פּאַנעל אָפּצומערקן 10טן יאָרצײַט פֿון פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווערPanel will mark 10th yortsayt of poet Abraham Sutzkever
עס וועלן רעדן דרײַ עקספּערטן וואָס האָבן דעם פּאָעט פּערזענלעך געקענט: ד׳׳ר רות ווײַס, ד׳׳ר אירענאַ קלעפּפֿיש און ד׳׳ר באַרבאַראַ הרשבֿ.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם חודש מערקט מען אָפּ צען יאָר זינט עס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער גרויסער פּאָעט, רעדאַקטאָר און געוועזענער פּאַרטיזאַנער אַבֿרהם סוצקעווער. כּדי צו באַטראַכטן זײַן לעבן און די ליטעראַרישע און קולטורעלע ירושה וואָס ער האָט איבערגעלאָזט, וועט דינסטיק, דעם 28סטן יאַנואַר, פֿאָרקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע אין ייִוואָ מיט דרײַ ליטעראַטור־עקספּערטן, וואָס האָבן אים פּערזענלעך געקענט.
עס וועלן אָנטיילנעמען אין דער פּראָגראַם די ליטעראַטור־קריטיקערין ד׳׳ר רות ווײַס, וועמען סוצקעווער האָט אינספּירירט צו ווערן אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; די פּאָעטעסע און איבערזעצערין ד׳׳ר אירענאַ קלעפּפֿיש, און די איבערזעצערין ד׳׳ר באַרבאַראַ הרשבֿ, וואָס צוזאַמען מיט איר מאַן בנימין הרשבֿ ז”ל, האָט איבערגעזעצט הונדערטער פֿון סוצקעווערס לידער אויף ענגליש.
כאָטש סוצקעווער איז אפֿשר הײַנט בעסער באַקאַנט דעם ברייטן עולם ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכע פֿיגור (אַ פּאַרטיזאַנער, דער איינציקער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט עדות געזאָגט אויפֿן נירנבערגער פּראָצעס, אַן אָנפֿירער פֿון דער „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ און אַזוי ווײַטער), וועט דער פּאַנעל דווקא רעדן אויסשליסלעך וועגן זײַן פּאָעזיע. צווישן די טעמעס: וואָס באַטײַט סוצקעווערס שטרעבונג צו בלײַבן אַן אומפּאָליטישער פּאָעט, ניט געקוקט אויף די גרויסע פּאָליטישע ענדערונגען און טראַגעדיעס פֿון זײַן צײַט? ווי אַזוי האָט דער נעאָ־ראָמאַנטיזם געווירקט אויף זײַנע לידער וועגן דער נאַטור? און ווי אַזוי האָבן די פּוילישע דיכטער פֿון זײַן דור געווירקט אויף זײַן סטיל?
אין צוזאַמענהאַנג מיטן פּאַנעל וועט מען פֿאָרלייענען אַ טייל פֿון סוצקעווערס לידער.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען 7 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן קאָסטן 15$.
כּדי צו קויפֿן אַ בילעט, קוועטשט דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
