Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קען ייִדיש ווערן אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראל?Could Yiddish Become an Official Language In Israel?

כּדי מצליח צו זײַן דאַרף אַזאַ שריט אַרײַננעמען אַ ספּעציעלן סטאַטוס אויך פֿאַר אַנדערע ייִדישע שפּראַכן ווי דזשודעזמאָ און ייִדיש־אַראַביש.

אַ טשיקאַווע זאַך: ווען עולים פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און פֿון אַנדערע לענדער קומען קיין ישׂראל, שטוינען זיי בײַם דערוויסן זיך ווי פֿאַרשטויסן און ווי שוואַך איז דער מעמד פֿון מאַמע־לשון אין לאַנד. דאָס איז גאַנץ נאַטירלעך. דער פֿאַרגלײַך פֿון גלות, וווּ זיי און זייערע שכנים האָבן שטאַרק אידענטיפֿיצירט די ייִדישע שפּראַך מיטן ייִדישן פֿאָלק, מיטן לעבן אין ישׂראל וווּ ייִדיש, אויסער די חסידישע קרײַזן, איז אין גאַנצן אַ זײַטיקע דערשײַנונג, איז בײַ זיי אומפֿאַרשטענדלעך. צוליב דעם וואָס מערסטע עולים באַהערשן הײַנט ניט די ייִדישע שפּראַך, פּאַסט מען זיך אָבער גיך צו צו דער לאַנד־ווירקלעכקייט און איר דינאַמיק.

זינט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל איז די באַציִונג פֿון די ישׂראלים צום חורבן און אויך צו די על־פּי־נס געראַטעוועטע ייִדן געווען קאָמפּליצירט און פּראָבלעמאַטיש. זינט יענע טעג האָט אָט די באַציִונג זיך אַנטוויקלט און דורכגעמאַכט פֿאַרשידענע גלגולים. הײַנט זײַנען ישׂראלים שוין גרייט אַרויסצוּווײַזן אַ מער פּאָזיטיווע באַציִונג צום ייִדישן לעבן פֿון אַ מאָל און צו די אַכזריותדיק אומגעבראַכטע ייִדישע ייִשובֿים אין מיזרח־אייראָפּע. ס’איז געקומען די שעה צו פֿאַראייביקן דעם הייליקן אָנדענק פֿון די קדושים און אָפּשאַצן אויף ס’נײַ די דורך זיי געשאַפֿענע רײַכע און אייגנאַרטיקע קולטור. איבערהויפּט טראָגט אַ גרויסע חשיבֿות דאָס ענדערן ממשותדיק די באַציִונג צו דער ייִדישער שפּראַך, וועלכע שפּיגלט אָפּ זייער יחיד־במינודיקן גײַסט און שעפֿערישקייט. נעמענדיק אין אַכט אָט די מאָטיווירונג איז הײַנט ממש אַ מאָראַלישער חובֿ צו אָנערקענען ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע נאַציאָנאַלע שפּראַך אין ישׂראל. די חשיבֿות פֿון אָט דעם שריט איז ניט נאָר אָפּגעבן כּבֿוד צו די מיליאָנען אומגעבראַכטע ייִדן נאָר ס’וועט אויך האָבן אַ ריזיקע, פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן טאָג־טעכלעכן לעבן, חינוך און קולטור אין מדינת־ישׂראל.

דאָס אָנערקען ייִדיש אַלס אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראל וועט אָן אַ שיעור פֿאַרשטאַרקן דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון דער מדינה און וועט אויך אומדירעקט בײַטראָגן צו דער אַנטוויקלונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך און קולטור. די אָפֿיציעלע אָנערקענונג פֿון ייִדיש מיינט אייגנטלעך באַנײַען דעם היסטאָרישן בונד צווישן די צוויי שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש.

אַזאַ געוווּנטשענער שריט קאָן דערוועקן בײַ די ישׂראלים אַן אינטערעס אין ייִדישע שפּראַכן בכלל (עס זענען דאָ 16 פֿון זיי) און זייערע פֿאַרצווײַגטע קולטור־קוואַלן. דאָ דאַרף מען באַטאָנען, אַז עס איז אַ מוז, אַז ייִדישיסטן, סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אויסלאַנד, זאָלן שאַפֿן אַ געאייניקטן פֿראָנט מיט אָנהענגערס פֿון די אַנדערע שפּראַכן, איבערהויפּט ווײַל די ערשטע, ספּאָנטאַנע טענה קעגן דעם אָפֿיציעלן מעמד פֿון ייִדיש וועט דאָך אויטאָמאַטיש זײַן: „און וואָס איז מיט די אַנדערע ייִדישע שפּראַכן (דזשודעזמאָ, ייִדיש־אַראַביש, איטאַליעניש אאַז”וו)?”. אַנדערש געזאָגט, דער קאַמף לטובֿת ייִדיש דאַרף זיין געקניפּט און געבונדן מיטן פֿאָרלייגן אַ ספּעציעלן סטאַטוס אויך צו די אַנדערע ייִדישע שפּראַכן. ווי פּאַראַדאָקסאַל עס זאָל ניט קלינגען, איז דאָס אַלץ וויכטיק דווקא כּדי צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן אָריענטאַלע און אַשכּנזישע ייִדן. פּונקט ווי די גרינדערס פֿון ציוניזם האָבן זיך אויסגעצייכנט אין פֿאַרקריפּלען דעם אימאַזש פֿונעם אַשכּנזישן גלות־ייִד, קאָן איצט אַזאַ פּרינציפּיעלע פּאָליטיק פֿון אָנערקענען מאַמע־לשון ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך אין ישׂראל דערפֿירן אַז אויך די מזרח־עדות זאָלן זיך באַציִען מיט רעספּעקט צו זייערע אייראָפּעיִשע ברידער און שוועסטער. דאָס וועט דערמעגלעכן קעגנזײַטיקע, געזינטערע באַציִונגען צווישן אַלע עדות — אַ זאַך וואָס איז ביז איצט געווען אַ ווײַטער חלום.

אַ טייל פֿאָרווערטס־לייענער וועלן מסתּמא זאָגן: ניט־רעאַל, אויסטערליש, פּשוט אַ שפּאַס, ס’וועט אָנרייצן און אויפֿקאָכן די מזרחדיקע עדות. איז דער ענטפֿער: אין דער הײַנטיקער פּאָליטישער אַרענע וואַרפֿט מען זיך שטענדיק מיט אַזעלכע געדאַנקען ווי מדינת הלכה (אַ מדינה לויט די תּורה־געזעצן) און אַנעקסירן יהודה און שומרון, איז אויך דאָ אַן אָרט אַז אַ געוויסער סעקטאָר פֿון דער באַפֿעלקערונג, מיט אַן אייגענער ייִדישקייט־אַנשויונג, זאָל פֿאָדערן זײַנס אויפֿן קולטור־שפּראַכלעכן ניוואָ.

ווײַט־גרייכיקע צילן ווערן ניט דערגרייכט גיך און גלאַטיק, נאָר דער עצם אַרויסברענגען די אידעע און דעם ראַציאָנאַל דערפֿאַר קאָן באַלד ווירקן אויף דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט. יאָ, מ’דאַרף האָבן אַ קאַפּיטשקע מוט כּדי אַרויסברענגען אַזאַ פֿאָרשלאָג און אין אַ געוויזן זינען זענען ייִדישיסטן אינזיכיסטיש געשטימט… און דאָ רעדט זיך וועגן אַן עקסטראָווערטיש־פּאָליטישן צוגאַנג לטובֿת דער גאַנצער געזעלשאַפֿט. וועט מען מיט דער צײַט זען, וואָס ס’קומט דערפֿון אַרויס.

כ’מוז באַטאָנען אַז די איניציאַטיוו פֿון אָט דעם געדאַנק איז געקומען פֿונעם וועלט־באַרימטן פּיאַניסט און ייִדישן רעציטאַטאָר יעווגעני קיסין, אַן ישׂראל־בירגער, וועלכער איז אונטערגעשטיצט פֿון זײַן מענטאָר באָריס סאַנדלערן. דערווײַל איז פֿאַראַן נאָר אַ קליינע מחלוקת צווישן אונדז. לויט זייער מיינונג, אין אָט דעם קאָנטעקסט צו אָנערקענען ייִדיש אין ישׂראל, איז ניט נייטיק צו דערמאָנען דעם חורבן. און איך טראַכט אַז עס קאָן דווקא יאָ העלפֿן. און מײַנע קאָלעגן האַלטן אַז דאָס וויכטיקסטע איז, ערשטנס, אויסזוכן אַ באַרימטע פּערזענלעכקייט וואָס זאָל זיך אידענטיפֿיצירן מיט אָט דעם געדאַנק. דאַקעגן האַלט איך אַז כּדי צו געפֿינען אַזאַ חשובֿע פּערזענלעכקייט דאַרף מען קודם שאַפֿן דעם קעמפֿערישן קרײַז פֿון וועלכן די פּערזענלעכקייט וועט נערן אירע ענרגיעס און זיך שטיצן כּדי מצליח צו זײַן אין זײַן עפֿנטלעכן קאַמפּיין. נאָר דאָס אַלץ איז ניט מער ווי טאַקטישע וואַקלענישן. בײַ דער געלעגנהייט איז וויכטיק צו באַמערקן די וויכטיקע פֿונקציע וואָס די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿילט הײַנט אויס. נאָר אין אונדזער פֿאַל רעדט זיך וועגן אַן אַלגעמיינער נײַער פּאָליטיק וואָס באַציט זיך צו דער גאַנצער באַפֿעלקערונג.

ס׳איז איבעריק צו זאָגן אַז אַזאַ שריט ווי אָנערקענען ייִדיש, געקניפּט און געבונדן מיט העברעיִש, ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראל וועט פֿון איין זײַט פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש־צענטערס איבער דער וועלט, און פֿון דער צווייטער זײַט, וועט עס בײַטראָגן צו דער באַרירונג מיט אייראָפּעיִשע צענטערס אַוווּ ייִדיש האָט געבליט און זיך אַנטוויקלט. דעריבער איז וויכטיק זיך ווענדן צו כּנסת־דעפּוטאַטן און מאַכטהאָבערס אין לאַנד צו טאָן אַלץ וואָס איז מעגלעך צו פֿאַרוויקלעכן דאָס אָנערקענען ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע נאַציאָנאַלע שפּראַך אין ישׂראל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.