אַ פֿאַרגעסן משׂכּיליש וואָרטA Forgotten Term From the Jewish Enlightenment
ווי הייסט אויף לשון־קודש אַן עלעקטרישער לאָמפּ?
איינע פֿון די באַקאַנטסטע הלכה־שאלות פֿאַרבונדן מיט חנוכּה, איז דער סטאַטוס פֿון עלעקטרישע לעמפּלעך.
אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט זענען ברייט פֿאַרשפּרייט עלעקטרישע חנוכּה־לאָמפּן נישט ווי עכטע מיצווה־כּלים, נאָר סתּם ווי שפּילעכלעך און דעקאָראַציעס. אין אַ סך קהילות, בפֿרט חרדישע, גלייבט מען אָבער, אַז עלעקטרישע ליכטלעך טויגן בשום־אופֿן נישט. די גאונים אין דער מיטל־עלטער האָבן געהאַלטן, אַז אַפֿילו וואַקסענע ליכט זענען פּסול. לויט זייער דעה, קאָן מען יוצא זײַן בלויז מיטן זעלבן מאַטעריאַל, וואָס האָט געברענט אינעם בית־המיקדש. צוליב דעם זענען בײַ אַ סך חסידישע משפּחות אָנגענומען בלויז חנוכּה־לאָמפּן מיטן ריינעם איילבערט־אייל.
ווען דאָס עלעקטרישע ליכט האָט זיך ערשט אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן אין דער וועלט, האָבן עס נישט ווייניק חשובֿע רבנים מתּיר געווען סײַ לכּבֿוד שבת און יום־טובֿ, סײַ ווי חנוכּה־ליכט. אין די פֿריִיִקע בויגן־לעמפּ, וואָס דער בריטישער וויסנשאַפֿטלער האָמפּפֿרי דייווי האָט דערפֿונדן אין די ערשטע יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָט אַן עלעקטרישער פּלאַזמע־אויסלאָד געברענט מיט זייער אַ הויכער טעמפּעראַטור אויף דער אָפֿענער לופֿט. מע קאָן זאָגן, אַז בעצם איז עס אַ מין פֿײַער — דערצו אַ סך הייסער, ווי אין די געוויינטלעכע כעמישע ברען־רעאַקציעס.
אין די הײַנטיקע עלעקטרישע לעמפּלעך שײַנט אַ לענגלעך אָנגעגליט מעטאַל־פֿעדעמל, אַ קאַלטער גאַז, אַ פֿלואָרעסצענטישער מאַטעריאַל צי אַ ליכט־דיאָד (LED). אַפֿילו שבת איז לאַוו־דווקא אָסור אָנצוצינדן אַ דיאָד־לעמפּל, ווײַל קיין פֿײַער איז דאָרטן זיכער נישטאָ.
פּסול צי כּשר, איז די עלעקטרישע מנורה אַ נײַע דערפֿינדונג. דערפֿאַר פֿרעגט זיך אַ קשיא: ווי אַזוי הייסט אַזאַ זאַך בכלל אויף לשון־קודש? אין ארץ־ישׂראל רופֿט מען עס הײַנט „חנוכּיה חשמלית‟. ביידע ווערטער זענען נישט בנימצא אינעם טראַדיציאָנעלן לעקסיקאָן און זענען אַ בײַשפּיל פֿונעם ממשותדיקן חילוק צווישן דעם קלאַסישן לשון־קודש און דעם הײַנטיקן העברעיִש — פֿאַקטיש, אַ נײַע שפּראַך. מיט 100 יאָר צוריק האָבן די רבנים גערופֿן די עלעקטרע מיטן זעלבן טערמין ווי אויף ייִדיש, ווי מע זעט נאָך אַלץ אין די ספֿרים וואָס גייען אַרויס אין ייִדיש־רעדנדיקע מקומות.
