וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט „וואָס איז נײַעס‟ מיטן פֿילם „דזשאָקער‟?Why Did “Vos Iz Neias” Publish News About the Film, “Joker”?
די אַמאָליקע פּאָפּולערע און אינפֿאָרמאַטיווע וועבזײַט איז הײַנט בלויז אַ זאַמלונג נײַעס־אַרטיקלען פֿון אַנדערע קוואַלן.
דער נײַער אַמעריקאַנער פּסיכאָלאָגישער טרילער־פֿילם „דזשאָקער‟ האָט שטאַרק אויסגענומען איבער דער וועלט. צו מײַן חידוש, האָט מיר דער „גוגל‟ פֿאָרגעלייגט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַן אַרטיקל וועגן דעם דאָזיקן פֿילם אויף דער באַקאַנטער פֿרומער וועבזײַט „וואָס איז נײַעס‟.
דער רעזולטאַט איז פֿאַרשטענדלעך. „גוגל‟ קלײַבט אויס דעם מאַטעריאַל אויפֿן סמך פֿון דער געזאַמלטער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם „זוכער‟. אַ טייל אינטערנעץ־באַזוכער זאָרגן זיך, אַז די זוכסיסטעם שפּיאָנירט איבער זיי, הגם די אָפֿיציעלע כּוונות דערפֿון זענען איידעלע: צו העלפֿן זוכן רעלעוואַנטע מאַטעריאַלן, אָפּצוהיטן די פֿאַרלוירענע אינפֿאָרמאַציע, וכּדומה.
מיך האָט אָבער פֿאַרחידושט, אַז די באַקאַנטע פֿרומע וועבזײַט שרײַבט וועגן אַ פֿילם, וועלכער איז זיכער טרייף־פּסול לויט די ישיבֿישע סטאַנדאַרטן. כאָטש אינעם „דזשאָקער‟ איז נישטאָ קיין אַנטבלויזטע סעקסועלע סצענעס, וואָלטן חרדישע רבנים עס נישט דערלאָזט צו זען, לכל־הפּחות, צוליב דער כּסדרדיקער בלוטפֿאַרגיסונג און אַנדערע מינים „גוייִשקייט‟.
איז וואָס זשע? האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז „וואָס איז נײַעס‟ האָט דעם 29סטן אָקטאָבער פּשוט איבערגעדרוקט אַ קורצע נאָטיץ פֿון „איי־פּי‟, וועגן אַ גרויסער צאָל טרעפּ אויף שייקספּיר־עוועניו אין דער בראָנקס וואָס זענען לעצטנס געוואָרן אַ פּאָפּולער טוריסטן־אָרט ווײַל יענע טרעפּ זעט מען אינעם פֿילם „דזשאָקער‟. אינעם בילד פֿון אַרטיקל זעט מען ווי באַזוכער פֿאָטאָגראַפֿירן זיך דאָרטן און אַ טייל פֿון זיי שפּרינגען און טאַנצן אויף די טרעפּ ווי דער הויפּטהעלד פֿונעם פֿילם.
די רעדאַקציע פֿון „וואָס איז נײַעס‟ האָט זיך נישט מטריח געווען צוצוגעבן אַ פּאָר פּרטים און דערציילן די לייענער, אַז דער הויפּט־אַקטיאָר, כאָאַקין פֿעניקס, איז אַ ייִד פֿון פּוערטאָ־ריקאָ. זײַן מאַמעס משפּחה שטאַמט פֿון אונגערן און רוסלאַנד. ווען עס קומט צו פּאָליטישע און פֿינאַנציעלע ענינים — געוויינטלעך, רעפּרעזענטירט פֿון זייער אַ רעכט־געשטימטן קוקווינקל — דערציילן די רעדאַקטאָרן פֿון דער וועבזײַט כּסדר וועגן וועלטלעכע ייִדן.
לכל־הפּחות, האָט מען געקאָנט מסביר זײַן, וואָס פֿאַר אַ פֿילם דאָס איז און פֿאַרוואָס די בראָנקסער טרעפּ האָבן געוווּנען אַזאַ פּאָפּולאַריטעט. די נאָטיץ אין „איי־פּי‟ איז געוואָנדן יענע, וואָס האָבן שוין געזען דעם פֿילם. ס׳רובֿ פֿרומע לייענער פֿון „וואָס איז נײַעס‟ גייען נישט אין קינאָ, קוקן נישט קיין טעלעוויזיע און קויפֿן נישט קיין דיסקן מיט „טרייפֿענע‟ פֿילמען.
שאַפֿט זיך בכלל אַן אײַנדרוק, אַז „וואָס איז נײַעס‟ גייט ביסלעכווײַז אונטער. אָריגינעלע אַרטיקלען אויף ייִדישע טעמעס טרעפֿן זיך הײַנט זעלטן אינעם שטראָם מאַטעריאַלן פֿון „איי־פּי‟, ייִט״אַ און אַנדערע באַקאַנטע נײַעסקוואַלן. אין פֿאַרגלײַך מיט 10 יאָר צוריק, ווען יעדער אָריגינעלער אַרטיקל פֿלעגט אַרויסרופֿן לעבעדיקע דיסקוסיעס, בלײַבן די איבערגעדרוקטע אַרטיקלען אָפֿט אָן קאָמענטאַרן.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז ערשט מיט אַ חודש צוריק האָט די וועבזײַט אָנגעהויבן אָנגעבן די קוואַלן פֿון די נײַעס. פֿריִער, במשך פֿון יאָרן, האָט זי זיך געמאַכט נישט וויסנדיק, אַז די מאַטעריאַלן זענען איבערגעדרוקטע.
ווײַזט אויס, אַז ס׳איז אוממעגלעך אויסצוגעפֿינען, וואָס ס׳טוט זיך גענוי מיט „וואָס איז נײַעס‟. די רעדאַקציע האַלט זיך שטרענג בסוד. מע ווייסט בלויז, אַז מע קאָן איר איבערשיקן נדבֿות דורך פֿיר פֿאַרשיידענע „פּייפּאַל‟־אַדרעסן. מסתּמא, העלפֿט אַזאַ אַנאָנימקייט אויסצומײַדן סײַ סקאַנדאַלן אין דער חרדישער סבֿיבֿה, סײַ מעגלעכע יורידישע אָנקלאָגן.
להיפּוך צום ייִדישלעכן נאָמען פֿון דער וועבזײַט, האָבן אַפֿילו די אָריגינעלע מאַטעריאַלן ווייניק שײַכות צו ייִדישקייט. פֿאָרט, קאָנען זיי זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר די פֿרומע תּושבֿים פֿון ניו־יאָרק און אַנדערע שטעט. צווישן די טעמעס וואָס האָבן זיך באַוויזן אינעם זעלבן טאָג ווי די נאָטיץ וועגן „דזשאָקער‟: עמעצער האָט צוגעגנבֿעט און צעבראָכן אַן אויטאָ פֿון דער „הצלה‟־ראַטיר־אָרגאַניזאַציע; צוויי צווייפֿלהאַפֿטיקע מענער האָבן געפּרוּווט זיך אַרײַנגנבֿענען אין אַ ישיבֿה, און די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דערקלערט, אַז דער איינציקער טרייפֿענער רעסטאָראַן אין וויליאַמסבורג טויג אויף כּפּרות.
דער דריטער אַרטיקל איז פּשוט אַ שקר. דער חסידישער קוואַרטאַל פֿאַרנעמט נישט דעם גאַנצן ראַיאָן. אין דער אמתן, זענען דאָרט פֿאַראַן אַ טוץ טרייפֿענע באַרן און רעסטאָראַנען. עטלעכע פֿון זיי זענען וועגאַנישע, נאָר בײַם חרדישן עולם טויגן זיי אויך נישט. איין קאָמענטאַטאָר האָט זיך טאַקע סאַרקאַסטיש אָפּגערופֿן אויף יענער רעסטאָראַן־נאָטיץ: „וואָס זשע, איז מער נישטאָ קיין נײַעס אויף דער וועלט?..‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor