אונדזערע לעצטע טעג אין קאָוונעOur last days in Kovne
זעענדיק ווי דער יאַפּאַנישער קאָנסול, טשיונע סוגיהאַראַ, העלפֿט פּוילישע ייִדן אַנטלויפֿן, האָט איבערצײַגט דעם מחברס משפּחה אַליין צו מאַכן פּליטה.
95% ליטװאַקעס זײַנען אומגעקומען בעת דעם חורבן. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל, מיכל יאַנקיווסקי, איז צװישן די 5% וואָס זענען געבליבן לעבן.
אַ געבוירענער אין 1926 אין קאָוונע, האָט ער אין 1941 פֿאַרענדיקט די ייִדישע גימנאַזיע אױף שלום־עליכמס נאָמען. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט קיין ליטע (ווילנע) וווּ ער איז געוואָרן אַן אָנגעזעענער עקאָנאָמיסט און געווען אַקטיוו בײַם פֿאַרשפּרייטן ייִדישע קולטור. זיך געדרוקט אויף ייִדיש אין „סאָװעטיש הײמלאַנד“ (מאָסקװע) און „פֿאָלקס־שטימע“ (װאַרשע). אױך פּובליקירט אַרטיקלען אין דער ליטװישער און רוסישער פּרעסע אױף ייִדישע טעמעס. אין 1990 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל און אין 1993 געגרינדעט אַ ייִדיש־קלוב אין זײַן שטאָט, חדרה וואָס איז עד־היום אַקטיוו.
אין 2012 האָט דער ה. לייוויק־פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין תּל־אָבֿיבֿ אַרויסגעלאָזט יאַנקיווסקיס בוך, „אַ צוריקבליק אויפֿן גורל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום‟, וואָס האָט געוווּנען אַ פּרעמיע פֿונעם „יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד“. דער אָ אַרטיקל איז אַן אויסצוג פֿון יענעם בוך.
אָנהײב 1941. די פּאָליטישע אַטמאָספֿער אין אײראָפּע איז זײער געשפּאַנט. נאַצי־דײַטשלאַנד נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּױלן איז אין אַ קריגס־צושטאַנד מיט פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. די סאָװעטן האָבן נאָר װאָס פֿאַרענדיקט די מיאוסע אַגרעסיע קעגן פֿינלאַנד און באַשײַמפּערלעך באַװיזן, אַז זײ הינקען אונטער מיליטעריש. בײדע אַכזריותדיקע זעלבסטהערשער סטאַלין און היטלער האָבן זיך צונױפֿגערעדט און דאָס פֿאַרפֿיקסירט אין מנוּװלדיקן ריבענטראָפּ-מאָלאָטאָװ־פּאַקט. די 240 טױזנט ליטװישע ייִדן און די גרױסע צאָל ייִדן, אַנטלאָפֿענע פֿון אָקופּירטן פּױלן האָבן געהאָפֿט, אַז זײ קענען זײַן רויִק. זײ זײַנען דאָך פֿון זומער 1940 אונטער די פֿליגלען פֿון אַ פֿרײַנדלעכער גרױסמאַכט. זײ האָבן דאַן נישט געװוּסט דעם ריכטיקן פּרצוף פֿון בלוטיק־טאָטאַליטאַרן רעזשים און אים געגלײבט. יענער האָט טאָג־טעגלעך אָפּגעטאָן הינטישע שטיק און פֿאַרבלענדט די אױגן, באַקנדיק ליגנס, װי בײגלעך.
דער ערשטער טאַט פֿון נײַעם רעזשים האָט ליקװידירט די פֿרײַע פּרעסע און הערמעטיש פֿאַרמאַכט די אַרױספֿאָר־גרענעצן. פֿריִער האָבן די מאַסן געשעפּט די לעבנס־װיכטיקע אינפֿאָרמאַציעס אין די היגע צײַטונגען. האָט מען שױן אין די ערשטע שעהען פֿון אַרײַנדרונג אַרעסטירט אונדזערע גדולים — אַלע רעדאַקטאָרן נישט־קאָמוניסטן: זלמן רײזען, ראובֿן רובינשטײן א”אַ.
איר זאָלט נישט מײנען, אַז די אָנגעזעענע עסקנים זײַנען אַרױסגעטראָטן אַנטי־סאָװעטיש. זײ האָבן אַרױסגעזאָגט װאָס זײער מענטשלעכער געװיסן און ייִדישער פּאַטריאָטיזם האָבן זײ דיקטירט, געשריבן װאָס איז געװען אין דער װירקלעכקײט און פֿאַר דעם האָט די קרעמלער קליקע מורא געהאַט װי פֿאַרן מלאך־המװת. די הײמישע משרתים פֿון די מאָסקװער באַלעבאַטים האָבן געקאָרמעט דעם עולם מיט בלאָף־אַגיטאַציע װעגן גן־עדן, װאָס עס האָבן געבראַכט די „באַפֿרײַער“. דערפֿאַר האָט מען נישט געװוּסט װאָס באמת טוט זיך אױף גאָטס װעלט. דערװײַל איז די רעאַליטעט געװען אַזאַ — דעם טײַװלס זײגער האָט זיך שױן אימפּעטפֿול באַװעגט צו דער שרעקלעכסטער װעלט־מלחמה. גאָר אין גיכן װעלן די היטלעריסטן דיסלאָצירן זײער אַרמײ אױף די מיזרח־גרענעצן, דערונטער לעבן אונדז אין פּרײַסן.
און אָט אין דעם פֿאַטאַלן מאָמענט האָט פּאַסירט אַ נס. אַן ערך צװײ טױזנט פּױלישע פּליטים האָבן באַקומען אַ מעגלעכקײט עמיגרירן און דערמיט אױסגעמיטן דעם פֿאָרשטײענדיקן נאַציסטישן גיהנום. דאָס איז צו שטאַנד געקומען אַ דאַנק דעם ריטערלעכן אַקט פֿון דעם יאַפּאַנישן דיפּלאָמאַט — דעם „יאַפּאַנישן װאָלענבערג“, װי מען האָט אים שפּעטער אָנגערופֿן, טשיונע סוגיהאַראַ]. ער איז דעמאָלט געװען דער קאָנסול פֿון זײַן לאַנד אין ליטע. אױף אײגענעם אַחריות האָט ער אַרױסגעגעבן טראַנזיט־װיזעס אַרױסצופֿאָרן פֿון קאָװנע אױפֿן װײַטן מיזרח. װעגן דעם ענין װײסט די גאַנצע ייִדישע װעלט, װײַל דאָס איז באַריכות געװען באַלױכטן אין די קאָמוניקאַציע־מיטלען. אַצינד איז די מעשׂה — געזען און געהערט.
דאָס ליטװישע ייִדנטום האָט זײער װאַרעם אױפֿגענומען די טױזנטער ייִדישע פּליטים, װעלכע האָבן געשטראָמט אַהין נאָך היטלערס אָנפֿאַל אױף פּױלן. עס איז געװען אײַנגעשטעלט, אַז יעדע ייִדישע משפּחה דאַרף צװײ מאָל אין װאָך אײנעם פֿון זײ אױפֿנעמען אױף מיטיק. צו אונדז פֿלעגט קומען אַ יונגער־מאַן פֿון װאַרשע אין עלטער פֿון 28-25 יאָר. ער איז גאָר גיך געװאָרן אַן אײגענער, מען פֿלעגט זיך טײלן מיט אים מיט אַלע איבערלעבענישן, ער פֿלעגט פֿאָרלײענען פֿאַר אונדז זײַן מוטערס בריװ, באַקומענע פֿון דער הײם. די שילדערונגען װעגן דער לאַגע פֿון די ייִדן אין אָקופּירטער װאַרשע האָבן אױף די עלטערן און מיר, דעם גימנאַזיסט פֿון 9טן קלאַס, געמאַכט אַ שװערן אײַנדרוק. הערט נאָר: די מענער היטן זיך צו באַװײַזן אין גאַס, זײַן מוטער און די שװעסטער אין געװיסע שעהען גײען אַרױס עפּעס אײַנקױפֿן און נאָך פֿינצטערע זאַכן!
אין קאָװנע האָט מײַן פֿאַמיליע געלעבט אױף אַ זײַטיקער פֿאַרגרינטער גאַס. לעבן האָט זיך געפֿונען מײַן פֿאָטערס אַרענדירטע גערטנערײַ. ער איז געװען אין ליטע דער אײנציקער ייִד אַ בלומענציכטלער. ער איז דערמאָנט אין זאַמלבוך „ליטע“ (1951, נ”י). אין דער גאַס, װאָס איז געװען מער ענלעך אױף אַ באַבלומטן פּאַרק, זײַנען אײַנגעשטאַנען עטלעכע אױסלענדישע קאָנסולאַטן. די ייִדישיסטישע שלום־עליכם־גימנאַזיע, װוּ איך האָב זיך געלערנט, האָט זיך געפֿונען אין אַלטשטאָט, דורכױס אַ באַפֿעלקערטע מיט ייִדן.
בײַם אומקערן זיך אַהײם נאָך די לימודים איז מיר אױסגעקומען פֿאַרבײַגײן דעם יאַפּאַנישן קאָנסולאַט. אַנדערש מאָל איז מיר טשיקאַװע געװען צו קוקן װי דער קאָנסול האָט זיך געשפּילט מיט זײַנע צװײ ייִנגלעך (ייִנגערע פֿון מיר) אין פּילקע. מײַן פֿאָטער אַבֿרהם יאַנקיװסקי איז געװען פּערזענלעך באַקאַנט מיטן קאָנסול. ער פֿלעגט פֿלאַנצן בלומען אַרום דעם קאָנסולאַט־בנין און געשמועסט האָט ער מיט אים אױף רוסיש.
אײן טאָג אַ סורפּריז — לעבן קאָנסולאַט שטײט אַ לאַנגע רײ פֿון פּױלישע ייִדן־פּליטים, ס’רובֿ מיט בערד און שװאַרצע קאַפּאָטעס. אַזױ האָט זיך דאָס געצױגן עטלעכע װאָכן. אַ געװיסן טאָג איז דער יונגער־מאַן אַ צערודערטער אַרײַנגעלאָפֿן צו מײַן טאַטן מיט אַ בקשה: „טײַערער אַבֿרהם, נאָר איר קענט מיר העלפֿן. דער קאָנסולאַט שטעלט אָפּ דאָס אַרױסגעבן װיזעס און מײַן רײ איז אַזױ װײַט!“ בײַם װאַרשעװער פּליט האָט אױפֿגעבליצט אַן אײַנפֿאַל: מײַן פֿאָטער זאָל אים מיטנעמען װי אַן אַרבעטער, פֿאַרשטײט זיך ניט אױפֿן אינטעליגענטישן אופֿן דורכן פֿאָדערשטן אַרײַנגאַנג…
גערעדט און געטאָן. דער פּליט מיט צװײ עמערס אין בײדע הענט און דער פֿאָטער פֿאָרױס זײַנען דורך דער קיכטיר דירעקט אַרײַן צום קאָנסול און די זאַך איז געװאָרן דערלײדיקט. אין גיכן האָבן מיר דעם װאַרשעװער בחור אַרױסבאַגלײגט מיט הײסע גליקװוּנטשן ער זאָל מצליח זײַן. דעם אמת געזאָגט האָט דאָס דאַן אױסגעזען מאָדנע װי איצט דאָס שיקן אַ פֿאָרש־אַפּאַראַט אױפֿן מאַרס…
אַלע יאָרן האָב איך נישט פֿאַרגעסן, אַז איך האָב צו פֿאַרדאַנקען דעם פּליט, װאָס איך האָב זיך באַצײַטנס אָפּגעטראָגן פֿון דער היטלעריסטישער בעסטיע. דעמאָלט אין ערגסטן חלום האָט קײנער זיך נישט געקענט פֿאָרשטעלן דעם צוקונפֿטיקן קאָשמאַר. דאָך האָט זיך אײַנגעקריצט אין מוח די װילדקײט און הפֿקר לגבי די ייִדן אין דײַטשיש־אָקופּירטן פּױלן. דעם 22סטן יוני 1941 איז נאַצי־דײַטשלאַנד באַפֿאַלן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָס ראַטעװען זיך פֿון זײערע נעגל איז ממש געגאַנגען אין שעהען. טאַטע־מאַמע האָבן גענומען זיך אַמפּערן; די מוטער האָט זיך דערמאָנט אָן „די גוטע דײַטשן פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה“. דער טאַטע האָט געטענהט, אַז אונדזערע שכנים — ליטװינער װעלן העלפֿן, זײ זײַנען טאַקע געװען אָרנטלעכע מענטשן. איך האָב זיך צעשריִען: „פֿון בריװ, װעלכע מען האָט פֿאַר אײַך געלײענט דרינגט אַרױס, אַז מיך װאַרט אַ תּפֿיסה. פֿאַר װאָס קומט דאָס מיר, איך האָב אַפֿילו אַ פֿליג נישט דערהרגעט. אָדער מיר לױפֿן, אָדער איך װעל בעסער זיך אױפֿהענגען!“
דערהערט אַזעלכע דיבורים פֿון בן־יחיד האָט די מוטער אין אַ פּינטל מיטן אױג גענומען פּאַקן טשעמאָדאַנען. בקרובֿ זײַנען מיר שױן געװען אױף דער קאָװנער באַן־סטאַנציע, װעלכע האָט זיך געפֿונען נאָענט אין טאָל. פֿון װאַנען האָט זיך בײַ מיר גענומען אַזאַ רעטאָריק איז מיר נישט דײַטלעך עד־היום — צי פֿון די אָנגעלײענטע שפּאַנענדיקע ראָמאַנען, צי באָבע־זײדעס האָבן זיך אין הימל פֿאַר מיר געמיט…
די ליטװאַקעס, אינפֿאָרמירטע דורך זײערע פּױלישע שטאַמברידער, האָבן בחוש געשפּירט, אַז מען דאַרף מאַכן אַ פּליטה. אָבער דאָ האָט דער „געניאַלער“ סטאַלין אָפּגעטאָן אַ װילדן שפּיצל. דעם 14טן יוני, אַ װאָך פֿאַר דער מלחמה, האָט דער װאָנצעדיקער טיראַן זעלבסטמערדעריש אָפּגעלײקנט, אַז דײַטשלאַנדס װערמאַכט קאָנצענטרירט מיליטער אױף דער גרענעץ. װען ער װאָלט אַנשטאָט דעם הױכשטימיק אַלאַרמירט װעגן קריגסגעפֿאַר, װאָלטן די ייִדן פֿריצײַטיק פֿאַרגרײט טראַנספּאָרט־מיטלען און געטרוקנט ברױט און מערצאָליק זיך געראַטעװעט. אָבער דאָס איז, װי ליטעראַטן דריקן זיך אױס, אַ באַזונדערע טעמע פֿאַר זיך.
אַ דאַנק אַ ברייטהאַרציקער מתּנה פֿונעם פּאָרפֿאָלק פּאַרסאָן וואָס וווינט איצט אין ווילנע, איז דער בנין, וווּ עס איז אַמאָל געווען דער יאַפּאַנישער קאָנסולאַט אין קאָוונע (ליטע), שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם טשיונע סוגיהאַראַ־מוזיי. דער־אָ אַרטיקל (אין איבערזעצונג) איז טאַקע אַרויסגעשטעלט אין זאַל פֿונעם מוזײ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO