ווידעאָ: טראַדיציאָנעלע חנוכּה־לידער פֿון אַרום דער וועלטWATCH: Traditional Hanukkah Songs from Around the World
„מעוז צור‟ ווערט געזונגען אויף גאָר אַנדערע אופֿנים דורך פֿאַרשידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מיט די חנוכּה־ און פּסח־לידער איז שטענדיק אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן ווי אַזוי פֿאַרשידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס האָבן אַדאָפּטירט די אוראַלטע לידער און זיי צוגעפּאַסט צו די מוזיקאַלישע סטילן פֿון זייער אַרום.
מיר הייבן אָן מיט אַ פּיוט, וואָס איז מסתּמא דאָס סאַמע עלטסטע; ווי אַלע באַקאַנטע פּיוטים, האָבן די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע לענדער געזונגען „מעוז צור‟ מיט באַזונדערע מעלאָדיעס. אָט קענט איר הערן ווי דער חזן פּנחס באָרענשטיין זינגט די ווערטער, באַגלייט מיט אַ כאָר.
די בראָסלעווער חסידים האָבן זייער אייגענעם ניגון, מיט וועלכן זיי זינגען „מעוז צור‟. אָט שפּילט דער באַקאַנטער חסידישער מוזיקער יחיאל פֿראַנק דעם ניגון אויפֿן קלאַרנעט.
אין מאַראָקאָ האָט מען געזונגען דעם פּיוט אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער. אָט הערט ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאַראָקאַנער קאַפּעליע פֿירט אויף „מעוז צור‟. עס זינגט הרבֿ מני מיימון כּהן.
נאָך אַן אור־אַלטן פּיוט, וואָס מע זינגט אום חנוכּה איז „הנרות הללו‟. אָט זינגט דער גרויסער וואַרשעווער חזן גרשון סיראָטע „הנרות הללו‟, באַגלייט פֿון אַ כאָר.
חזן סיראָטע איז געווען צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע חזנים אויף דער וועלט אין די 1910ער און 1920ער יאָרן און איז אויפֿגעטראָטן אין צענדליקער לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ער האָט געזונגען אין „קאַרנעגי־האָל‟. ער איז אומגעקומען על־קידוש־השם, אַ קעמפֿער אינעם וואַרשעווער־געטאָ אויפֿשטאַנד, צו 69 יאָר.
דער באַקאַנטסטער חזן פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון חזנות איז מסתּמא יאָסעלע ראָזענבלאַט, וואָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, רעקאָרדירט אַ סך חנוכּה־לידער. גאָר אינטערעסאַנט איז זײַן נוסח פֿון „יוונים‟, באַגלייט פֿון משוררים.
די אַלטע טראַדיציאָנעלע חנוכּה־לידער ווערן אָפּגעהיט אין דער חסידישער וועלט. אָט קענט איר הערן אַ פּאָר פֿונעם מונקאַטשער כאָר:
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס איינציקע גאָר־באַקאַנטע חנוכּה־ליד אויף דזשודעזמע איז „אַכט ליכטלעך‟, זענען דאָ צענדליקער אַלטע פֿאָלקסלידער וועגן חנוכּה אין דער ספֿרדישער טראַדיציע, אַ סך מער ווי, למשל, אין דער אַשכּנזישער. אָט זינגט דזשודי פֿרענקל איר נוסח פֿון איינעם פֿון זיי.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
