Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ העברעיִשער חורבן־ראָמאַן אָנגעשריבן בסוד אין ראַטן־פֿאַרבאַנדA Hebrew Holocaust novel written secretly in the Soviet Union

צבֿי פּרײגערזאָנס בוך, „װען די מנורה גײט אױס‟, איז אַ חסידישער משל, פֿאַרװיקלט אינעם לײַװנט פֿון אַ רעאַליסטישן ראָמאַן.

צבֿי פּרײגערזאָן (1900 – 1969) האָט געפֿירט אַ צװײ־פּנימדיק לעבן. בײַ טאָג — אַ בכּבֿודיקער פּראָפֿעסאָר פֿון שאַכטע־אינזשענעריע אין אַ מאָסקװער לערן־אינסטיטוט, און בײַ נאַכט — בסוד געשריבן ליטעראַרישע װערק אױף העברעיִש. די סאָװעטישע מלוכה האָט געהאַלטן העברעיִש פֿאַרן לשון פֿונעם ציוניסטישן שׂונא און ניט דערלאָזט קײן שום טעטיקײט אױף דער שפּראַך. בעת די סטאַליניסטישע רדיפֿות צװישן 1949 און 1956 האָט פּרײגערזאָן פֿאַרבראַכט כּמעט זיבן יאָר אין אַ תּפֿיסה־לאַגער פֿאַר זײַן „פֿאַרברעכן‟ פֿון שרײַבן אױף העברעיִש. ער איז אָבער געװען אַ חשובֿער מומחה אױף זײַן טעכנישן פֿאַך, האָט מען אים געלאָזט לערנען אינזשענעריע.

פּרייגערזאָנס נאָענטקייט צו העברעיִש האָט זיך אָנגעהויבן ווען ער האָט צו דרײַצן יאָר פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין ארץ־ישׂראל, װי אַ תּלמיד אין דער הרצליה־גימנאַזיע אין תּל־אָבֿיבֿ. זומערצײַט 1914 איז ער געפֿאָרן אױף אַ װאַקאַציע אין זײַן װאָלינער הײמשטאָט שעפּעטיװקע, און זינט דעמאָלט האָט ער זיך מער ניט אומגעקערט צו זײַנע לימודים. די ערשטע װעלט־מלחמה האָט אָפּגעריסן ארץ־ישׂראל פֿון רוסלאַנד. נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָט פּרײגערזאָן שטודירט אױף שאַכטע־אינזשענער, און מער שױן ניט געהאַט קײן מעגלעכקײט צו פֿאַרלאָזן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

אין די 1920ער יאָרן האָט פּרײגערזאָן נאָך געמעגט דרוקן זײַנע ליטעראַרישע װערק אױף העברעיִש אין ארץ־ישׂראל, אָבער אין די 1930ער יאָרן איז דאָס שױן געװאָרן געפֿערלעך. ערשט סוף־1950ער יאָרן האָט ער געקענט אַריבערשמוגלען זײַנע װערק קײן ישׂראל און זײ זײַנען אַרױס אונטערן פּען־נאָמען „א. צפֿוני‟ (אַ צפֿונדיקער). זינט די 1990ער יאָרן זײַנען זײַנע װערק אַרױס אין רוסלאַנד אין רוסישע איבערזעצונגען, און איצט, סוף־כּל־סוף, איז זײַנער אַ ראָמאַן דערשינען אױף ענגליש אױך.

אױף העברעיִש איז דער ראָמאַן אַרױס אין ישׂראל אין 1966 אונטערן קעפּל „אש התּמיד‟ (דאָס אייביקע פֿײַער), אָבער פֿאַר דער ענגלישער איבערזעצונג האָט מען גענומען דעם מחברס אײגענעם טיטל, „װען די מנורה גײט אױס‟ („בדעוך המנורה‟), װאָס פּאַסט בעסער צו צו דעם זינען פֿונעם ראָמאַן. די מעשׂה קומט פאָר אין דער שטאָט האַדיטש (אָדער האָדיטש) אין אקוראַיִנע, באַקאַנט צוליב דעם קבֿר פֿון „דעם אַלטן רבין‟, ר’ שניאור זלמן פֿון ליאַדי, דעם גרינדער פֿון דער חסידישער בראַנזשע חב״ד. אין דעם „אַלטן רבינס‟ אוהל, אױף דעם האַדיטשער בית־עולם, האָט געברענט אַ נר־תּמיד, און חסידים האָּבן געגלױבט, אַז כּל־זמן דאָס ליכט ברענט, היט דער אַלטער רבי אָפּ די שטאָט מיט אירע ייִדן.

פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה פֿלעגט פּרײגערזאָן מיט זײַן משפּחה פֿאַרברענגען די זומער־װאַקאַציעס אין האַדיטש. דאָ האָט ער זיך באַקענט מיט אָרטיקע תּושבֿים. אין 1944 האָט ער װידער באַזוכט די שטאָט און אָנגעהױבן צו זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַר אַ ראָמאַן װעגן דעם חורבן. דער ערשטער טײל פֿון זײַן ראָמאַן שילדערט דאָס לעבן אין אַ קלײנער פּראָװינץ־שטאָט אין דער סאָװעטישער אוקראַיִנע ערבֿ דער מלחמה. ייִדן און אוקראַיִנער, אַלטע און יונגע, פֿרומע און װעלטלעכע, לעבן דאָ פֿרײַנדלעך און בשלום. די יונגע לײַט שפּילן ליבעס, בעת דער עלטערער דור גיט זיך אָפּ מיט באַלעבאַטישע עסקים. פּרײגערזאָן האָט זיך ניט געדאַרפֿט צופּאַסן צו דער סאָװעטישער צענזור, װײַל זײַן בוך װאָלט מען סײַ־װי־סײַ ניט אַרױסגעלאָזט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און דאָך זײַנען זײַנע שילדערונגען פֿונעם סאָװעטישן לעבנסשטײגער אין די 1930ער יאָרן גאַנץ אידיליש. מסתּמא שפּיגלען זײ אָפּ זײַנע זכרונות פֿון דער גליקלעכער צײַט פֿאַר דער מלחמה, װען ער איז נאָך געװען יונג און האָט געמאַכט אַ קאַריערע װי אַן אינזשענער.

דער מחבר באַקענט דעם לײענער בהדרגה מיט די העלדן. דער ייִנגערער דור האָט ניט קײן אינטערעס צו ייִדישקײט, אָבער די עלטערע ייִדן פֿאַרבלײַבן נאָך גאַנץ פֿרום. אײנער פֿון זײ, ר’ אהרן גינצבורג, איז דער שומר בײַם אַלטער רבינס אוהל און האַלט אונטער דעם נר־תּמיד. אַן אַנדער חשובֿער פֿאָרשטײער פֿונעם עלטערן דור איז אַ ציוניסט. די דײַטשן באַפֿאַלן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד דעם 22טן יוני 1941, װען דער זומער־סעזאָן איז אין סאַמע בלי. יעדער אײנער דאַרף באַשליסן — בלײַבן אָדער אַנטלױפֿן. משפּחות װערן צעשפּאָלטן, קינדער װערן אָפּגעריסן פֿון זײערע עלטערן, מענער װערן מאָביליזירט אין דער רױטער אַרמײ און זײערע פֿרױען בלײַבן אַלײן מיט די קינדער. די באַציִונגען מיט דער אָרטיקער אוקראַיִנער באַפֿעלקערונג װערן אַלץ מער געשפּאַנט. אײניקע אוקראַיִנער װאַרטן אױף די דײַטשן כּדי צו באַראַבעװען דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס.

פּרײגערזאָן איז אַ מײַסטער פֿון שטײגערישע פּרטים. ער באַשרײַבט באַריכות כּלערלײ מאכלים; זײַנע נאַטור־בילדער זײַנען רײַך און פֿאַרביק, און זײַנע פּסיכאָלאָגישע פּאָרטרעטן אַנטפּלעקן די קאָמפּליצירטע פּערזענלעכקײטן פֿון זײַנע העלדן. זינט 1913 האָט פּרײגערזאָן ניט געוווינט אין אַ לעבעדיקער העברעיִש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. ער האָט געשעפּט זײַנע שפּראַך־קענטענישן פֿון ביכער, און גענוצט אַ היפּשע צאָל אױסדרוקן פֿונעם תּנ״ך און אַלטע ספֿרים. זײַן העברעיִש קלינגט אַ ביסל פֿאַרעלטערט, און צוליב דעם האָט מען פֿאַרגליכן זײַן סטיל מיט די שרײַבער שמואל יוסף עגנון און חיים הזז. די ענגלישע איבערזעצונג האָט אָפּגעהיט דעם דאָזיקן טעם. צומאָל גיט דאָס צו אַן אײגנאַרטיקן חן, צומאָל אָבער קלינגט דער ענגלישער סטיל אַ ביסל שװערלעך.

הינטער דער רעאַליסטישער דערצײלערישער שיכט פֿונעם ראָמאַן שטעקט אַ משל, װאָס האָט צו טאָן מיט דעם סימבאָלישן זין פֿונעם קעפּל. װעט טאַקע דער אַלטער רבי ראַטעװען די ייִדן פֿון האַדיטש בעת־צרה? זאָל די דאָזיקע פֿראַגע בלײַבן ניט פֿאַרענטפֿערט, כּדי צו דערמוטיקן דעם לײענער איבערצולײענען דעם ראָמאַן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version