Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טויטפֿאַלן צוליב קאָראָנאַ־ווירוס שטײַגן בײַ ייִדישע אָרעמע לײַטCoronavirus-related deaths on the rise among the Jewish poor

מיט אַ וואָך צוריק האָט די “היברו פֿרי בעריעל אַסאָסיִיישאָן” דורכגעפֿירט 11 לוויות, אין פֿאַרגלײַך מיט זעקס אָדער זיבן ווי געוויינטלעך.

אַ ייִדישע קבֿורה־אָרגאַניזאַציע האָט לעצטנס אָנגעגעבן אויף נאָך פֿאָנדן, פּרוּוונדיק מיט אַלע כּוחות צו דעקן די שטײַגנדיקע הוצאָות פֿאַרבונדן מיטן קאָראָנאַ־ווירוס: בעסערע באַשיץ־אויסשטאַטונג, מער קבֿרים־ערטער און מער מענטשן צו אַראַנזשירן די לוויות.

דער 132־יאָריקער חסד־של־אמת פֿאַרבאַנד „היברו פֿרי בעריעל אַסאָסיִיישאָן‟, וואָס אַראַנזשירט די קבֿורות פֿון אָרעמע ייִדן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, ריכט זיך אַז במשך פֿון די קומעדיקע עטלעכע וואָכן וועט מען דאַרפֿן באַערדיקן 120 מער מענטשן ווי געוויינטלעך.

מיט אַ וואָך צוריק האָט די אָרגאַניזאַציע דורכגעפֿירט 11 לוויות, אין פֿאַרגלײַך מיט זעקס אָדער זיבן ווי אין אַ געוויינטלעכער וואָך, האָט דערקלערט די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, איימי קאָפּלאָוו. צום ווייניקסטן פֿינעף פֿון די מתים וואָס מע האָט מקבר געווען זענען געשטאָרבן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס. „די שטײַגנדיקע צאָל טויטפֿאַלן צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס איז שוין געוואָרן אַ גרויסער עול אויף אונדזער יערלעכן בודזשעט,‟ האָט זי געזאָגט.

בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס האָט קאָפּלאָוו, אַרבעטנדיק אין דער אָרגאַניזאַציעס ביוראָ אין דרום־מאַנהעטן, דערקלערט אַז די נײַע, שטרענגערע זיכערהייט־פֿאָדערונגען וואָס ס׳האָט לעצטנס אָנגענומען דער „נאַציאָנאַלער חבֿרה־קדישא פֿאַרבאַנד‟ האָבן במילא געהעכערט די הוצאָות פֿון אַ טראַדיציאָנעלער קבֿורה. די אָרגאַניזאַציע דאַרף, למשל, באַצאָלן 3,400$ פֿאַר אַ בעסערער באַשיץ־אויסשטאַטונג פֿאַר אירע אַרבעטער, און די פֿירמע וואָס פֿאַרקויפֿט די אויסשטאַטונג פֿאָדערט אַז מע זאָל טאַקע תּיכּף באַצאָלן דערפֿאַר. דער העכערער פּרײַז שפּיגלט אָפּ, צום גרויסן טייל, דער העכערער פּרײַז פֿון די סאָפֿיסטיצירטע N-95 רעספּיראַטאָרן, „וואָס קאָסטן 135$ אַ שטיק אַנשטאָט די ביליגערע וואָס מיר קויפֿן געוויינטלעך,‟ האָט קאָפּלאָוו געזאָגט.

„די הוצאָות פֿון אונדזערע קבֿורות זענען געוואָרן שרעקלעך הויך,‟ האָט זי צוגעגעבן.

אין אַ געוויינטלעכן יאָר באַטרעפֿט דער בודזשעט פֿונעם „היברו פֿרי בעריעל אַסאָסיִיישאָן‟ 2.7 מיליאָן דאָלאַר. אַ העלפֿט קומט פֿון פּריוואַטע בײַשטײַערס. קאָפּלאָוו פֿאָרשט איצט אויס עטלעכע אַנדערע קוואַלן פֿון פֿאָנדן אָבער מוז אַרבעטן וואָס גיכער, איצט אַז די עפּידעמיע האָט זיך לעצטנס אַזוי שטאַרק פֿאַרשפּרייט. אַ בליצבריוו וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט באַקומען, דעם 20סטן מאַרץ, פֿונעם ניו־יאָרקער ביוראָ פֿונעם הויפּט־פּאַלמעסער, האָט גערופֿן די שטאַט־ליצענצירטע לוויה־אונטערנעמערס צו פֿאַרזיכערן אַז, במשך פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס־קריזיס, זאָל מען ווײַטער אַריבערברענגען די מתים אין די געהעריקע אינסטאַנצן.

דער הויפּט־פּאַלמעסער שאַצט אַז מע וועט דאַרפֿן איבערפֿירן 5,000 מתים פֿון מושבֿ־זקנימס, שפּיטאָלן, תּפֿיסות, באַנען און אויטאָבוסן אין די פֿאָרענסישע פּאַטאָלאָגיע־צענטערס אין מאַנהעטן, קווינס און ברוקלין. יעדער „טראַנספּאָרט‟ וועט קאָסטן 300$. אין פֿאַרגלײַך מיט די נישט־פּראָפֿיטיקע לוויה־זאַלן, וואָס דעקן די הוצאָות פֿאַר פּריוואַטע קונים, וועט די „היברו פֿרי בעריעל אַסאָסיִיישאָן‟ דאַרפֿן אַליין דעקן די הוצאָות פֿאַר די פּראָצעדורן.

קאָפּלאָוו זאָרגט זיך אַז איצט אַז אַ צאָל ניו־יאָרקער וועלן פֿאַרלירן די שטעלעס וועלן זיי נישט קענען אויספֿירן צו באַצאָלן אויף אַ וויזיט צום דאָקטער, צי דאָס איז צוליב אַ כראָנישן געזונט־מצבֿ אָדער כּדי צו לאָזן זיך מאַכן טעסטן פֿאַרן קאָראָנאַ־ווירוס. דער דראַמאַטישער אויפֿשטײַג פֿון אַרבעטלאָזיקייט וועט אפֿשר גורם זײַן נאָך מער קבֿורות וואָס די אָרגאַניזאַציע וועט דאַרפֿן דורכפֿירן.

„מיר נייטיקן זיך אין הילף וואָס גיכער,‟ האָט קאָפּלאָוו געזאָגט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.