אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ װעגן ייִדישע שדיםAcademic Conference about Jewish Ghosts
די ייִנגערע פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור קערן זיך אום צו טעמעס, װאָס אַמעריקאַנער ייִדן האָבן ביז לעצטנס געהאַלטן פֿאַר ניט־רעלעוואַנטע.
װען איך לערן מײַן קורס װעגן ייִדישער קולטור אין מיזרח־אײראָפּע אינעם אוניװערסיטעט פֿון מישיגען, פֿרעג איך כּסדר בײַ יענע סטודענטן, װעלכע האָבן זיך געלערנט אין ייִדישע טאָגשולן: „װאָס האָט מען אײַך דערצײלט אין דער שול װעגן יענער װעלט, גײַסטער, רוחות, שדים, וכדומה?‟ באַקום איך תּמיד די אײגענע תּשובֿה: „ייִדן גלױבן ניט אין דעם, דאָס איז פֿאַר די אומות־העולם.‟ דערנאָך פֿרעג איך צי זײ האָבן אַ מאָל געהערט װעגן עין־הרע, װעגן פּותר־חלום זײַן, װעגן נעגל־װאַסער, און אַנדערע „זאַבאָבאָנעס‟, זאָגן מיר אַ טייל פֿון זיי אַז זיי ווייסן יאָ פֿון אַזעלכע זאַכן, אָבער גיכער דורך זײערע באָבע־זײדעס איידער זײערע לערער.
װען ייִדן זײַנען אַוועק פֿון די מיזרח־אײראָפּעיִשע שטעטלעך קײן אַמעריקע, האָבן זײ איבערגעלאָזט זײערע מתים אױף יענער זײַט ים. עס האָט ניט געפּאַסט פֿאַר פּראָגרעסיװע אַמעריקאַנער ייִדן צו האָבן אַן אמונה, װוּ מתים, גײַסטער און שדים מישן זיך פֿרײַ מיט לעבעדיקע מענטשן. דערפֿאַר איז די אַמעריקאַנער ייִדישקײט פֿון דער רעפֿאָרמער און קאָנסערװאַטיװער שיטה רײנגעװאַשן געװאָרן פֿון װאָסער־ניט־איז „ניט־גוטע‟. אָבער יענע װעלט האָט פֿאָרט געפֿונען אַ מקום־מקלט אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה.
די קאָנפֿערענץ „ייִדישע גײַסטער‟ איז פֿאָרגעקומען סוף־אָקטאָבער, טאַקע אױפֿן חגא „האַלאָוּװין‟, אין קאָלומביע־אוניװערסיטעט און אינעם גראַדויִר־צענטער פֿון דער שטאָט־אוניװערסיטעט פֿון ניו־יאָרק. מען האָט באַטראַכט די טעמע פֿון פֿאַרשידענע מעטאָדאָלאָגישע קוקװינקלען: דעם פּסיכאָ־אַנאַליטישן, דעם ליטעראַרישן, דעם קולטור־היסטאָרישן און דעם סאָציאַל־פּאָליטישן. פּראָפֿעסאָר יונתן באָיאַרין פֿון קאָרנעל־אוניװערסיטעט האָט געהאַלטן די הױפּטלעקציע אױף דער טעמע „ייִדישע מתים אין ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר‟. זײַן טעזע: אונדזערע מתים לעבן ווײַטער כּל־זמן זײ בלײַבן בײַ אונדז אין זכּרון. די לעקציע האָט אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע, װוּ מען האָט זיך געטײלט מיט אײגענע דערפֿאַרונגען וועגן מתים אין חלום און װאָר.
דער כראָנאָלאָגישער פֿאַרנעם פֿון די רעפֿעראַטן האָט געדעקט די גאַנצע ייִדישע געשיכטע פֿון אַבֿרהם אָּבֿינו ביז הײַנטיקע ישׂראלדיקע שױדערפֿילמען. געאָגראַפֿיש האָט מען אַרומגענומען די גאַנצע װעלט, בפֿרט די אַמאָליקע מיזרח־אײראָפּעיִשע שטעטלעך און דער הײַנטיקער אױסטראַליע און אַמעריקע. אַװדאי האָט מען אַ סך גערעדט װעגן דיבוקים, סײַ װי אַ פּסיכאָלאָגישן פֿענאָמען און רעזולטאַט פֿון אַ טראַװמאַטישער איבערלעבונג, סײַ װי אַ קולטורעלן סימבאָל, װאָס שפּיגלט אָפּ אינעװײניקע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען. די דיבוק־פֿיגור איז ספּעציעל פּאָפּולער אין פּױלן הײַנט־צו־טאָג, וווּ זי דינט װי אַ סימבאָלישער כּלי, װאָס העלפֿט באַהאַנדלען קינסטלעריש דעם שװערן עול פֿונעם שולדגעפֿיל מצד די פּאָליאַקן פֿאַרן ייִדישן חורבן.
דער עבֿר קומט צוריק צו אונדז אין פֿאַרשידענע פֿאָרמעס און געשטאַלטן. נאָסטאַלגישע זכרונות און פֿאַנטאַזיעס זײַנען תּמיד געװען אַ װיכטיקער אַספּעקט פֿון דער ייִדישער קולטור, און זײ פֿאַרנעמען אַ חשובֿן אָרט אין דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטיר, טעאַטער און פֿילם. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן ליב זיך צו דערמאָנען אָן דער ניו־יאָרקער איסט סײַד, װוּ אַ סך נײַע אימיגראַנטן האָבן זיך באַזעצט סוף־נײַנצנטן יאָרהונערט. איצט איז דאָס אַ באַליבטע דעקאָראַציע פֿאַר נאָסטאַלגישע מוזיקאַלן אױף ייִדישע טעמעס. חסידים האָבן זײערע אײגענע נאָסטאַלגיע נאָך די שטעטלעך, װוּ עס האָבן אַ מאָל געלעבט זײערע רביים. אין די 1930ער יאָרן האָט דער ליובאַװיטשער רבי יוסף יצחק שניאורסאָן (הריי”ץ) פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סעריע זכרונות װעגן דעם אַמאָליקן שטעטל ליובאַװיטש, װאָס איז צו יענער צײַט געװען טייל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און דערפֿאַר ניט צוטריטלעך פֿאַר חסידים. אין ניו־יאָרק, במשך פֿון די 1940ער יאָרן, האָט ער ממשיך געװען די דאָזיקע סעריע אין דער טאָגצײַטונג, „מאָרגן־זשורנאַל‟.
די קאָנפֿערענץ האָט צונױפֿגעבראַכט אַ היפּשע צאָל יונגע פֿאָרשער, װאָס באַטראַכטן די ייִדישע קולטורעלע ירושה פֿון נײַע טעמאַטישע און מעטאָדאָלאָגישע שטאַנדפּונקטן. מען געפֿינט נײַע מקורים און לײענט איבער פֿון דאָס נײַ לאַנג־פֿאַרגעסענע מחברים. אײן משל איז דער ייִדישער שרײַבער א. אלמי, װאָס האָט געהאַט אַ ספּעציעלן אינטערעס אין סעאַנסן. אַ מאָל איז דאָס געװען אַ פּאָפּולערע פֿאַרװײַלונג אין אײראָפּע און אַמעריקע, װען מען האָט זיך אַרומגעזעצט אַרום טיש און אַרױסגערופֿן גײַסטער פֿון מתים. אַלמי דערמאָנט זיך, אַז אַפֿילו אײניקע חסידישע רביים אין גאַליציע האָבן זיך באַטײליקט אין אַזעלכע סעאַנסן.
די קאָנפֿערענץ האָט װײַט ניט אױסגעשעפּט די טעמע. קײנער האָט ניט גערעדט װעגן י. ל. פּרץ און יצחק באַשעװיס, צװײ צענטראַלע פֿיגורן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס האָבן אַ סך געשריבן װעגן די באַציִונגען צװישן עולם־הזה און יענער װעלט. בעת דער דיבוק אין פֿאַרשידענע צורות פֿאַרנעמט עד־היום אַ חשובֿן אָרט אין טעאַטער און קינאָ, פֿאַרבלײַבט אַזאַ מײַסטערװערק װי פּרצעס מיסטישע פּיעסע „בײַ נאַכט אױפֿן אַלטן מאַרק‟ כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן, כאָטש זי איז געװען זײער פּאָפּולער אין די 1920ער בײַם ייִדישן אַװאַנגאַרד־טעאַטער.
באַשעװיס איז אַװדאי זײער פּאָפּולער בײַ כּלערלײ פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור, אָבער לרובֿ לײענט מען אים אױף ענגליש. עס איז גוט באַקאַנט, אַז זײַנע ענגלישע איבערזעצונגען זײַנען אָפֿט מאָל גאַנץ װײַט פֿון די ייִדישע מקורים. די אַמעריקאַנער רעדאַקטאָרן, און אפֿשר אויך באַשעוויס אַליין, האָבן „גערײניקט‟ זײַנע װערק פֿון צו פֿיל „יענער־װעלטלעכע‟ פּרטים און עפּיזאָדן, כּדי צוצופּאַסן זײ צום געשמאַק פֿונעם „אױפֿגעקלערטן‟ אַמעריקאַנער עולם. דאָס זעט מען בפֿירוש אין די ראָמאַנען „נשמה־עקספּעדיציעס‟ (אױף ענגליש — Shosha) און „שׂונאים: געשיכטע פֿון אַ ליבע‟. די מאָטיװן פֿון נאָסטאַלגיע, טראַװמע און באַציִונגען מיט יענער װעלט זײַנען אַ סך בולטער בײַ די ייִדישע טעקסטן פֿון די צוויי ראָמאַנען, אײדער בײַ די ענגלישע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO