קבֿורה־געזעלשאַפֿט פֿאַר אָרעמע ייִדן קויפֿט פֿרידזשידער־טריילער צוליב אָנגעזאַמלטע מתיםFree burial society buys refrigerated trailer to hold pandemic’s backlog of bodies
מע האָט געמיינט אַז אַן איבעריקער פֿרידזשידער פֿאַר פֿיר מתים וואָלט געקלעקט אָבער ס׳איז ווײַט ניט געווען גענוג.
די געזעלשאַפֿט וואָס שטעלט צו טראַדיציאָנעלע לוויות פֿאַר ייִדן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל האָט לעצטנס געדאַרפֿט קויפֿן אַ ריזיקן טריילער, כּדי צו האָבן וווּ צו לייגן די קערפּערס פֿון די וואָס זענען געשטאָרבן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.
אַן „אומאָפּהענגיקער מאָרג“, וואָס קען אָננעמען פֿיר מתים — בעצם אַ גרויסער פֿרידזשידער — איז ניט געווען גענוג אַרײַנצונעמען די איבעריקע מתים, וואָס די Hebrew Free Burial Association האָט געדאַרפֿט אָננעמען. איימי קאָפּלאָוו, די דירעקטאָרשע פֿון דער אָרגאַניזאַציע און איר פֿאַרוואַלטונג האָבן לכתּחילה געמיינט, אַז דער „אומאָפּהענגיקער מאָרג“ וואָלט געקלעקט צו האַלטן די איבעריקע קרבנות פֿון דער עפּידעמיע. זינט דעם 16טן מאַרץ, האָט די Hebrew Free Burial Association באַקומען מתים פֿון 110 ייִדן, וואָס האָבן ניט געהאַט דאָס געלט, מע זאָל זיי קענען ברענגען צו קבֿר־ישׂראל אויף אַ געהעריקן אופֿן, מיט טהרה און רחצה. אין אַ געוויינטלעכן חודש ברענגט די אָרגאַניזאַציע אַרום 30 ייִדן צו קבֿר־ישׂראל.
יענער „אומאָפּהענגיקער מאָרג“ איז אָבער ווײַט ניט געווען גענוג. די אָרגאַניזאַציע האָט איצט אַ פֿרידזשידער־טריילער מיט אַ לענג פֿון פֿערציק פֿוס וואָס מע האָט פּאַרקירט פֿאַר דעם „מאַונט־ריטשמאָנד־בית־עולם“ אויף סטעטן־אײַלענד. מיטן טריילער האָפֿט מען אויסצומײַדן די סכּנה, אַז די איבעריקע מתים וועלן איבערגעפֿירט ווערן אין שפּיטאָל־מאָרגן, און דערנאָך אין צווינטערס (נישט־ייִדישע בית עולמס) פֿאַר אָרעמע לײַט. אין הסכּם מיט דער הלכה שטרעבט די אָרגאַניזאַציע צו באַגראָבן די מתים וואָס גיכער.
די Hebrew Free Burial Association איז געגרינדעט געוואָרן מיט 132 יאָר צוריק כּדי צו העלפֿן די אָרעמע ייִדישע אימיגראַנטן. הײַנט ברענגט זי צו קבֿר־ישׂראל יענע אָרעמע ייִדן וועמענס משפּחות קענען ניט אויספֿירן אַ געהעריקע לוויה, ווי אויך די וואָס האָבן בכלל ניט קיין קרובֿים.
דער טריילער, וואָס איז פֿאַבריצירט געוואָרן פֿון דער לופֿטקילונג־פֿירמע „קאַריער“, באַקומט עלעקטריע פֿון אַ דיזל־גענעראַטאָר. ס׳איז כּמעט דער זעלביקער מין טריילער ווי די 85 אַנדערע, וואָס ”פֿימאַ“ — די פֿעדעראַלע אַגענטור פֿאַר נויטפֿאַלן — האָט לעצטנס איבערגעגעבן די ניו־יאָרקער און לאָנג־אײַלענדער שפּיטעלער.
„סע פֿאַלט שוין די צאָל מענטשן אין דער שטאָט ניו־יאָרק וואָס מע פֿירט אין שפּיטאָל, אָבער די צאָל מענטשן וואָס שטאַרבן יעדן טאָג ווערט נאָך אַלץ ניט קלענער,“ האָט די דירעקטאָרשע געזאָגט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO