ווייניקער ווי פֿיר ייִדיש-קרײַזן, מערסטנס פֿון סאַברעס, וועלכע טרעפֿן זיך יעדע וואָך צו געניסן פֿון די אוצרות פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור.
אַזאַ דערשײַנונג וואָלט ניט געווען מעגלעך אָן דער איניציאַטיוו פֿונעם וואָלונטיר בעני שפֿריר, וועלכער שטייט בראש פֿון איינעם פֿון די ייִדיש־קרײַזן וואָס טרעפֿט זיך יעדע וואָך אינעם פּענסיאָנערן־הויז. בעני, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַ די-פּי לאַגער, האָט גראַדויִרט פֿונעם „טכניון“ ווי אַ פֿיזיקער און האָט צוויי מאָל באַקומען אַ פּריז פֿונעם זיכערהייט-מיניסטעריום פֿאַר זײַנע דערפֿינדונגען און בײַטראָג צו ישׂראלס פֿאַרטיידיקונג.
איינעם פֿון די אויבנדערמאָנטע קרײַזן,
עס העלפֿט אים אָרגאַניזירן דעם יריד יפֿה מור פֿון רעננה, אַ געוועזענע דירעקטאָרין פֿון אַ פֿאָלקסשול אין רמת-גן, און אַ לעקטאָרין וועגן שוועריקייטן מיטן שרײַבן און לייענען בײַ קינדער.
אין דעם יריד וועט מען פֿאַרקויפֿן ביכער מיט פּראָזע, דיכטונג, דראַמאַטורגיע, עסיייִסטיק און קינדערביכלעך. עס וועלן אויך זײַן צוויי-שפּראַכיקע ביכער — סײַ ייִדיש-העברעיִשע סײַ ייִדיש-ענגלישע, ווי אויך אַ גרויסע צאָל קאָמפּאַקטלעך ייִדישער און כּליזמער מוזיק.
דער יריד וועט פֿאָרקומען אויף רחובֿ סירקין 6, הרצליה, דעם 29סטן דעצעמבער, צווישן 16.00 און 19.00 אַ זייגער.
אין ישֿראל זענען הײַנט פֿאַראַן, אויסער די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן, הונדערטער טויזנטער ישׂראלים וועלכע פֿאַרשטייען און קענען אַ ביסל רעדן אויף ייִדיש, ווי מע קען זען דורך דער סאָציאַלער מעדיאַ. די האָפֿענונג איז, אַז דער יריד וועט צוציִען דעם אינטערעס פֿון יענע ייִדן און זיי באַקענען מיטן ייִדישן געדרוקטן וואָרט און דער רײַכער ייִדישער ליטעראַטור.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
