Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ייִדישע שפּראַך אין חיים גראַדעס רעקאָנסטרוקציע־קונסט נאָכן חורבןThe Yiddish language in Chaim Grade’s reconstruction period after the Holocaust

בײַם אָנהייב פֿון זײַן קאַריערע, האָט גראַדע באַניצט אַ פּאָעטישן טאָן פֿון נבֿיאות מיט די ווערטער פֿון תּנך, איבערגעפֿלאָכטענע מיט אַ רײַכן ייִדיש.

(ערשטער טייל)

אין די נאָכמלחמהדיקע יאָרן ציט זיך חיים גראַדע — אַ געבוירענער ווילנער און אַ פֿאָרשטייער פֿון דעם לעצטן דור ייִדישע שרײַבערס וואָס האָבן געשטאַמט פֿון מזרח־אייראָפּע — צוריק פֿון דעם פּאָעטישן זשאַנער, מיט וועלכן ער האָט זיך קונה־שם געווען פֿאַר דעם חורבן, און באַשליסט צו שרײַבן זכרונות און רעאַליסטישע פּראָזע וואָס זאָלן דערמעגלעכן דעם לייענער זיך צו באַקענען מיט דער פֿאַרטיליקטער קולטורוועלט פֿון די ליטווישע ייִדן. אין גערעם פֿון דעם דאָזיקן שליחות ווערט מאַמע־לשון אַ שפּראַכלעכער מיטל וואָס פֿאַרמאָגט אין זיך דעם כּוח אויפֿצובויען פֿון דאָס נײַ אַ קאָלעקטיוון ייִדישן זכּרון, צו פֿאַראייביקן די ייִדישע קולטור, אויסצוהיילן און צו געבן אַ תּיקון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום נאָכן חורבן.

דער אַרטיקל שטעלט פֿאָר חיים גראַדעס באַזונדער לשון, וואָס ער האָט אַנטוויקלט כּדי צו קענען ווידער אויפֿשטעלן דאָס ייִדישע לעבן אין זײַן ליטעראַרישער שאַפֿונג נאָכן חורבן. דורך אַ פֿאַרגלײַך צווישן זײַן פֿאַר־מלחמהדיקער פּאָעזיע מיט זײַן נאָך־מלחמהדיקער פּראָזע באַטראַכט איך די דאָזיקע שפּראַך־עטנאָגראַפֿיע און אירע באַזונדערע שטריכן, וואָס גראַדע האָט ליטעראַריש אויסגעאַרבעט ווי אַ נײַ קינסטלעריש מיטל אין דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן.

אַרײַנפֿיר

ווען מע באַטראַכט די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר און נאָך דעם חורבן, קען מען זאָגן אַז איר אויפֿבלי אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז געווען געקניפּט און געבונדן מיט דער מאָדערניזאַציע, סײַ אין טעמאַטיק סײַ אין פֿאָרעם. און טאַקע צווישן ביידע וועלט־מלחמות קען מען עס זען בפֿירוש אין דער ייִדישער פּאָעזיע, ווי למשל בײַ „יונג ווילנע‟. דאַקעגן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער מאָדערניזם אָפּגעגעבן דאָס אָרט דער ליטעראַטור פֿון פֿאַראייביקונג. נאָכן חורבן איז קלאָר געוואָרן אַז דער וועלטלעכער עטאַפּ פֿון דער ייִדישער קולטור האָט זיך געענדיקט: דאָס לעבעדיקע האַרץ פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן איז געקוילעט געוואָרן און איז נישטאָ מער, און די ייִדישע צוקונפֿט איז שטעקן געבליבן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט שוין אין יאָר 1938 אויפֿריכטיק גערופֿן די ייִדן תּשובֿה צו טאָן און זיך אומצוקערן צו די טראַדיציאָנעלע ווערטן אין זײַן ליד „אַ גוטע נאַכט, וועלט‟, וווּ ער זאָגט זיך אָפּ פֿון דעם מאָדערניזם און רופֿט די ייִדן צוריק אײַנצושליסן זיך אין דעם אַלטן ייִדישן געטאָ.

הערט ווי גלאַטשטיין לייענט אַליין דאָס ליד דאָ 

אַן אַנדער אופֿן צו באַטראַכטן די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור באַזירט זיך אויף דעם שפּראַכלעכן איבערגאַנג פֿון אַלטע ליטעראַרישע סיסטעמען צו דער נײַער ייִדישער מינדלעכקייט (new orality). די אַנטוויקלונג איז געווען אַ לאַנגע און דורכגעגאַנגען פֿאַרשידענע סטאַדיעס, אָבער דווקא דער לעצטער עטאַפּ פֿון דער אויספֿורעמונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער תּקופֿה נאָכן חורבן — in the post-vernacular period, האָט געשפּילט אַן אַנטשײדנדיקע ראָלע אין איר אויספֿורעמונג. אין דעם פּעריאָד זעט מען אַ כּסדרדיקן פּרוּוו צוריק צו באַקומען און ווידער אויפֿצובויען די פֿאַרלוירענע ייִדישע שפּראַך ווי אַ באַטײַטנדיקער אויסדרוק פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק.

נאָכן חורבן האָט די אָנדענק־ליטעראַטור אַרײַנגענומען פּאָעזיע, יזכּור־ביכער אַרויסגעגעבענע פֿון די לאַנדסמאַנשאַפֿטן אין ישׂראל, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין דער „אַשכּנזישער וועלט פֿון פּראָזע״ אויף ייִדיש, געשריבן פֿון פּליטים און ענמיגראַנטן פֿון מזרח־אייראָפּע. אין די אויטאָביאָגראַפֿישע ווערק נאך דער מלחמה האָבן די ייִדישע שרײַבערס אויפֿגעלעבט די ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט דורך זכרונות פֿון די קינדער־יאָרן. מען קאָן זען זייער באַגער זיך אומצוקערן צו דער טראַדיציאָנעלער אַלטער וועלט וואָס דער דור מאָדערניסטישע שרײַבערס פֿאַרן חורבן האָט געוואָלט בײַטן אָדער פֿאַרבעסערן. דער איבערקער איז נישט פֿאָרגעקומען נאָר צוליב דעם וואָס מען האָט געבענקט נאָך דער פֿאַרגאַנגענהייט וואָס מען קען נישט צוריקכאַפּן, נאָר אויך צוליב דעם פֿולן איבערקער פֿון די ווערטן. דער אידעאַל פֿון אַ ייִדישן שרײַבער פֿאַרן חורבן איז געווען די מאָדערנקייט פֿון דער מערבֿ־וועלט, די אינדיווידועלע פֿרײַהייט און די גײַסטיקע רײַכקײט וואָס ער האָט נישט געקענט דערגרייכן אין די גרענעצן פֿון דעם תּחום־המושבֿ צי אין גערעם פֿון דער הלכה. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די באַגרענעצטע פֿאַרגאַנגענהייט פֿאָרגעשטעלט זייער אַן איבערצײַגנדיק בילד פֿון אַ גײַסטיקער וועלט וואָס האָט אַ פֿעסטן גרונט, וואָס זאָל קענען דינען ווי אַן אַלטערנאַטיוו צו דער חרובֿער וועלט, אַ בעסערע נײַ־אַלטע וועלט פֿול מיט האָפֿענונג.

דורך דעם שרײַבן וועגן די מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָט מען איצט געפֿונען אַ מיטל נישט אונטערצושטרײַכן און אַרויסצוברענגען, נאָר דווקא זיך קעגנשטעלן דעם טראַגישן גורל פֿון דער מענטשהייט. נאָך דעם חורבן איז דער ייִדישער שרײַבער געוואָרן אַ דערציילער פֿון דער לאָקאַלער טראַדיציע פֿון זײַן ספּעציפֿישער סבֿיבֿה וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן, פֿון דעם באַזונדערן און עקזאָטישן אָרט, וואָס פֿון אים איז ער אַרויס. וואָס האָט געקענט זײַן מער עקזאָטיש ווי די ייִדן אין פֿאַר־מלחמהדיקער וואַרשע און ווילנע, וואס וווינען אין די כאַלופּעס און וואָס זייערע תּאוות און פֿאַרדאָרבנקײטן שווימען אויף אין דעם בית־דין־שטוב; אָדער די תּלמידי־חכמים וואָס דערציילן מעשׂיות הינטערן אויוון שפּעט אין אַ ווינטערדיקן פֿאַרנאַכט; צי די קוימען־קערערס און די וואָס האָדעווען פּיאַווקעס… און יעדער איינער פֿון זיי רעדט דען פּאָעטיש־אָנגעלאָדן ייִדיש? דערציילן מעשׂיות נאָך דער מלחמה איז געוואָרן אַ מין אופֿן פֿון געדענקען, כאָטש נישט קיין פּשוטער אין אַזאַ עלטער און אַזוי ווײַט פֿון דער היים.

די ווערק פֿון חיים גראַדע (1910—1982) זײַנען אַ גוטער און קלאָרער בײַשפּיל פֿאַר דעם אָ צוריקקער צו דער אַלטער וועלט. ער איז געווען צװישן די גרינדערס פֿון „יונג ווילנע״ און פֿון די וויכטיקסטע שרײַבערס אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דווקא אין זײַן נאָך־מלחמהדיקער פּראָזע איז ער געוואָרן דער משורר פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער ייִדישער ווילנע. גראַדעס באַזונדערקײט דריקט זיך אויס אין דעם, וואָס צווישן זײַנע ווערק געפֿינט מען אי לירישע פּאָעזיע, אי חורבן־פּאָעזיע, אי רײַכע סאָציאַל־רעאַליסטישע פּראָזע. אין דער פּראָזע האָט ער רעקאָנסטרויִרט די אַמאָליקע וועלט אין איר גאַנצקייט ווי אַ הומאַניסטישע וועלט פֿון קדושה און וועלטלעכקייט. גראַדען האט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצולעבן די שטאָט ווילנע דורך דעם ווידעראויפֿבוי פֿון דער ייִדישער מינדלעכער שפּראַך, די Yiddish vernacularity, וואָס איז געוואָרן דער הויפּטמיטל אין דער פֿאָרשונג פֿון דער חרובֿער ייִדישער קולטור.

די פּאָעטישע בײַשפּילן און זייער שפּראַך

חיים גראַדעס לעבן בכלל און דער אופֿן אויסצופֿורעמען זײַן שרײַבן בפֿרט זײַנען באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון צוויי הויפּט־פֿאַקטאָרן: דאָס געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען און די מוסר־באַוועגונג, וואָס אין אירע ישיבֿות האָט ער זיך אויפֿגעכאָוועט. ביידע זײַנען געוואָרן שליסל־מאָטיוון אין זײַן ליטעראַרישן ווערק. נאָך דער פֿאָרשונג פֿון די טעקסטן אַנטפּלעקט מען אַז עס רעדט זיך וועגן אַ  ממשותדיקן איבערקער פֿון דער ראָלע פֿון ייִדיש. די שפּראַך איז געוואָרן אַ קינסטלערישער מיטל אין גראַדעס איבערגאַנג נאָך דער מלחמה פֿון שרײַבן פּאָעזיע צו שרײַבן פּראָזע.

גראַדע איז געווען אַלט נאָר דרײַ יאָר ווען זײַן טאַטע שלמה־מרדכי, וואָס איז געווען אַ משׂכּיל און אַ לערער פֿון לשון־קודש, איז ניפֿטר געוואָרן. דער יונגער חיים איז אויסגעוואַקסן אין אָרעמקייט מיט זײַן מאַמען וועלע בלומענטאַל־גראַדע, װאָס איז געװען פֿאַר אים אַ בײַשפּיל פֿון מסירות־נפֿשדיקער פֿרומקײט און איבערגעגעבנקײט. צו דרײַצן יאָר האָט חיים גראַדע זיך געלערנט בײַ די נאָװאַרעדקער מוסרניקעס, ווי אױך אין די װילנער װעלטלעכע ייִדישע שולן. כאָטש ער האָט זיך אױסגעצײכנט װי אַ תּלמיד אין דער ישיבֿה, האָט מען אים געכאַפּט בײַם לײענען די װעלטלעכע ייִדישע ליטעראַטור און בײַם שרײַבן לידער. ווען ער איז אַלט געווען צוויי און צוואַנציק יאָר, האָט דער ישיבֿה־בחור גראַדע, וואָס איז אויסגעבילדעט געוואָרן אויף די כּללים פֿון רוחניות און דער אינטעלעקטועלקייט פֿון דער מוסר־באַוועגונג, פֿאַרלאָזט די פֿרומע וועלט, צוגעשטאַנען צו דער גרופּע פֿון מאָדערניסטישע פּאָעטן „יונג ווילנע״ און האָט אָנגעהויבן צו פּובליקירן זײַנע לידער. אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן האָבן אים ווײַטער באשעפֿטיקט די טעמעס פֿאַרבונדענע מיט דער פֿרומער וועלט פֿון וועלכער ער איז אַרויס. זיי זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון זײַן אידענטיטעט ווי אַ וועלטלעכער ייִדישער שרײַבער.

דער אַרײַנבליק אין גראַדעס פּאָעזיע, למשל זײַן זאַמלונג „דורות״, לאָזט זיך חידושן ווי פֿאַרשיידן איז געווען די ייִדישע שפּראַך אין גראַדעס פּראָזע אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן פּאָעזיע פֿאַרן חורבן, ווי איך וועל ווײַטער ווײַזן. אין סאַמע אָנהייב פֿון זײַן קאַריערע, האָט גראַדע באַניצט אַ באַזונדערע פּאָעטישע עסטעטיק ווי דער טאָן פֿון אָראַקל, פֿון נבֿיאות, פֿון אַפּאָקאַליפּטישער רעטאָריק, מיט די ווערטער פֿון תּנך און גמרא, איבערגעפֿלאָכטענע מיט א רײַכן ייִדיש. זײַן ליד „יחזקאל״, פֿון דער ערשטער זאַמלונג „יאָ״, קאָן דינען ווי אַ כאַראַקטעריסטישער בײַשפּיל פֿאַר אַזאַ עסטעטיק. די זאַמלונג איז אַרויס אין „קלעצקין פֿאַרלאַג” אין 1936, געווידמעט זײַנע טאַטע־מאַמע און ער שרײַבט דאָרט וועגן די טאָג־טעגלעכע שוועריקייטן פֿון זײַן מאַמעס לעבן און וועגן דעם זכר פֿון זײַן טאַטן. די הויפּט־מאָטיוון זײַנען די טראַגעדיע פֿון דעם מענטשלעכן לעבן און די האַרמאָניע צווישן מענטש און דער נאַטור.

אין זײַן ליד „מײַן מאַמע״ (1936) באַשרײַבט ער די מאַמע וועלע ווי אַ פֿרוי וואָס קאָן קוים שטיין אויף די פֿיס. דאָס ליד מאָלט איר מידן קערפּער, זי רעדט נישט און האָט נישט קיין קול:

„די באַקן ― אײַנגעפֿאַלן און די אױגן ― האַלב נאָר אָפֿן,
הערט מײַן מאַמע, װי עס זיפֿצן אירע קני:
אַ גאַנצן װינטערדיקן אינדערפֿרי
אױף אַלע מערק אַרומגעלאָפֿן ―
לאָז זשע איצטער אונדז בײַם טױערװאַנט
די נאַכט דערשלאָפֿן…
און ס’װײנט איר האַנט…‟

