Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דערציילונג: „לאָנדאָן, פֿאַר וואָס ברענסטו נישט?‟Story: “London, Why Don’t You Just Burn Down?” (With Audio)

די אַקטריסע ריטאַ קאַרין לייענט פֿאָר וואָס עס געשעט, ווען מאָטל פּייסע דעם חזנס קומט אָן קיין לאָנדאָן.

די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

זינט איך לעב, בין איך נישט געווען אויף אַזאַ יריד, ווי אין לאָנדאָן. נישט אין לאָנדאָן איז אַ יריד, נאָר לאָנדאָן אַליין איז אַ יריד. סע קלאַפּט, און סע קלינגט, און סע פֿײַפֿט, און סע טראַסקעט, און מענטשן — מענטשן אַזוי ווי מאָן, אַזוי ווי מוראַשקעס!

פֿון וואַנען נעמען זיך אַזוי פֿיל מענטשן, און וווּהין לויפֿן זיי? אַפּנים, זיי זענען הונגעריק, אָדער זיי האַלטן בײַם אַוועקפֿאָרן. אַנישט, וואָס דאַרף מען זיך אַזוי שטופּן, שלאָגן זיך מיט עלנבויגנס, אומוואַרפֿן אַ מענטשן און טרעטן אים מיט די פֿיס? איך רעד פֿון פּינין. אונדזער חבֿר פּיני, אויב איר געדענקט, האָט אַ נידעריקע ראיה. דערצו האָט ער אַ טבֿע, ער האַלט דעם קאָפּ אַרויף און פּלאָנטערט מיט די פֿיס. אַ פֿאַרטראָגענער מלאך. דער קאָפּ פֿליט בײַ אים. דעם ערשטן ברוך־הבא האָט ער געכאַפּט אויף דער באַן. מיר זענען נאָר אַרויסגעקראָכן פֿון וואַגאָן, האָט זיך שוין געטראָפֿן אַן אומגליק. דער ערשטער איז אַרויסגעלאָפֿן פּיני. איין הויז פֿאַרקאַטשעט, איין זאָק אַראָפּגעלאָזט, דאָס האַלדזטיכל פֿון יענער זײַט — אַזוי ווי תּמיד. איך האָב נאָך פּינין קיין מאָל נישט געזען אַזוי האָפֿעריק. ער האָט געברענט, ווי אויף פּאָקן. ער האָט אָנגעהויבן שיטן מיט מאָדנע ווערטער, ווי זײַן שטייגער איז: „לאָנדאָן! ענגלאַנד! דיזראַעלי! באָקל! היסטאָריע! ציוויליזאַציע!…‟

עס איז אוממעגלעך געווען אים אײַנצושטילן. עס האָט נישט געדויערט קיין צוויי מינוט איז אונדזער חבֿר פּיני שוין געלעגן אויף דער ערד, און מענטשן האָבן געשפּאַנט איבער אים, ווי מע שפּאַנט איבער אַ שייט האָלץ. אַ גליק, וואָס זײַן ווײַב טײַבל האָט געמאַכט אַ גוואַלד: „פּיני, וווּ ביסטו?‟, האָט זיך מײַן ברודער אליהו געגעבן אַ וואָרף און האָט אים אַרויסגעשלעפּט אַ צעקנייטשטן און אַן אָפּגעבליאַקעוועטן, ווי אַן אַלטן קאַפּעליוש. דאָס איז געווען נומער איינס. דעם צווייטן פּסק האָט ער געכאַפּט דעם זעלביקן טאָג אין שטאָט, און דווקא אויף דער ייִדישער גאַס, וואָס מע רופֿט זי מיט אַ מאָדנעם נאָמען „ווײַטשעפּל‟, דאָרט וווּ מע פֿאַרקויפֿט פֿיש און פֿלייש, סידורים, ציצית, עפּל, קוואַס, פֿײַפֿלעך, פֿעפֿער, שטריק, שטיקלעך הערינג, טליתים, לימענעס, אייער, גלעזלעך, טעפּ, קאַלאָשן, — פּונקט דאָס אייגענע, וואָס בײַ אונדז. ס׳זאָל פֿעלן אַ האָר. אַפֿילו בלאָטע אויך ווי בײַ אונדז. און שמעקן שמעקט אויך ווי בײַ אונדז. אַמאָל נאָך ערגער. מיר האָבן זיך דערפֿרייט, אַז מיר האָבן דערזען דעם ווײַטשעפּל. פּיני האָט זיך שוין צופֿיל דערפֿרייט. „באַרדיטשעוו!‟ — האָט ער זיך צעשריִען. „גוואַלד, ייִדישע קינדער! מיר זענען נישט אין לאָנדאָן, מיר זענען אין באַרדיטשעוו!‟

Sholem Aleichem London

Image by Yehuda Blum

אוי, האָט ער געכאַפּט אַ באַרדיטשעוו! איך האָב געמיינט, אַז מע וועט אים דאַרפֿן אַוועקפֿירן אין שפּיטאָל. פֿון דעמאָלט אָן לאָזט אים טײַבל אַליין נישט גיין איבער לאָנדאָן, אַפֿילו אַ טראָט. איך קוק אויף דעם ווײַטשעפּל און טראַכט מיר: רבונו־של־עולם, אַז אין לאָנדאָן איז אַזוי, הײַנט וואָס קען שוין זײַן אין אַמעריקע?!

רעדט־זשע מיט ברכהן, זאָגט זי, אַז לאָנדאָן וואָלט געמעגט פֿאַרברענט ווערן נאָך איידער מיר זענען געקומען. פֿון דער ערשטער מינוט, וואָס מיר זענען געקומען קיין לאָנדאָן, האָט מײַן שוועגערין ברכה געוואָרפֿן אַן אומחן אויף דער שטאָט — סכּנות!

„ס׳איז דען אַ שטאָט?‟ זאָגט זי. „ס׳איז נישט קיין שטאָט, ס׳איז אַ גיהנום! עס וואָלט געמעגט קומען אויף איר אַ שׂרפֿה נאָך פֿאַראַיאָרן!‟ אַזוי זאָגט ברכה, און מײַן ברודער אליהו פּרוּווט פֿאַרענטפֿערן די שטאָט, זוכן מעלות. נאָר עס העלפֿט אים, ווי אַ טויטן באַנקעס. ברכה הערט נישט אויף צו שיטן פּעך און שוועבל אויף דער שטאָט און ווינטשעווען, זי זאָל אָפּברענען. קיין אַנדער שטראָף ווינטשט זי איר נישט, נאָר ברענען. פּיניס ווײַב טײַבל האַלט זי אונטער.

די מאַמע זאָגט: „אפֿשר וועט גאָט רחמנות האָבן און דאָס לאָנדאָן וועט זײַן אונדזער לעצט אָפּקומעניש?‟ נאָר מיר אין דרײַען: איך און אליהו און פּיני האַלטן פֿון לאָנדאָן אַן עולם ומלואו. אונדז איז דווקא געפֿעלן אָט דער טומל, וואָס סע טומלט, מיט דעם קאָכעניש, וואָס סע קאָכט.

וואָס אַרט עס אונדז, אַז סע קאָכט! לאָז קאָכן. אונדז געפֿעלט נאָר נישט, אַז מיר גייען אַרום אָן אַרבעט. מיר זוכן אַ קאָמיטעט און קאָנען נישט געפֿינען. וועמען מיר פֿרעגן, איז אָדער מע ווייסט נישט, אָדער מע וויל נישט ענטפֿערן. מע האָט קיין צײַט נישט. מע איז פֿאַרטראָגן. מע לויפֿט! מיר מוזן אָבער האָבן אַ קאָמיטעט. מיר קאָנען זיך אָן אַ קאָמיטעט ניט באַגיין. נישט מחמת קיין זאַך, נאָר מחמת דעם, וואָס מיר האָבן נישט מיט וואָס צו דערשלעפּן זיך קיין אַמעריקע. מײַן ברודער אליהוס קעשענע האָט זיך אויסגעליידיקט. דאָס געלט, וואָס מיר האָבן אָפּגעלייזט פֿאַר אונדזער האַלבער דירה, איז אַוועק ווי אַ רויך. פּיני לאַכט פֿון אליהון: „וואָס וועסטו טאָן מיט דער קעשענע?‟… אליהו איז אין כּעס. ער האָט פֿײַנט, אַז מע טרײַבט קאַטאָוועס. ער איז פּונקט דער היפּוך פֿון זײַן חבֿר פּיני. ער איז אַ פֿאַרוויינטע נשמה. פּיני רופֿט אים: „דאָס פֿאַרזאָרגטע בעל־הביתל‟… איך האָב פּינין ליב נאָר דערפֿאַר וואָס ער איז תּמיד פֿריילעך. זינט מיר זענען געקומען קיין לאָנדאָן איז ער נאָך געוואָרן פֿריילעכער. ער זאָגט, אַז דאָרט, אין קראָקע, בראָד, לעמבערג, אַנטווערפּן, ווין, מוז מען רעדן דײַטש. דאָ אין לאָנדאָן איז אַ מחיה. מע קען ריידן ייִדיש, ווי אין דער היים. דאָס הייסט: האַלב־ייִדיש, האַלב־רוסיש.

דאָס לשון זייערס איז ערגער נאָך פֿון דײַטש. ברכה זאָגט, אַז דרײַ ענגלענדער מעגן זײַן אַ כּפּרה פֿאַר איין דײַטש. זי זאָגט: וווּ איז דאָס געהערט געוואָרן אין דער וועלט, אַז אַ גאַס זאָל הייסן ווײַטשעפּל, און געלט זאָל הייסן „אייפּעני‟, „טאַפּעני‟, „טריפּעני‟? ס׳איז דאָ נאָך אַ וואָרט, וואָס געהערט זיך אָן מיט געלט, הייסט עס „פֿײַף‟. מיט דעם דאָזיקן „פֿײַף‟ האָט זיך געטראָפֿן בײַ אונדז אַ גאַנצע מעשׂה. אויב איר ווילט, קאָן איך זי אײַך דערציילן.

ב.

איר ווייסט דאָך שוין, אַז מיר זוכן אַ קאָמיטעט אין לאָנדאָן. געפֿינען אין לאָנדאָן אַ קאָמיטעט — איז פּונקט, ווי אין אַ וואָגן שטרוי אַ נאָדל. נאָר ס׳איז דאָך אָבער דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט, גייען מיר איין מאָל אַזוי איבערן ווײַנטשעפּל. פֿאַרנאַכטלעך איז דאָס געווען. דאָס הייסט, נישט פֿאַר נאַכט, נאָר בײַ טאָג. אין לאָנדאָן איז שטענדיק פֿאַר נאַכט. באַגעגנט אונדז אַ ייִד מיט אַ קורץ ווייטיקל, מיט אַ טשודנעם קאַפּעליוש און מיט זוכנדיקע אויגן.

— איך וואָלט געמעגט שווערן, אַז איר זענט ייִדן.

אַזוי זאָגט צו אונדז דער ייִד מיטן קורצן ווייטיקל און פּיני ענטפֿערט אים:

— אַוודאי! נאָך וואָסערע ייִדן! פֿון ייִדנלאַנד!

— ווילט איר אפֿשר פֿאַרדינען אַ מצווה?

אַזוי מאַכט ווידער דער ייִד, און פּיני ענטפֿערט אים:

— למשל?

— איך האָב יאָרצײַט, און קאָן נישט אַוועקגיין פֿון דער היים. עס פֿעלט מיר אויס נאָך אַ פּאָר מענטשן צו אַ מנין… דאָס בחורל איז שוין בר־מצווה, צי נאָך נישט?

דאָס מיינט ער מיך. מיר איז דאָס דווקא געפֿעלן, וואָס ער רופֿט מיך „בחורל‟ און מיינט, אַז איך בין שוין בר־מצווה.

אַרויפֿגעדראַפּעט זיך מיט אים אין דער פֿינצטער אויף די טרעפּ, זענען מיר אַרײַן אין אַ פֿינצטער חדרל, אָנגעפּאַקט מיט קליינע אויסגעדאַרטע קינדער און אָנגעפֿילט מיט אַ געדיכטן ריח פֿון „געפֿרײַטע‟ פֿיש. קיין מנין איז נאָך נישט געווען. עס האָבן נאָך געפֿעלט זיבן. דער ייִד האָט אונדז געבעטן זיצן, און אַליין האָט ער געגעבן אַ שפּרונג אויף דער גאַס, טאָמער וועט ער כאַפּן נאָך אַ צוויי ייִדן. ער האָט געגעבן עטלעכע שפּרונגען, ביז ער האָט צונויפֿגעשלאָגן אַ מנין. איך האָב מיך דערווײַל באַקענט מיט די אויסגעדאַרטע קינדערלעך און געכאַפּט אַ קוק אין אויוון. דאָרט האָבן זיך „געפֿרײַט‟ פֿיש. בײַ אונדז אין דער היים זאָגט מען „געפּרעגלט‟. דאָ דאַרף מען זאָגן „געפֿרײַט‟. איך ווייס נישט, פֿאַר וואָס. אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל די פֿיש פֿרייען זיך בשעת מע פּרעגלט זיי. סײַ ווי סײַ זענען געפֿרײַטע פֿיש גאָר נישט אַזוי שלעכט, ווי מײַן שוועגערין ברכה מאַכט דעם אָנשטעל. ווען מע גיט מיר איצט אַ שטיקל געפֿרײַטע פֿיש, וואָלט איך זיך מחיה געווען. איך מיין, אַז ברכה אַליין וואָלט זיך אויך נישט אָפּגעזאָגט. מיר האָבן אַלע אַ גאַנצן טאָג כּמעט געפֿאַסט. מיר לעבן שוין עטלעכע טעג מיט אַ שטיקל הערינג און מיט רעטעך. אין ווײַטשעפּל קריגט איר גוטע, שוואַרצע רעטעכער. דער ייִד וואָלט געטאָן אַ שׂכל, ווען ער בעט אונדז, מיר זאָלן בלײַבן מיט אים עפּעס נעמען אין מויל אַרײַן. אַפּנים, ער הייבט נישט אָן צו פֿילן, אַז מיר ווילן עסן. פֿון וואַנען ווייס איך דאָס? מחמת, ווי באַלד מיר האָבן אָפּגעדאַוונט מנחה און ער האָט אָפּגעזאָגט דעם קדיש, האָט ער אונדז באַלד אָפּגעדאַנקט פֿאַר דער טירחה און האָט אונדז געזאָגט, אַז מיר קאָנען גיין. מײַן ברודער אליהו האָט אָבער געוואָלט האָבן דורך אים אַ שטיקל טובֿה. ער האָט געמאַכט אַ שמועס מיט אים וועגן קאָמיטעט, און געכאַפּט אַ קוק בשעת־מעשׂה אויף די געפֿרײַטע פֿיש און געגעבן אַ שלונג־אַראָפּ. דער ייִד האָט מיט איין האַנט געהאַלטן בײַ דער קליאַמקע פֿון דער טיר, און מיט דער אַנדערער האַנט האָט ער אונדז דערציילט פֿונעם קאָמיטעט עפּעס זייער נישט קיין פֿריילעכע מעשׂיות.

