Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַנאַרכיסטישע חלומות פֿון די ברידער גאָרדיןAnarchist Dreams of the Gordin Brothers

ייִדישע אַנאַרכיסטן האָבן געגלייבט, אַז מען קאָן איבעראַנדערשן ניט נאָר דעם געזעלשאַפֿטלעכן סדר נאָר אַפֿילו די סאַמע נאַטור־געזעצן.

די רוסישע רעװאָלוציע האָט אַרויסגערופֿן ביז גאָר מאָדנע פֿאַנטאַסטישע פּראָיעקטן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דער גאַנצער מענטשהײט. בעת די באָלשעװיקעס האָבן בגװאַלט באַפֿעסטיקט זײער פּראָלעטאַרישע דיקטאַטור, האָבן אַנדערע ראַדיקאַלע דענקער געטראַכט װעגן אַלטערנאַטיװע מינים רעגירונג.

צװישן זײ זײַנען געװען די ברידער מאיר־אבא (1887–1964) און זאבֿ־װאָלף (1878 – אומבאַקאַנט) גאָרדין. געבױרענע בײַ אַ רבנישער משפּחה אינעם שטעטל מיכאַלישעק, לעבן סמאַרגאָן (הײַנט אין בעלאַרוס), האָבן זײ זיך יונגערהײט געלערנט אין חדר און ישיבֿה, אָבער מיט דער צײַט זײַנען זײ פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער אַנאַרכיסטישער באַװעגונג.

אין די ערשטע יאָרן פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע זײַנען בײדע ברידער געװען אַקטיװע טוער אין דער אַל־רוסישער אַנאַרכיסטישער פֿעדעראַציע. זײ האָבן געשריבן ביכער און אַרױסגעגעבן צײַטשריפֿטן אױף רוסיש, אין װעלכע זײ האָבן פּראָפּאַגאַנדירט זײערע אידעען פֿאַר די ברײטע מאַסן. די דאָזיקע טעקסטן זײַנען איצט געזאַמלט געװאָרן און פֿאַרעפֿנטלעכט אונטערן טיטל: „דאָס לאַנד אַנאַרכיע: אוטאָפּיעס פֿון די ברידער גאָרדין‟. דאָס זײַנען פֿאַנטאַסטישע שילדערונגען פֿונעם לעבן אינעם אוטאָפּישן לאַנד אַנאַרכיע, װוּ עס איז ניטאָ קײן פּריװאַט אײגנטום, קײן געלט אָדער קײן רעגירונג. אַלע תּושבֿים לעבן גליקלעך אין האַרמאָניע מיט דער נאַטור, יעדער אײנער אַרבעט נאָר אַזױ פֿיל װיפֿל מען װיל, און אין דער פֿרײַער צײַט שפּילט מען מוזיק, מע זינגט און הערט לעקציעס.

דאָס דאָזיקע לאַנד ליגט מעבֿר דעם שטורעמדיקן טײַך, װאָס בושעװעט װילד אין משך פֿון זעקס טעג אַ װאָך, אָבער אײן טאָג פֿליסט ער שטיל און רויִק. דער דאָזיקער אימאַזש דערמאָנט אװדאי אָן דעם מיטאָלאָגישן טײַך סמבטיון, װוּ דאָס מלכות פֿון די צען פֿאַרלױרענע שבֿטים ליגט אָפּגעזונדערט פֿון דער גאַנצער װעלט. די ברידער גאָרדינס אַנאַרכיסטישע פֿאַנטאַזיעס באָרגן אויך אַנדערע װערטער און באַגריפֿן פֿון ייִדישע לעגענדעס און פֿון דער קבלה. זײ באַשרײַבן דעם שעפֿערישן כּוח פֿון דער מענטשלעכער פֿאַנטאַזיע, װאָס לאָזט שאַפֿן נײַע פֿרײַע װעלטן, װוּ עס הערשן ניט קײן געװײנטלעכע סאָציאַלע מנהגים און געזעצן פֿון דער נאַטור. פֿאַר דעם, דערקלערן זײ, קען מען זיך באַנוצן מיט ספּעציעלע מאַגישע כּלים, װאָס הײסן „דובאַר‟ און „אַטיד‟, וועלכע דערמאָנען אַוודאי אין די העברעיִשע װערטער „דבֿר‟ און „עתּיד‟.

ייִדן און ייִדישקײט פֿיגורירן ניט אין די ברידער גאָרדינס אַנאַרכיסטישע טעקסטן. צװישן זײערע אַלעגאָרישע פּערסאָנאַזשן איז דאָ אײנער, װאָס הײסט „דאָס דערנידעריקטע פֿאָלק‟. דאָס איז אַ קאָלעקטיװע געשטאַלט פֿון אַלע פֿעלקער, װאָס זײַנען גערודפֿט און צעשפּרײט אָן קײן נאַציאָנאַלער הײם. אָבער להיפּוך צו ציוניסטן און טעריטאָריאַליסטן האַלטן די מחברים, אַז נאַציאָנאַלע הײמלאָזיקײט איז אַ מעלה און ניט קײן חסרון. אין זײער אױסגעטראַכטער צוקונפֿטיקער װעלט איז לגמרי ניטאָ קײן באַגריף פֿון אײגנטום, ניט צװישן יחידים און ניט צװישן נאַציעס.

אײניקע פּרטים פֿון די דאָזיקע אַנאַרכיסטישע פֿאַנטאַזיעס דערמאָנען אָן די מעשׂיות פֿון ר’ נחמן פֿון ברעסלאָװ. די האַנדלונג קומט פֿאָר אין אַ סימבאָלישער לאַנדשאַפֿט מיט בערג, ימען און קװאַלן פֿון װאַסער װאָס שמעקן װי װײַן. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט ר’ נחמנס מעשׂיות, זײַנען בײַ די גאָרדינס ניטאָ קײן קעניגן און בת־מלכּהס. אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד אַנאַרכיע — מענער, פֿרױען און קינדער — זײַנען גלײַך, און אַלע זײַנען פֿאַרטאָן אין דער שעפֿערישער אַרבעט.

דאָס לאַנד אַנאַרכיע איז אַנדערש פֿון אונדזער װעלט ניט בלױז װאָס שײך דעם סאָציאַלן סדר. די אַנאַרכיסטן האָבן געביטן סײַ די געזעלשאַפֿט סײַ די סאַמע נאַטור. מען לעבט דאָ לענגער װי הונדערט יאָר און װערט ניט אַלט אָדער קראַנק. די נאַטור־געזעצן זײַנען מער ניט קײן מניעה פֿאַר דער מענטשלעכער פֿרײַהײט. מען קען פֿליִען אין דער לופֿט און שװימען פֿרײַ איבערן װאַסער, מען האָט אַ פֿולן קאָנטראָל איבער װעטער און קלימאַט, מען שאַפֿט כּלערלײ וווּנדערלעכע מכשירים, כּדי צו מאַכן דאָס לעבן גרינגער און פֿרײלעכער. דאָס גאַנצע לעבן איז אַ מין קינדער־שפּיל.

די רוסישע רעװאָלוציע האָט גורם געװען אַ שטורעמדיקן אױפֿבלי פֿון דער שעפֿערישער פֿאַנטאַזיע אין קונסט, ליטעראַטור און סאָציאַלן געדאַנק. אײניקע פֿון די דאָזיקע פּראָיעקטן, װי למשל די סטיליסטישע עקספּערימענטן פֿון קאַזימיר מאַלעװיטש און אליעזר ליסיצקי האָבן משפּיע געװען אױף דער מאָדערנער אַרכיטעקטור. די ברידער גאָרדין האָבן אױך געפּרוּװט צו פֿאַרװירקלעכן זײערע פֿאַנטאַזיעס. פֿאַר דעם האָבן זײ געשאַפֿן אַן אַנשטאַלט מיטן נאָמען „סאָציאָטעכניקום‟ און אַן אײגענעם פֿאַרלאַג, אָבער קײן ממשותדיקײט האָט זײער טעטיקײט ניט געהאַט.

שפּעטער זײַנען די ברידער געגאַנגען אויף באַזונדערע דרכים. זאבֿ־װאָלף איז פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד און אין די 1920ער יאָרן ער איז געװאָרן פֿאַרטאָן אין שאַפֿן אַן אוניװערסאַלע שפּראַך מיטן נאָמען „אַ-אָ‟, װאָס זאָל לאָזן מענטשן רעדן מיט אַנדערע בריאות אין קאָסמאָס. ער האָט געװאָלט עמיגרירן קײן מעקסיקע, כּדי װײַטער צו פֿירן זײַנע עקספּערימענטן מיטן „קאָסמישן עסנװאַרג‟, אָבער די סאָװעטן האָבן אים ניט געלאָזט. אין 1925 איז ער אַרעסטירט געװאָרן, שפּעטער באַפֿרײַט, און דערנאָך װערן זײַנע שפּורן פֿאַרלױרן. עד־היום איז ניט באַקאַנט, װוּ און װען ער איז געשטאָרבן.

מאיר־אבא איז אַװעק קײן אַמעריקע און האָט דאָ זיך קונה־שם געװען אין דער ראַדיקאַלער סבֿיבֿה מיט זײַנע שריפֿטן אױף ייִדיש, העברעיִש און ענגליש. אין 1958 האָט ער עולה געװען קײן ישׂראל, װוּ ער האָט רעדאַקטירט דעם אַנאַרכיסטישן זשורנאַל „פּראָבלעמען‟. ער האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ליטעראַרישע ירושה, װאָס פֿאַרבלײַבט עד־היום זאַכלעך ניט דערפֿאָרשט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.