Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מוהל און פּאַרטיזאַנער, הרבֿ אַבֿרהם כּהן, ניפֿטר געוואָרן פֿון קאָראָנאַ־ווירוסRespected mohel and partisan Rabbi Avrohom Cohen Dies of coronavirus

הײַיאָר אויפֿן 75סטן יאָרטאָג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, האָט הרבֿ אַבֿרהם כּהן ז״ל איבערגעגעבן די תּפֿילה פֿאַרן רעפּרעזענטאַנטן־הויז

ר׳ אַבֿרהם „ראָמי‟ כּהן, אַ באַקאַנטער מוהל וואָס האָט געקעמפֿט ווי אַ פּאַרטיזאַנער קעגן די נאַציס אין טשעכאָסלאָוואַקײַ, איז דינסטיק ניפֿטר געוואָרן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס אין ניו־יאָרק, האָט איבערגעגעבן די אָנלײַן־צײַטונג, „ישיבֿה־וואָרלד‟. ר׳ אַבֿרהם איז געווען 92 יאָר אַלט.

זײַן ברודער, הרבֿ שלמה כּהן, איז דער הויפּט־רבֿ פֿון מעלבורן.

מיט אַ חודש צוריק האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס פֿאַרבעטן ר׳ אַבֿרהם איבערצוגעבן אַן עפֿנטלעכע תּפֿילה בעת אַ צערעמאָניע אָפּצומערקן דעם 75סטן יאָרטאָג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ וואָס מע קען זען אויף דעם ווידעאָ.

ר׳ אַבֿרהם איז געבוירן געוואָרן אין 1929 אין פּרעשבאָרג (בראַטיסלאַווע), טשעכאָסלאָוואַקײַ. זײַנע עלטערן זענען געווען פֿאַרמעגלעכע געשעפֿטסלײַט און אָנגעזעענע מנדבֿים אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה.

ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין טשעכאָסלאָוואַקײַ אין 1942 האָבן ראָמיס טאַטע־מאַמע אים אַרויסגעשמוגלט קיין אונגערן וווּ די דײַטשן האָבן נאָך נישט געהאַט אָנגעקומען. דאָרט האָט דער יונגער בחור זיך געלערנט אין דער פּופּער ישיבֿה. באַלד זענען די דײַטשן אָבער אויך אַרײַן אין אונגערן, האָט ראָמי זיך אומגעקערט קיין טשעכאָסלאָוואַקײַ און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער גרופּע. כאָטש ער איז געווען בלויז 16 יאָר אַלט האָט ער געהאָלפֿן ראַטעווען 56 משפּחות און איז שפּעטער באַלוינט געוואָרן מיטן „מעדאַל פֿונעם זילבערן שטערן‟ — דער דריט־העכסטער אָרדן פֿאַר בראַווקייט אויסגעטיילט פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי.

ראָמיס מאַמע, צוויי שוועסטער און צוויי ברידער זענען אומגעקומען אין קאָנצענטראַציע־לאַגער. אין 1950 איז ראָמי אָנגעקומען אין קאַנאַדע און דערנאָך האָט ער זיך איבערגעצויגן קיין ברוקלין, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט זײַן צוקונפֿטדיקער פֿרוי, מאַלווינע. ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער בוי־אינדוסטריע און געוואָרן אַ הצלחהדיקער אונטערנעמער פֿון אַ פֿירמע וואָס האָט במשך פֿון די יאָרן געבויט 3,500 הײַזער אין סטאַטען־אײַלענד.

במשך פֿון די יאָרן האָט ראָמי אויך געדינט ווי אַ מוהל, און דורכגעפֿירט טויזנטער ברית־מילהס, נישט בעטנדיק קיין געלט דערפֿאַר.

ר׳ ראָמי האָט אויך אָנגעשריבן צוויי ביכער: The Youngest Partisan, וווּ ער דערציילט וועגן זײַנע איבערלעבונגען בעת דעם חורבן און אַ צווייט בוך, וועגן דעם ריבניצער רבין.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.