קינסטלערישע פּראָגראַם לזכר מינאַ בערן צו איר 10טן יאָרצײַטTheater program in memory of Mina Bern upon her 10th yortsayt
שיין בייקער און עלינאָר ריסאַ וועלן זיך טיילן מיט זכרונות פֿון זייער מענטאָרין און חבֿרטע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די ייִדישע אַקטריסע מינאַ בערן, וואָס איז מיט צען יאָר צוריק אַוועק אין דער אייביקייט צו 98 יאָר, איז ניט בלויז געווען אַ באַליבטע פֿיגור בײַ די אָנהענגער פֿונעם ייִדישן טעאַטער, נאָר אויך אַ וויכטיקע וועגווײַזערין און מענטאָרין פֿאַר די קומענדיקע דורות ייִדישע אַקטיאָרן.
מאָנטיק, דעם 23סטן מאַרץ, וועט די אַקטריסע עלינאָר ריסאַ, מיטן אַקטיאָר שיין בייקער, וואָס ביידע זענען געווען מינאַס נאָענטע פֿרײַנד, מיטאַרבעטער און פּראָטעזשעען, זיך טיילן מיט זכרונות וועגן איר און פֿאָרשטעלן אויסצוגן פֿון איר רעפּערטואַר. צוזאַמען מיט זיי וועט אויך אויפֿטרעטן די אַקטריסע לאָרי ווילנער, וואָס האָט געשפּילט אין עטלעכע פֿאָרשטעלונגען מיט מינאַ בערן, אַרײַנגערעכנט דעם גרויסן „בראָדוויי‟־שלאַגער Those Were the Days, וואָס האָט געשילדערט די געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער. דער טרומייט־שפּילער פֿרענק לאָנדאָן וועט באַגלייטן די אַקטיאָרן.
די פּראָגראַם, בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ, הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן זענען 10$ פֿאַרן ברייטן עולם און 5$ פֿאַר די ייִוואָ־מיטגלידער.
מינאַ בערן איז געבוירן געוואָרן ניט ווײַט פֿון ביאַליסטאָק, וווּ זי האָט געהאַט איר טעאַטראַלישן דעביוט. לכתּחילה האָט זי געהייסן מינאַ בערנהאָלץ, נאָר זי האָט געביטן דעם נאָמען לויט דער עצה פֿון איר קרובֿ, דעם דראַמאַטורג און רעזשיסאָר משה בראָדערזאָן. אַכציק יאָר לאַנג האָט זי געשפּילט אויף דער ייִדישער בינע — אין ניו־יאָרק, אין פּוילן, אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אין לאַטײַן־אַמעריקע און אַפֿילו אין אַפֿריקע. משה אוישער, מיט וועמען זי איז אויפֿגעטראָטן אין עטלעכע ספּעקטאַקלען, האָט זי באַצייכנט ווי „די פֿרוי פֿון טויזנט מינעס‟. נאָך מער וועגן איר פֿילפֿאַרביקן לעבן קען מען זיך דערוויסן פֿון אָט דעם רעפֿעראַט, וואָס שיין בייקער האָט געהאַלטן אויף ייִדיש אין שוועדן, וואָס מע האָט שפּעטער טראַנסמיטירט אויף דער שוועדישער טעלעוויזיע.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
