ווידעאָ: לכּבֿוד דעם נאַציאָנאַלן בייגל־טאָג — בײגל לױטן אַמאָליקן שטײגערVIDEO: Old-fashioned bagels in honor of national bagel day
אַז מע זידט די טייגרינגלעך איידער מע באַקט זיי, ווערן די היימישע בייגל כראָמטשעדיק פֿון דרויסן און ווייך פֿון אינעווייניק.

Graphic by Angelie Zaslavsky
Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all things Yiddish, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.
הײַנט פֿאַלט אויס דער נאַציאַנאַלער בייגל־טאָג און לכּבֿוד דעם „יום־טובֿ‟ שטעלן מיר אַרויף דעם קאַפּיטל „עסט געזונטערהייט‟, אין וועלכן שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאָכנאָוויץ באַקן בייגל לויטן אַמאָליקן שטייגער. דער עיקר איז, אַז מע זאָל זידן די טייגרינגלעך איידער מע באַקט זיי, די בייגל זאָלן זײַן כראָמשטשעדיק פֿון דרויסן און ווייך אינעווייניק.