אין 1939, אין ווילנע, איז אַרויס די עפּישע פּאָעמע „מוסרניקעס״ ווי אַ סעריע פֿון פּובליקאַציעס אין „יונג ווילנע״, געווידמעט דער ישיבֿה אין נאַוואַרעדאָק — איינע פֿון די ישיבֿות, וווּ חײם גראַדע האָט זיך געלערנט, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר פֿאַנאַטישקייט און ראַדיקאַליזם. „מוסרניקעס” איז אַ געשריי, פֿול מיט באַשרײַבונגען פֿון רעליגיעזן עקסטרעמיזם און זײַן השפּעה אויף דער נשמה פֿון אַ מענטשן. דער דיכטער באַשרײַבט דאָס לעבן אין דער ישיבֿה דורך דעם האַלב־אויטאָביאָגראַפֿישן געשטאַלט פֿון חיים ווילנער. פֿון איין זײַט רעדט ער אַרום די טעמע פֿון פֿרײַען ווילן און די מעגלעכקייט פֿון עקזיסטירן ווי אַ יחיד אין דער טראַדיציאָנעלער רעליגיעזער וועלט; פֿון דער אַנדערער זײַט מאָלט ער די פֿרומע אַטמאָספֿערע פֿון דער ישיבֿה וואָס שפּיגלט אָפּ דעם אייביקן קאָנפֿליקט, און די סתּירותדיקע קולטורעלע פֿאַרשיידנקייטן צווישן דער פֿרומער און דער וועלטלעכער וועלט־פּערספּעקטיוו. גראַדע האָט מצליח געווען איבערצוגעבן דעם שווערן גײַסטיקן קריזיס פֿון דער רעליגיעזער וועלט, וואָס ענדיקט זיך מיטן פֿאַרלירן דאָס גלויבן, מיטן פּילפּול, למשל פֿון חידושי הרי”ם, איינער פֿון די באַרימטסטע ספֿרים פֿונעם רי”מ, רבי יצחק מאיר. ער ניצט אַ סך דעם לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט פֿון ייִדיש, אַ שטייגער הפֿקר, גיהנום, חילול־השם, ערבֿות, גזר־דין, חרטה און אַנדערע, און וויל שאָקירן דעם לייענער דורך די קאָנטראַסטירנדיקע גראַמען, צום בײַשפּיל: ווי אַן עדה צו אַ הייליקער לוויה – ווי אין אַ חורבֿה אַ פֿאַריאָגטע חיה; לאַכן –  קאַליע מאַכן; זייער שׂמחת־תּורה – די שיכּורע צעלאָזטע מרה־שחורה.

די פּאָעמע פֿאַרנעמט זיך מיט מענלעכע געשטאַלטן, די פֿאָרשטייערס פֿון דער פֿאַנאַטישער פֿרומער עליטע; די מוסרניקעס שטעלט גראַדע ווי אַ קאָנטראַסט צו די ווײַבלעכע געשטאַלטן, און זי זאָגט עדות װעגן דער פּראָבלעמאַטישער באַציִונג צום ווײַבלעכן מין בכלל.

יעקבֿ גלאַטשטיין האָט הויך געשעצט גראַדעס פּאָעזיע און האָט פֿאָרויסגעזאָגט דעם ווײַטערן עטאַפּ זײַנעם. עס לאָזט זיך הערן פֿון דעם אַרטיקל פֿון אַ. גלאַנץ־לעיעלעס, וואָס ציטירט גלאַטשטיינס ווערטער:

„מיט די מאַמע־לידער האָט ער אָנגעהויבן זײַן דיכטערישע קאַריערע (ער מיינט גראַדעס ערשט בוך „יאָ״) און אין זײַנע סאַמע לעצטע לידער (געשריבן געוואָרן פֿאַר 1947) זענען נאָך אַלץ זײַנע מאַמע־בענקשאַפֿטן דאָס עכטסטע און דאָס וויכטיקסטע, וואָס ער האָט געגעבן דער ייִדישער ליטעראַטור…‟.

„די נײַע זאַמלונג פֿירט דעם דיכטער פֿון די ערשטע לידער צו זײַן ווילנער מאַמען, ביז צו די לעצטע לידער, ווען די אַמאָליקע ייִדישע ווילנע איז שוין בלויז אַ געדעכעניש. גראַדע קריגט אַ געלעגנהייט דורך זײַן בוך דורות צו זען זײַן אייגענעם דיכטערישן לצל [קליינער לץ]. זײַנע אייגענע לידער גיבן אים אַ פֿרײַנדלעכע וואָרענונג און זיי רופֿן אים צו אַ העכערער דיכטערישער אַחריות‟.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.