ערשטנס, האָט דער ייִד געזאָגט, אַז עס הייבט זיך גאָרנישט אָן — גאָרנישט קיין קאָמיטעט. דאָס הייסט, ס׳איז דאָ אַ קאָמיטעט, עטלעכע קאָמיטעטן, נאָר די לאָנדאָנער קאָמיטעטן גיבן נישט אַזוי גיך קיין געלט. אויב איר ווילט באַהילפֿיק זײַן פֿון אַ לאָנדאָנער קאָמיטעט, מוזט איר פֿריִער זיך גוט אָנלויפֿן, ברענגען פּאַפּירן און עדות, אַז איר זענט אַן עמיגראַנט און פֿאָרט קיין אַמעריקע. מחמת עס זענען דאָ אַ סך עמיגראַנטן, וואָס זאָגן נאָר, אַז זיי פֿאָרן קיין אַמעריקע. נאָך דעם, אַז איר ברענגט שוין אַלצדינג, קען מען אײַך פֿון קאָמיטעט געבן צושטײַער נאָר אויף צוריקוועגס, דאָס הייסט, איר זאָלט פֿאָרן צוריק אַהיים. מחמת די לאָנדאָנער קאָמיטעטן האַלטן נישט פֿון אַמעריקע. דערהערט אַזעלכע דיבורים, איז מײַן ברודער אליהו באַלד געוואָרן אין כּעס (איר ווייסט דאָך, אַז ער איז אַ כּעסן). און פּיני איז דאָך אַוודאי אַ היציקער פּאַרשוין, האָט ער אָנגעהויבן צו פֿײַערן אויף זײַן לשון: „וואָס הייסט — ווי אַזוי איז דאָס מעגלעך? — ווי האָבן זיי דאָס רעכט אונדז הייסן פֿאָרן צוריק? — ווי שעמען זיי זיך נישט אין אַ לאַנד פֿון ציוויליזאַציע?‟

שלאָגט אים איבער דער ייִד פֿונעם מנין, האַלט אָפֿן די טיר און זאָגט צו אים:

— רייד אַהער, רייד אַהין! אָט האָב איך אײַך געגעבן אַן אַדרעס פֿון אַ קאָמיטעט, פֿאָרט זיך דורך אַליין צום קאָמיטעט, וועט איר זען, אַז ס׳איז „אַלרײַט‟.

ג.

אַרויסגעגאַנגען פֿונעם יאָרצײַט, איז אונדז נאָכגעלאָפֿן דער ריח פֿון די „געפֿרײַטע‟ פֿיש. מיר אַלע האָבן געקלערט וועגן זיי, נאָר ריידן האָט קיינער נישט גערעדט פֿון זיי, אַחוץ ברכה. זי האָט זיי אָנגעבענטשט אַ פֿולן קאָפּ. זי האָט זיי געווינטשעוועט, זיי זאָלן זיך דערוואַרגן, רבונו־של־עולם, מיט זייערע געפֿרײַטע פֿיש, וואָס זיי אוירן אויף אַ מײַל. מײַן מאַמע קאָן נישט לײַדן:

— וואָס האָסטו צו זיי? נעבעך ערלעכע מענטשן! זיצן אין אַזאַ גיהנום — פֿונדעסטוועגן, אַז עס קומט צו אַ יאָרצײַט, זוכט מען אַ מנין…

ענטפֿערט איר ברכה:

— שוויגער! לאָזן זיי אײַך ברענגען אין איינעם מיט זייערע יאָרצײַטן און מיט זייערע געפֿרײַטע פֿיש! מע שטעלט אָפּ פֿרעמדע מענטשן, מע רופֿט זיי אַרײַן צו זיך אין שטוב אַרײַן, — נעם גיב דעם קינד אַ שטיקל געפֿרײַטע פֿיש כאָטש פֿון יוצא וועגן…

דאָס מיינט זי מיך. אָט ערשט בין איך געווען בײַם ייִדן אַ „בר־מצווה־בחורל‟, איצט בין איך שוין געוואָרן בײַ ברכהן אַ „קינד‟…

גוטע יאָרן, אַז ברכה נעמט זיך אָן מײַן קריוודע! — אַזוי טראַכט איך.

מיר לאָזן זיך אַלע זאַלבעזעקסט צום קאָמיטעט. אַן עצה האָט אונדז דער ייִד געגעבן, אַ דאַנק אים, אַז מיר זאָלן נישט גיין צופֿוס — מיר זאָלן בעסער זיך אויפֿזעצן אויפֿן טראַמווײַ און פֿאָרן גלײַך. האָט אָבער דער לאָנדאָנער טראַמווײַ אַ טבֿע — ער האָט פֿײַנט זיך אָפּשטעלן. וויפֿל מע זאָל צו אים נישט מאַכן מיט די הענט, טוט ער זיך זײַנס — ער לויפֿט. נאָכלויפֿן אים וועט אײַך נישט העלפֿן — איר וועט אים נישט כאַפּן. אַ גליק, וואָס איינער האָט זיך אויף אונדז דערבאַרעמט, און דווקא אַן ענגלענדער מיט אָפּגעגאָלטע וואָנצעס (טאָמער זעט איר אַ מענטשן מיט געגאָלטע וואָנצעס, זאָלט איר וויסן, אַז ס׳איז אַן ענגלענדער). דער ענגלענדער האָט געזען, אַז מיר מאַכן מיט די הענט צו די טראַמווײַען, און די טראַמווײַען לויפֿן, האָט ער אונדז צוגעפֿירט צו אַ קלויסטער און האָט אונדז אָנגעוויזן מיט די הענט, אַז דאָ זאָלן מיר שטיין. כּך־הוה. עס האָט נישט געדויערט קיין מינוט, איז אָנגעלאָפֿן אַ טראַמווײַ און האָט זיך אָפּגעשטעלט. זענען מיר אַלע אַרײַן — איך, און מײַן ברודער אליהו, און אונדזער חבֿר פּיני, און די מאַמע, און ברכה, און טײַבל — און מיר פֿאָרן. גייט צו דער קאָנדוקטאָר און הייסט זיך, מע זאָל נעמען בילעטן. שטעלט זיך אַרויס פּיני און פֿרעגט אים: וויפֿל? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר „פֿײַף‟. פֿרעגט אים פּיני נאָך אַ מאָל: וויפֿל? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר ווידער אַ מאָל, שוין מיט כּעס: „פֿײַף‟. ער הייסט מיך פֿײַפֿן! גייט צו מײַן ברודער אליהו און פֿרעגט אים מיט די הענט: וויפֿל קאָסט אַ פֿאָר? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר, שוין רעכט מיט כּעס: „פֿײַף!‟ דרייט זיך אויס צו אונדז פּיני און זאָגט: „טשאָ טאַקאַיאַ, איר הערט?

צעלאַכט זיך פּיני, און אליהו רופֿט זיך אָן צום קאָנדוקטאָר, שוין אויך מיט כּעס: „פֿײַף אַליין!‟… ווערט דער קאָנדוקטאָר מלא גזלן, טוט אַ צי בײַ אַ שטריק, שטעלט אָפּ דעם טראַמווײַ און וואַרפֿט אונדז אַרויס מיט אַזאַ רציחה, גלײַך ווי מיר האָבן אים געוואָלט קוילען און צונעמען זײַן רײַזע־טאַש מיט געלט. צום סוף לאָזט זיך אויס, אַז דאָס, וואָס דער קאָנדוקטאָר האָט „געפֿײַפֿט‟, האָט ער געמיינט פֿינף.

— נו? זאָל נישט קומען אַ שׂרפֿה אויף לאָנדאָן?

אַזוי זאָגט ברכה, און מיר גייען אין קאָמיטעט אַרײַן צופֿוס.

ד.

אין לאָנדאָנדער קאָמיטעט איז פֿריילעך, ווי אין אַלע קאָמיטעטן. אין הויף וואַלגערן זיך עמיגראַנטן, אַזוי ווי מיסט, און אינעווייניק אין שטוב זיצן מענטשן און רייכערן ציגאַרן און זאָגן זיך איינס דאָס אַנדערע: „אָלרײַט‟. דער חילוק איז, וואָס די דײַטשע קאָמיטעטשיקעס טראָגן די וואָנצעס פֿאַרדרייט אַרויף און ריידן אויף דײַטש, און די לאָנדאָנער קאָמיטעטשיקעס האָבן אָפּגעגאָלט די בערד מיט די וואָנצעס אין גאַנצן און ריידן: „אַלרײַט!‟ — אַ טעאַטער מיט זיי. די מאַנצבילן גייען געגאָלט, און די ווײַבער טראָגן אַלע פּאַרוקן אויף די קעפּ. און נישט נאָר די ווײַבער — אַפֿילו די מיידלעך טראָגן צוגעקלעפּטע האָר מיט געקרײַזלטע לאָקן, האָבן אַלע גרויסע ציין און זענען אַזוי מיאוס, אַז עס שלאָגט צו דער גאַל. פֿונדעסטוועגן, לאַכן זיי פֿון אונדז אין די אויגן, טייטלען מיט די פֿינגער, און קוויטשען אַזוי, אַז ס׳איז אַ בזיון פֿאַר לײַטן. צוויי מיידלעך האָבן אונדז אָפּגעשטעלט אין מיטן גאַס און האָבן זיך צוגעטשעפּעט צו מײַן ברודער אליהו, ער זאָל גיין אין „באַרבער־שאַפּ‟. פֿריִער האָבן מיר נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס דאָס באַטײַט. איצט ווייסן מיר שוין: גיין אין באַרבער־שאַפּ הייסט אָפּשערן זיך און אָפּגאָלן זיך. מאָדנע ברואים, אַליין גייען זיי פֿאַרשמוצט ביזן האַלדז, פֿרעסן אין מיטן גאַס געפֿרײַטע פֿיש, וואָס לאָזן זיך הערן פֿאַר אַ מײַל, און האָבן פֿײַנט האָר. שיכּורים זענען זיי אויך גאַנץ נישקשהדיקע, נאָר זיי וואַלגערן זיך נישט אויף דער גאַס, אַזוי ווי בײַ אונדז. מע לאָזט זיי נישט. אַ לאַנד איז דאָס זייער אַ וווילס, זאָגט ברכה, נאָר עס וויל נישט ברענען.

— וואָס וועט דיר אַרויסקומען, אַז ס׳וועט ברענען?

אַזוי פֿרעגט בײַ איר מײַן ברודער אליהו, און כאַפּט פֿון איר אַ מיאוסן פּסק. ברכה אַז זי וויל, קאָן זי. אַ מאָל, מאַכט זיך, זאָל זי אײַך שווײַגן, נישט ריידן אַ וואָרט צו קיינעם, און אַ מאָל עפֿנט זיך אויף בײַ איר אַ קוואַל פֿון ווערטער, איז אָדער פֿאַרשטעלן זיך די אויערן מיט וואַטע, אָדער לויפֿן אין דער וועלט אַרײַן. איך גיב אײַך איבער אירע רייד, וואָרט בײַ וואָרט:

— וואָס שטעלסטו זיך אַזוי אײַן פֿאַר דעם געבענטשטן לאָנדאָן מיטן שוואַרצן הימל, מיט די געגאָלטע מאָרדעס, מיט דעם שיינעם ווײַטשעפּל, מיט די געפֿרײַטע פֿיש, מיט די אַלטע מוידן, מיט די געדרייטע בוקליעס, מיט די פֿאַרדריפּעטע קליידלעך, מיט די קבצנים וואָס טרינקען דזשינדזשער־ביר, מיט די קאָנדוקטאָרן, וואָס הייסן פֿײַפֿן, מיט די ייִדן, וואָס האָבן יאָרצײַט און זשאַלעווען אַ טרונק וואַסער? אַזאַ שטאָט מוז ברענען!

אַזוי זאָגט ברכה אין איין אָטעם, ווי די עשרת בני המן, און לאָזט אויס מיט צונויפֿגעלייגטע הענט:

— לאָנדאָן, פֿאַר וואָס ברענסטו נישט?!

רבונו־של־עולם! ווען וועלן מיר שוין זײַן אין אַמעריקע?…

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.