ווידעאָ: „איך בין אַ קליינער דריידל‟ מיט פּרעכטיקע האַרמאָניעסWATCH: The Yiddish Dreidel Song in 4-Part Harmony
הערט ווי שיין עס קלינגען „חנוכּה אוי חנוכּה‟ און „איך בין אַ קליינער דריידל‟ ווען געזונגען פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟.

Image by Getty Images
דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟, דער עלטסטער ייִדיש־שפּראַכיקער כאָר אויף דער וועלט, האָט פֿאַראַיאָרן געהאַלטן אַ קאָנצערט אין מאַנהעטן, אין וועלכן ער האָט אויפֿגעפֿירט אַ ריי חנוכּה־לידער.
לכּבֿוד חנוכּה האָט דער דיריגענט פֿונעם כאָר, בנימין שעכטער, באַשלאָסן אַרויפֿצושטעלן ווידעאָס דערפֿון אויף „יוטוב‟ מיט אַ ספּעציעלן טעכנאָלאָגישן קנייטש: אַז מע קוועטש אויף CC אונטערן ווידעאָ, קען מען זען דעם טעקסט פֿונעם ליד, אָדער מיט לאַטײַנישע אותיות און דער ענגלישער איבערזעצונג אָדער מיט ייִדישע אותיות. די ווידעאָס, צוגעגרייט פֿון שמואל זערין און אײַזיק בלימאַן, זענען דערפֿאַר אַ געראָטענער פּעדאַגאָגישער מכשיר פֿאַר די, וואָס ווילן פֿאַרבעסערן זייער פֿאַרשטאַנד פֿון מאַמע־לשון.
אינעם ערשטן ווידעאָ אויבן, זעט מען ווי דער כאָר שטעלט פֿאָר מיכל געלבאַרטס „איך בין אַ קליינער דריידל‟ אינעם (מסתּמא) אָריגינעלן ייִדיש. כּדאַי איז צו באַמערקן, אַז להיפּוך צום ענגלישן נוסח, אין וועלכן דער דריידל איז געמאַכט פֿון לײם (clay), כּדי עס זאָל זיך גראַמען מיטן ענגלישן play (שפּיל), לייגט זיך דער ייִדישער נוסח מער אויפֿן שׂכל, ווײַל דריידלעך האָט מען געמאַכט פֿון בלײַ.
הײַנט שפּילט מען אַוודאי מער ניט מיט קיין בלײַענע דריידלעך אָבער ניט דעם בין איך אויסן. עס דאַרף זײַן אַ בלײַענער, ווײַל די ווערטער „האָלץ‟ און „פּלאַסטיק‟ גראַמען זיך דאָך ניט מיט „דרײַ‟ ווי מע זינגט: „איינס, צוויי, דרײַ‟.
„חנוכּה, אוי, חנוכּה‟ האָט מרדכי ריוועסמאַן אָנגעשריבן אין 1911. ריוועסמאַן איז געווען אַ שרײַבער און דיכטער אויף ייִדיש און העברעיִש, נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער „פּעטערבורגער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק‟. אינעם ווידעאָ הערט מען ווי דער כאָר רעדט אַרויס די ווערטער ווי ריוועסמאַן, אַ ליטוואַק, האָט זיי אָנגעשריבן — „אַזוינער‟ גראַמט זיך מיט „שיינער‟.
די באַקאַנטע איבערזעצונג אויף העברעיִש, איז, דרך־אַגבֿ, אַ היפּש ביסל עלטער פֿונעם אַמעריקאַנער נוסח, וואָס מע הערט אויף שריט און טריט אין די ניו־יאָרקער אײַנקויף־צענטערס. איין טשיקאַווער פּרט וועגן דעם העברעיִשן נוסח: דאָס וואָרט „סופֿגניות‟ מיינט אין דעם פֿאַל דווקא לאַטקעס און ניט פּאָנטשקעס. צו יענער צײַט האָט מען גענוצט דאָס וואָרט אויף ביידע. דאָס וואָרט לבֿיבֿה האָט מען בלויז שפּעטער אַדאָפּטירט ווי אַן איבערזעצונג פֿונעם ייִדישן וואָרט „לאַטקע.‟
„’ברוך־אַתּה’ זינגט דער טאַטע‟ האָט מחבר געווען אַבֿרהם רייזען אין די אָנהייב 1920ער יאָרן. דאָס פּרעכטיק שיינע ליד איז, ווי מאָריס ראָזענפֿעלדס „אוי, איר קליינע ליכטעלעך‟, דווקא טרויעריק און מער פֿילאָסאָפֿיש.
עס זענען דאָ אָן אַ שיעור חנוכּה־לידער וועגן דריידלעך אָבער ניטאָ קיין סך וועגן לאַטקעס. איינער פֿון די באַקאַנטסטע איז וולאַדימיר חפֿצס הומאָריסטיש ליד „פֿײַער! פֿײַער!‟, וואָס איז לכתּחילה געווען וועגן לאָקשן. שפּעטער האָבן לערער אין די וועלטלעכע ייִדישע שולן פֿאַרוואַנדלט עס אין אַ ליד וועגן לאַטקעס.
אַ באַרימטער קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ מוזיקאַלישער משפּחה (זײַן שוועסטערקינד איז געווען דער פֿידלער יאַשע חפֿץ), איז וולאַדימיר לאַנגע יאָרן געווען אַקטיוו אין די ניו־יאָרקער ייִדישע טעאַטערס. ער האָט אויך דיריגירט אַ ריי ייִדיש־שפּראַכיקע כאָרן און האָט אויך אָפֿט באַגלייט סידאָר בעלאַרסקי אויף דער פּיאַנע.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