די קענגער פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש ברענגען עס אָפֿט ווי אַ בולטן באַווײַז פֿון דער אַפּיקורסישער דערנידעריקונג מצד אליעזר פּערלמאַן (בן־יהודה) און אַנדערע ציוניסטישע שפּראַך־קאָנסטרוקטאָרן. אין תּנ״ך ווערט „חשמל‟ אָדער „חשמלה‟ דרײַ מאָל דערמאָנט אינעם ספֿר־יחזקאל ווי אַ מיסטעריעזער כּוח, נישט ווי אַ גשמיותדיקע קראַפֿט. בײַם רמב״ם זענען די חשמלים דער זיבעטער ראַנג — אויב מע רעכנט פֿון אונטן — אין דער היעראַרכיע פֿון מלאָכים.
דווקא אין דעם פֿאַל איז אָבער די עטימאָלאָגיע נישט אין גאַנצן אויסגעטראַכט פֿון בויך. אין דער גריכישער ביבל ווערט „חמשל‟ איבערגעזעצט ווי „עלעקטראָן‟. בוכשטעבלעך מיינט עס אַ גאָלדיקע שײַן. די קריסטלעכע קאָמענטאַטאָרן האָבן עס במשך פֿון דורות אויסגעטײַטשט, בהסכּם מיט ייִדן, ווי עפּעס אַ מלאך.
אָנהייב 17טן יאָרהונדערט האָט דער ענגלישער פֿילאָסאָף דזשאָן בייקאָן אויסגענוצט דאָס וואָרט „עלעקטריק‟ אין זײַנע באַשרײַבונגען פֿון דער סטאַטיש־עלעקטרישער צוצי־קראַפֿט. הגם בייקאָן ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ פֿאָטער פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן מעטאָד, איז ער געווען טיף פֿאַרטאָן אין מיסטישע שטודיעס, אַרײַנגערעכנט קבלה. טאָמאַס בראַון, אַן אַנדער בריטישער חכם פֿון יענער תּקופֿה, וועלכער האָט אָנגעהויבן נוצן דעם טערמין electricity איז אויך געווען אַ מיסטיש געשטימטער. קיין סתּירה צווישן די יענוועלטיקע און גשמיותדיקע כּוחות איז פֿאַר ביידע חכמים נישט געווען.
אויפֿן סמך פֿונעם ביבלישן גריכיש־לאַטײַנישן וואָרט, אָפּגעטײַטשט אויפֿן נײַעם וויסנשאַפֿטלעכן שטייגער, האָט דער פּאָעט יהודה־לייב גאָרדאָן אָנגעשריבן אין 1880: „האור, החום, הקיטור, חשמלה, כּל כּוחות הטבֿע הם מלאכי מעלה‟ [דאָס ליכט, היץ, דאַמף, עלעקטרע, אַלע נאַטירלעכע כּוחות זענען מלאָכים פֿון הימל]. זינט דעמאָלט האָט מען אין די משׂכּילישע קרײַזן ביסלעכווײַז אָנגענומען אַזאַ טערמין.
גאָרדאָן האָט געהאַט אין זינען דעם אַשכּנזישן לשון־קודש. כאָטש דער פּאָעט איז געווען אַ וועלטלעכער משׂכּיל, האָט ער מסתּמא נישט געחלומט פֿון אַן עלעקטרישן חנוכּה־לאָמפּ. כּשר צי נישט, זעט עס אויס אומטראַדיציאָנעל און נישט ייִדישלעך. אויב ער וואָלט יאָ געטראָפֿן אַזאַ חידושדיקן מכשיר, וואָלט ער עס באַצייכנט ווי אַ „מנורה של חשמלה‟ — מיטן אַשכּנזישן אַקצענט אויפֿן פֿאַר־לעצטן טראַף. קומט אויס, אַז דער משׂכּילישער העברעיִשער טערמין שיידט זיך אויך אונטער פֿונעם הײַנטיקן „איווריט‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor