קאָנצערט אָפּצומערקן 100 יאָר ביילע שעכטער־גאָטעסמאַןConcert to mark Beyle Schaechter-Gottesman’s 100th birthday
עס וועלן אויפֿטרעטן 20 זינגער און מוזיקער, אויף וועמען די גרויסע פּאָעטעסע האָט געהאַט אַ טיפֿע השפּעה.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 7טן אויגוסט פֿאַלט אויס הונדערט יאָר זינט עס איז געבוירן געוואָרן די פּאָעטעסע, זינגערין און קינסטלערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. כּדי צו פֿײַערן דעם יוביליי, ווי אויך אָפּצוגעבן כּבֿוד אירע טעטיקייטן ווי אַ קולטור־טוערין, אָרגאַניזירט מען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע זינגער, אויף וועמען זי האָט געהאַט אַ טיפֿע השפּעה. די פּראָגראַם, אָרגאַניזירט דורך אַ קאָמיטעט פֿון ייִדישע מוזיקער און קולטור־טוער מיט בנימין שעכטער בראָש, וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 9טן אויגוסט, 1:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
עס וועלן אָנטייל נעמען 20 זינגער און מוזיקער פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, שאָטלאַנד און דײַטשלאַנד. דער קאָנצערט ווערט מיטפּאַטראָנירט דורכן פֿאָרווערטס, דעם ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר, דער ייִדיש־ליגע, יוגנטרוף, דעם ייִוואָ, ציקאָ, דעם קולטור־קאָנגרעס, קלעזקאַנאַדע, דעם שלום־עליכם־צענטער, ייִדיש־ניו־יאָרק, דעם ייִדישן אַקטיאָרן־פֿאַראיין, און דעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה“. דעם קאָנצערט וועט מען קענען זען בחינם דורך פֿייסבוק און יוטוב.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש.
די פּאָעטעסע און זינגערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (1920־2013) איז געבוירן געוואָרן אין ווין, אויפֿגעוואַקסן אין טשערנאָוויץ, און האָט געוווינט פֿון 1951 אָן אין בראָנקס. זי איז געווען באַרימט אויף דער ייִדישער גאַס סײַ ווי אַ טאַלאַנטירטע פּאָעטעסע וואָס האָט געשריבן וועגן כּלערליי טעמעס — קינדערלידער, לידער וועגן דער נאַטור און די ניו־יאָרקער גאַסן, דעם חורבן און דעם עלפֿטן סעפּטעמבער — סײַ ווי אַ זינגערין פֿון טראַדיציאָנעלער פֿאָלקמוזיק, ווי אויך אירע אייגענע זינגלידער. שעכטער־גאָטעסמאַן איז געווען אַ מענטאָרין פֿאַר צוויי דורות ייִדישע זינגער און פּאָעטן און האָט געדינט ווי אַ בריק צווישן דעם מיזרח־אייראָפּעיִש דערצויגענעם דור און די אַמעריקאַנער געבוירענע ייִדישע קולטור־טוער. אין 2005 האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג זי באַלוינט מיט אַ חשובֿער אויסצייכענונג פֿונעם מלוכישן עולמות־פֿאָנד ווי אַן אָנערקענונג פֿון איר אַרבעט לטובֿת דער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

