פֿאַר וואָס געדענקט מען ניט די דערהרגעטע רביצין פֿון מומבײַ?Why Is the Murdered Rebbetzin Of Mumbai Never Mentioned?
ס’איז אַ חידוש וואָס די פּאַטריאַרכאַלע געזעלשאַפֿט אין די תּנכישע צײַטן האָט געהאַט מער אָפּשײַ פֿאַר פֿרויען, ווי געוויסע הײַנטיקע פֿרומע קהילות.
די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אין דער תּורה, וואָס טראָגט אַ נאָמען פֿון אַ פֿרוי — שׂרה — הגם אונדזער סדרה הייבט זיך אָן מיט איר נעקראָלאָג.
רש״י דערקלערט, אַז שׂרה־אמנו איז געשטאָרבן, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז איר מאַן האָט שיִער נישט געשאָכטן איר זון יצחק ווי אַ קרבן. ווען זי האָט עס דערהערט, האָט זי אויסגעהויכט די נשמה.
די תּורה זאָגט אונדז, אַז די אורמאַמע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק האָט אָפּגעלעבט 127 יאָר — אַ צאָל, אָנגעלאָדן מיט טיפֿע סימבאָלישע באַדײַטן. כּדי צו באַערדיקן זײַן ווײַב, האָט אַבֿרהם־אָבֿינו אָפּגעקויפֿט בײַ עפֿרון החתּי אַ שטח לאַנד אין חבֿרון, וווּ עס געפֿינט זיך די באַרימטע מערת־המכפּלה, און וווּ מע האָט שפּעטער געבראַכט צו קבֿורה אַבֿרהמען אַליין, ווי אויך יצחק, רבֿקה, יעקבֿ און לאה. לויט דער באַקאַנטער מדרש־לעגענדע, זענען דאָרטן שוין געלעגן אָדם און חוה; צוליב דעם האָט חבֿרון געהייסן קרית־אַרבע, „די שטאָט פֿון פֿיר‟ — פֿיר באַערדיקטע פּאָרפֿעלקער פֿון אָבֿות און אמהות.
הגם ס׳רובֿ פּערסאָנאַזשן אינעם תּנ״ך בכלל און חומש בפֿרט זענען מענער, שפּילן אַ גרויסע ראָלע דאָרטן די פֿרויען. אַדרבה, ווי מיר האָבן געזען אין די פֿאָריקע צוויי פּרשיות, איז שׂרה געווען אַן אומאָפּהענגיקע פֿרוי מיט אַ שטאַרקן כאַראַקטער, וועלכע האָט נישט איין מאָל געגעבן איר מאַן וויכטיקע, גורלדיקע עצות. אַזוי ווי אַבֿרהם, איז שׂרה געווען אַ נבֿיאה און האָט מקרבֿ געווען אַ סך מענטשן צו עבֿודת־השם. די חז״ל זאָגן, אַז אַבֿרהם האָט מגייר געווען מענער, און שׂרה – פֿרויען. בעצם, זענען זייערע ראָלעס אין דער משפּחה געווען גלײַכע. כאָטש אויף ענגליש רופֿט מען אַבֿרהמען אַ פּאַטריאַרך, באַטיטלט מען שׂרה אויך ווי אַ מאַטריאַרך.
אין דער תּקופֿה פֿון חז״ל טרעפֿן מיר ווייניק וויכטיקע פֿרויען־פּערסאָנאַזשן בײַ ייִדן. זעלטן־ווען דערציילן אונדז די חכמים וועגן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, ווי הלני המלכּה — אַ מעכטיקע פֿירערין פֿון חדיב (אַדיאַבענע), וועלכע האָט זיך מגייר געווען צוזאַמען מיט איר זון מונבז. דער תּנא רבי יהודה האָט זיך אַפֿילו פֿאַרלאָזט אויף איר מינהג צו שטעלן אַ סוכּה העכער פֿון 20 אַמות; בסוף האָבן אָבער די חז״ל אָפּגעוואָרפֿן אַזאַ דעה. בדרך־כּלל רעפּרעזענטירט אָבער די גמרא אַ דורכאויס מענערישע וועלט.
צום באַדויערן, גיט הײַנט די פֿרומע וועלט, בדרך־כּלל, נאָך אַלץ אַ סך מער דרך־ארץ די מענער ווי די פֿרויען. הגם די רביצינס טוען אָפֿט מאָל אויף נישט ווייניקער אָדער אַפֿילו נאָך מער, ווי זייערע מענער, באַטראַכט מען זיי בלויז ווי די לעבנס־באַגלייטער פֿון רבנים. למשל: דעם 26סטן נאָוועמבער 2008 — פֿיר טעג פֿאַרן שוידערלעכן טעראָריסטישן אַטאַק אין מומבײַ, אינדיע — האָט די אָרטיקע רביצין רבֿקה האָלצבערג ז״ל געהערט פּרשת חיה שׂרה, נישט וויסנדיק אַז דאָס וועט זײַן איר לעצטע.
ווי ס׳איז באַקאַנט האָבן די טעראָריסטן פֿאַרכאַפּט דעם אָרטיקן בית־חב״ד און כאָטש מע האָט שעהען לאַנג געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען מיט די טעראָריסטן האָבן זיי נישט געפּועלט; זי און איר מאַן, הרבֿ גבֿריאל־נח האָלצבערג, זענען דערמאָרדעט געוואָרן. די באַזוכער פֿונעם בית־חב״ד דערמאָנען עד־היום, אַז די רביצין האָט אָנגעפֿירט מיט אַ גאַנצער ריי אונטערנעמונגען. פּונקט אַזוי ווי אַבֿרהם און שׂרה, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק צוזאַמען מקרבֿ געווען אַ סך מענער און פֿרויען. אין די פֿרומע נײַעסקוואַלן האָט זי אָבער נאָכן אַראַק פֿיגורירט, צום גרויסן טייל, בלויז ווי אַ טראַגיש אומגעקומען 29־יאָריק טראָגעדיק ווײַב און אַסיסטענטקע פֿון אַ ליובאַוויטשער שליח, נישט ווי אַ כּלל־טוערין און לערערין פֿאַר זיך.
ווײַזט אויס, אַז נישט נאָר אין די פֿרומע קרײַזן איז פֿאַראַן אַזאַ פּראָבלעם. אין דער וועלטפּרעסע האָט מען אַ סך געשריבן וועגן אָט דער שרעקלעכער טראַגעדיע, אָבער פֿאַקטיש גאָרנישט וועגן דער רביצין. שרײַבט אַרײַן אינעם „גוגל‟ איר נאָמען אויף ענגליש, וועט איר געפֿינען נאָר אַ קנאַפּע פּאָר זײַטן, וווּ זי ווערט דרך־אַגבֿ דערמאָנט אין שײַכות מיט איר מאַן, אָן קיין ידיעות וועגן איר אייגענער פּערזענלעכקייט. שרײַבט אַרײַן איר מאַנס נאָמען, גיט די זוך־מאַשין אַרויס הונדערטער רעזולטאַטן.
באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס: אין די אוראַלטע פּאַטריאַרכאַלע תּנ״כישע צײַטן האָט אַ פֿרוי געקאָנט זײַן אַ נבֿיאה, שופֿטת און מלכּה. פֿאַרוואָס זשע בלײַבט אין דער הײַנטיקער מאָדערנער וועלט אַזאַ איינזײַטיקער צוגאַנג?
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor