Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער 12טער אויגוסט 1952: דער אומגעבראַכטער פּאָעט, לייב קוויטקאָAugust 12, 1952: Recalling the murdered poet, Leyb Kvitko

זײַנע קינדערלידער זענען געווען שטאַרק פּאָפּולער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אָבער ער אַליין האָט געליטן פֿון טיפֿע אַנגסטן.

צװישן די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן און כּלל־טוערס, װאָס זײַנען דערשאָסן געװאָרן דעם 12טן אױגוסט 1952, איז דער דיכטער לײב קװיטקאָ געװען דער סאַמע באַרימטער. זײַנע קינדער־לידער אין איבערזעצונגען אױף רוסיש און אוקראַיִניש זײַנען געדרוקט געװאָרן אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן. קינדער־ליטעראַטור האָט געהאַט אַ הױכן פּרעסטיזש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און סוף–1930ער יאָרן איז קװיטקאָ געװאָרן אײנער פֿון די סאַמע דערפֿאָלגרײַכסטע סאָװעטישע קינדער־דיכטער. מיליאָנען סאָװעטישע קינדער האָבן געהערט קװיטקאָס לידער פֿון זײערע עלטערן אָדער אין קינדערגאָרטן נאָך אײדער זײ האָבן זיך אױסגעלערנט לײענען.

דער דאָזיקער דערפֿאָלג האָט פֿאַרשאָטנט קװיטקאָס „דערװאַקסענע‟ דיכטונג, בפֿרט זײַנע לידער פֿון דער פֿריִערדיקער סאָװעטישער תּקופֿה. להיפּוך צו די פֿרײלעכע און ליכטיקע קינדערלידער, זײַנען יענע לידער אָפֿטמאָל געװען פּעסימיסטיש און פֿאַרפּלאָנטערט. זײ שפּיגלען אָפּ קװיטקאָס ביטערע קינדעריאָרן, װען ער, אַ יתום, האָט זיך געװאַלגערט איבער שטעט און דערפֿער פֿון דרום־אוקראַיִנע און געליטן פֿון הונגער, נױט און צומאָל געװאַלד. שפּעטער האָט ער באַשריבן די דאָזיקע דערפֿאַרונג אין זײַן ראָמאַן „ליאַם און פּעטריק‟. דאָס דאָזיקע ליטעראַרישע מײַסטערװערק בלײַבט עד־היום װײניק באַקאַנט מחוץ דעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און װאַרט נאָך אױף אַ געהעריקער אָפּשאַצונג.

װי אַ יונגער דיכטער האָט זיך קװיטקאָ באַמיט צו געפֿינען פּאַסיקע װערטער אויסצודריקן זײַן אינערלעכן אומרו און דערשטיקטע פּחדים. זײ זײַנען צו אים געקומען בײַ נאַכט װי „שטומע תּהומס שלוחים‟. זומער 1919 האָבן קװיטקאָ און זײַן יונגע פֿרױ בערטאַ (בײלע), װאָס איז דעמאָלט געװען טראָגעדיק, איבערגעלעבט פּאָגראָמען אין דער אוקראַיִנער שטאָט אומאַן. בערטאַ האָט זיך שפּעטער דערמאָנט, אַז „קװיטקאָ האָט איבערגעלעבט די פּאָגראָמען אַ סך שטאַרקער אײדער איך. װי אַ פֿאַריאָגטער, פֿלעגט ער שפּאַנען פֿון אײן עק צימער אינעם אַנדערן און פֿאַרשרײַבן זײַנע לידער אױף יעדן שטיקל פּאַפּיר, װאָס ער האָט נאָר געקאָנט געפֿינען.‟ אין 1923 אין בערלין האָט קװיטקאָ פֿאַרזאַמלט די דאָזיקע לידער אין אַ בוך, „1919‟. די דאָזיקע לידער, אָנגעשריבענע ממש בעת די פּאָגראָמען, זײַנען גאַנץ אַנדערש פֿון דער מער באַקאַנטער „פּאָגראָם־דיכטונג‟ פֿון חיים־נחמן ביאַליק און פּרץ מאַרקיש. קװיטקאָ האָט ספּעציעל געװאָרנט דעם לײענער אין דער הקדמה: „עס װעט אַ טעות און װײטיק זײַן, אױב מען װעט מײַן בוך, רגעס אױף דער דינער־דינער שאַרף פֿון זײַן און ניט־װערן, אױב מען װעט עס אױפֿנעמען אַלס דיכטונג, אַלס לידער װעגן פּאָגראָמען.‟

קװיטקאָ שילדערט ניט קײן שרעקלעכע בילדער פֿון מאָרד, ראַבעװען און געװאַלד. אַנשטאָט דעם גיט ער איבער דעם אינערלעכן צושטאַנד פֿון װאַרטן אױפֿן גרױל װאָס זאָל קומען: „טאָג װערט פֿינסטערער און פֿינסטערער, / כאַפּטעס רוקן אָן זיך אױף דער שטאָט / כאַפּטעס גיפֿטיקע װי שלײנג / שרעקלעכער פֿון טױט, / שרעקלעכער פֿון קינדער־טױטן.‟ קינדער זײַנען די סאַמע אײדעלע און אומשולדיקע קרבנות פֿונעם געװאַלד. אײנע פֿון די סאַמע רירנדיקע לידער קװיטקאָס דערצײלט װעגן אַ טאַטן, װאָס מאַכט אַ קלײן פֿידעלע פֿאַר זײַן קינד בשעת דער פּאָגראָם בושעװעט אױף דער גאַס. דער טאַטע בעט זיך בײַם טױט, װאָס שטײט שױן בײַ זײַן טיר: „און דו, טױט, שטײ אַ װײַל בײַם שװעל און װאַך אױף מיר‟, ביז ער װעט ענדיקן דאָס פֿידעלע. דאָס דאָזיקע פֿידעלע װעט זײַן די אײנציקע ירושה, װאָס די עלטערן װעלן איבערלאָזן זײער פֿאַריתומט קינד: „דעם קלײנעם קינדעלע אַ דיניק פֿידעלע… דעם טאַטנס פֿידעלע… דער מאַמעס פֿידעלע.‟

The Violin

מיט כּמעט צען יאָר שפּעטער, שױן נאָך דעם, װי קװיטקאָ האָט זיך אומגעקערט קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און געװאָרן אַ חשובֿע פֿיגור אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור אין אוקראַיִנע, האָט ער אָנגעשריבן אַן אַנדער ליד מיטן טיטל „דאָס פֿידעלע‟. דאָס מאָל איז דער הױפּטהעלד געװען אַ קינד מיט אַ פֿידעלע. זײַן שפּיל האָט פֿאַרכּישופֿט די גאַנצע װעלט: „די בין בלײַבט שטײן און זשומעט ניט, / די קאַץ פֿאַררײַסט דעם קאָפּ, / די הון פֿאַרגעסט די הינדעלעך / און הערט זיך צו מיר אײַן.‟ אין זײַנע לידער פֿאַר קינדער האָט קװיטקאָ געשאַפֿן אַן אױסגעטראַכטע אידילישע װעלט פֿרײַ פֿון טרױער און פּחד. װער זשע איז געװען דער שומר פֿון דער דאָזיקער גליקלעכער װעלט? אַ פּנים, די סאָװעטישע מלוכה מיט יאָסיף סטאַלין בראָש. דער ייִדישער שרײַבער עמנואל קאַזאַקעװיטש האָט פֿאַר דעם געפֿונען אַ פּאַסיק װאָרט: „פּאַן־סאָװעטיזם‟: „די סאָװעטישע װירקלעכקײט דרינגט דורך אַלע נאַטור־שילדערונגען אין קװיטקאָס דיכטונג‟. אַ פּסיכאָ־אַנאַליטיקער װאָלט מסתּמא דערקלערט קװיטקאָס שאַפֿונג פֿאַר קינדער װי אַ פּרוּװ גובֿר צו זײַן די טראַװמע פֿון זײַן ביטערער יוגנט. ער האָט באַזונגען די שטאַרקע סאָװעטישע מאַכט, װאָס האָט באַשיצט אירע בירגער פֿון אַלע צרות.

צומאָל אָבער האָט זיך דער אַמאָליקער שרעק דורכגעריסן דורך דער סאָװעטישער שאָלעכץ אין װילדע געשטאַלטן. אַ חזירל אינעם ליד „דאָס חזירל עסט, מע זאָל עס עסן‟ האָט אַ גליקלעך לעבן: „איך עס און פֿרעס און נאָך איך בעט, / זײַן זאָל איך געשמאַק און פֿעט.‟ אָבער זײַן סוף איז ביטער: „מען װעט מיך אױפֿעסן / גאָר־גאָר אין גאַנצן!‟ הײַנט קענען מיר ניט װיסן, צי מען האָט טאַקע דעמאָלט אױסגעטײַטשט דאָס דאָזיקע ליד אַלעגאָריש, אָבער הײַנט לײענט עס זיך װי אַ מין משל פֿון סטאַליניסטישע רדיפֿות.

די סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער זײַנען געװען צװישן די ערשטע, װאָס האָבן זיך אָפּגערופֿן אױפֿן חורבן אין זײערע ליטעראַרישע װערק. לכתּחילה האָט קװיטקאָ געפּרוּװט שעפּן פּאָעטישע מיטלען פֿון זײַנע לידער פֿון דער „פּאָגראָם‟־תּקופֿה. אָבער ער האָט געפֿילט, אַז די אַלטע פּאָעטישע שפּראַך פּאַסט מער ניט פֿאַר דעם אױסטערלישן פֿאַרנעם פֿון דער חורבן־קאַטאַסטראָפֿע. ער האָט באַטראַכט זײַנע זוכענישן נאָך דער נײַער שפּראַך אינעם מערקװירדיקן ליד, „אַ שמועס װעגן װאָרט‟ (1946). ער שטײט שױן „פֿיל יאָרן אין געראַנגל / מיטן מלאך ייִדיש־לשון‟, אַן אימאַזש װאָס דערמאָנט אָן יעקבֿ־אָבֿינוס געראַנגל מיט אַ מלאך און באַקומען דעם נאָמען ישׂראל. קװיטקאָ דער דיכטער מוז געפֿינען „דאָס װאָרט פֿון אמת‟, װאָס זאָל זײַן „דאָס רײנע האַרץ דער װעלטס‟. די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור איז אַרױס פֿון דער מלחמה און דעם חורבן מיט אַ שטאַרקער האָפֿענוג אױף אַ באַנײַונג. אין די יאָרן 1943 – 1948 האָט מען געשאַפֿן אַ היפּשע צאָל נײַע װיכטיקע װערק פֿון פּראָזע און דיכטונג, װאָס זאָגן עדות װעגן דעם ליטעראַרישן אױפֿקום. אָבער סטאַלינס רדיפֿות האָבן פֿון דעם געמאַכט אַ תּל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.