זומינאַר: פֿאַר וואָס זענען ייִדישע לידער הײַנט אַזוי פּאָפּולער?Zoominar: Why are Yiddish songs so popular now?
קוקט ווי די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער שמועסט מיט אָנגעזעענע ייִדישע זינגער — און הערט עטלעכע פֿון די באַליבטסטע לידער בײַם ברייטן עולם
פֿאַרשרײַבט זיך דאָ.
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים האָבן אָנלײַן־קאָנצערטן פֿון ייִדישן געזאַנג צוגעצויגן טויזנטער צוהערער. כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם פֿענאָמען וועט שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס, אָנפֿירן מיט אַ פּאַנעל פֿון באַקאַנטע ייִדישע זינגער וווּ מע וועט אַרומרעדן די פֿראַגע, „פֿאַר וואָס זענען ייִדישע לידער הײַנט אַזוי פּאָפּולער?‟ מע וועט אויך זינגען עטלעכע ייִדישע לידער וואָס זענען הײַנט באַליבט בײַם ברייטן עולם.
אינעם פּאַנעל וועלן אָנטייל נעמען לאָרין סקלאַמבערג, דניאל קאַהן, שׂרה־מינע גאָרדאָן און איציק גאָטעסמאַן.
די פּראָגראַם איז אַ טייל פֿון דער סעריע Forward Focus: Talks in Trying Times אין וועלכער רעדאַקטאָרן פֿונעם פֿאָרווערטס און דעם Forward רעדן מיט באַקאַנטע ייִדישע פֿיגורן, וואָס שטרעבן אָנצוקניפּן געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען במשך פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס־קריזיס.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 22סטן יוני, 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor