אַ באַערטער שרײַבער בײַ ייִדן אין ווילנע נאָכן חורבןA highly respected writer among the Jews in post-Holocaust Vilna
בער האַלפּערינס באַריכט וועגן דעם הויפּט פֿון קאָוונער געטאָ האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויף די געוועזענע ייִדישע תּושבֿים פֿון קאָוונע.
איך וויל אײַך הײַנט דערציילן אַ ביסל וועגן מײַן װילנער בן־עיר, דעם גאָט געבענטשטן פּענמענטש און האַרציקן ייִד, בער האַלפּערן.
אין װילנע און אין קאָװנע זײַנען פּערמאַנענט געװען טעטיק אַמאַטאָרישע קאָלעקטיװן. אין װילנע האָט זיך דאָס שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלקס־טעאַטער, װוּ עס האָבן פֿונקציאָנירט אַ דראַמאַטישער קרײַז, טאַנץ־גרופּע, כאָר און אָרקעסטער. פֿאַר די יונגע אַמאַטאָרן האָט מען אָרגאַניזירט לימודים פֿון ייִדיש כּדי זײ זאָלן זיך קאָרעקט אױסדריקן. עס האָבן באַזוכט מיט רעפֿעראַטן די מאָסקװער שרײַבער שמואל גאָרדאָן, יוסף ראַבין און אַנדערע. פּראָפֿעסאָר משה בעלענקי איז צװײ מאָל געקומען צו פֿאָרן. אין איר לעקטאָריום איז בער האַלפּערן אָפֿט אַרױסגעטראָטן אױף ליטעראַרישע טעמעס אין ייִדיש און רוסיש.
בער האַלפּערן האָט זיך אָבער ניט באַנוגנט מיט שעפֿערישקײט אױפֿן פֿעלד פֿון ליטעראַטור. ער איז געװען געקניפּט און געבונדן מיטן פֿאָלקס־טעאַטער װי אַ קאָנסולטאַנט, איבערזעצער און סצענאַריסט. געװען איז ער בעיקר פּאָפּולער צװישן די ליבהאָבער פֿון ייִדישן װאָרט אין סאָװעטן־ליטע, װי דער ריכטיקער מענטש צו דער ריכטיקער צײַט.
אין יענע פֿינצטערע יאָרן פֿון טאָטאַליטאַר־סאָװעטישן רעזשים און ייִדן־דיסקרימינאַציע האָט ער צעליכטיקט די ייִדישע נשמות. ניט אַװעקצומאַכן מיט דער האַנט דעם שאַנדפֿלעק װאָס אַ טײל שטאַמברידער האָבן קנעכטיש אױפֿגענומען דעם גענאָציד פֿון דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. להיפּוך, מיט די עקשנותדיקע ליטװאַקעס, די „צלם־קעפּ‟, זײַנען די פֿױלע שטיק ניט אַדורך. װאָס אַן אמת, די ראַמען זײַנען געװען דראַסטיש באַגרענעצט, אָבער פֿאָרט האָט דאָרטן פּולסירט אַ ייִדיש־קולטורעל לעבן.
אַ הײַפֿעלע ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש און ייִדישקײט, צװישן זײ אױך מײַן װײניקײט, האָבן זיך אין װילנע גרופּירט אַרום אים. מען קאָן זאָגן, אַז זײַן אַרבעט־צימער מיט דער ייִדישער ביבליאָטעק און שרײַב־מאַשינקע איז, אין יענע דיסקרימינאַציע־יאָרן, געװען דער אײנציקער ייִדישער קולטור־צענטער אין ליטע. זײַן גאַנצע ערודיציע און שעפֿערישן כּוח האָט בער האַלפּערן געװידמעט דער ייִדישער קולטור, אין די ביז גאָר באַגרענעצטע ראַמען געדרוקט אַרטיקלען און ביכער, קאָנסולטירט דעם װילנער ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער, געפֿירט אַ ברײטע קאָרעספּאָנדענץ מיט ייִדיש־שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין אױסלאַנד, איבערגעגעבן זײַנע רײַכע קענטענישן דעם ייִנגערן דור. נאָר פֿון אים פֿלעגן מיר זיך עפּעס װאָס דערװיסן װעגן דעם, װאָס עס טוט זיך אין דער ייִדישער װעלט.
אױף אונדז, געװעזענע קאָװנער תּושבֿים, האָט געמאַכט אַ גרױסן רושם זײַן דערצײלונג, „אַ געשפּרעך אונטער פֿיר אױגן‟, װאָס איז נוגע די פּײַנלעכע מאָמענטן פֿון דער ליקװידאַציע פֿון קאָװנער געטאָ, װוּ דער מחבר האָט (ענדערנדיק דעם פֿאַמיליע־נאָמען און אײניקע דעטאַלן) געשילדערט אַן אױטענטישן פֿאַקט — דעם געװאַגטן פּרוּװ פֿון 70־יאָריקן פֿאָרזיצער פֿון קאָװנער געטאָ־ראַט אלחנן עלקעס צו ראַטעװען צען טױזנט נאָך לעבן־געבליבענע ייִדן.
די דאָזיקע דערצײלונג איז אַפֿילו אינסצעניזירט און געשטעלט געװאָרן אױף דער בינע פֿונעם װילנער ייִדישן אַמאַטאָרן־טעאַטער. געבױרן געװאָרן איז בער האַלפּערן אין יאָר 1902 אין שטאָט דאַרשונאַק, ליטע, װוּ ער האָט באַקומען זײַן ייִדישע און אַלגעמײנע בילדונג. נאָכן פֿאַרענדיקן אַ הױכשול אין בעלגיע איז ער װי אַ דיפּלאָמירטער בױ־אינזשעניר אַריבערגעפֿאָרן קײן אורוגװײַ. זײַנע ערשטע אַרטיקלען האָט ער געדרוקט אין 1927 אין דער פּאַריזער קאָמוניסטישער פּרעסע. אין די יאָרן 1936-1933 איז ער, אין מאָנטעװידעאָ, געװען מיטרעדאַקטאָר פֿון דער לינקער צײַטונג „אונדזער פֿרײַנד‟. פֿון 1936 האָט ער געוווינט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, װוּ ער איז, אין די יאָרן פֿון מאַסן־טעראָר, געװען פֿאַרשיקט קײן סיביר.
נאָך זײַן רעהאַביליטאַציע, אין יאָר 1956, האָט בער האַלפּערן זיך באַזעצט אין װילנע און דאָרט געאַרבעט אין אינסטיטוט „גאָרסטרױ־פּראָיעקט‟ (שטאָטבױפּראָיעקט), ביזן אַרױסגײן אױף פּענסיע אין 1962. אומגעפֿער אין דער זעלבער צײַט האָב איך דאָרט געאַרבעט װי אַן עקאָנאָמיסט און זיך נאָענט צונױפֿגעגאַנגען מיט אים.
פֿון 1962 און ביזן סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט ייִדיש־ליטעראַרישער טעטיקײט. ער האָט זיך געדרוקט אין װאַרשעװער צײַטונג „פֿאָלקס־שטימע‟ און מאָסקװער זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟.
האַלפּערנס בוך „מײַן ייִחוס‟ איז דערשינען אין 1978 (פֿאַרלאַג „סאָװעטסקי פּיסאַטעל‟, מאָסקװע) און שפּעטער, אין 1983 — אַרױס אין רוסישער איבערזעצונג פֿונעם באַקאַנטן ייִדיש־רוסישן שרײַבער פֿון ליטע גריגאָרי קאַנאָװיטש. דאָס צװײטע בוך פֿון בער האַלפּערן, „השבון־הנפֿש‟, איז אַרױס פֿון דרוק גלײַך נאָך דעם שרײַבערס פּטירה אין 1984.
בער האַלפּערן איז געשטאָרבן דעם 24סטן סעפּטעמבער 1984 און געבראַכט געװאָרן צו קבֿורה אױפֿן ייִדישן בית־עולם אין װילנע.
די ליטװישע מאַריאָנעטן־מאַכט האָט פֿאָרגעלײגט ב. האַלפּערנען צושטעלן זײַן מיטגלידערשאַפֿט אין דער קאָמפּאַרטײ מיט אַלע פּריװילעגיעס, פֿון װעלכע ס’האָט דעמאָלט גענאָסן איר עליטע. דער פּרינציפּיעלער און שטאָלצער מענטש האָט זיך קאַטעגאָריש דערפֿון אָפּגעזאָגט. ער האָט ניט געקענט פֿאַרגעבן דאָס װאָס מען האָט אים און זײַן משפּחה צעבראָכן דאָס לעבן און אָפּגענאַרט אין די טרױמען. פֿאַר די סאַמע נאָענטע האָט ער מיט אַ פּיקעניש אין האַרצן זיך אױסגעטענהט: „איך װעל קײן זאַך ניט נעמען פֿון די אײבערבאַנדיטן, איך װעל בלױז דינען מײַנע שטאַמברידער‟.
צום טיפֿן באַדױער האָט די עקזיסטענץ פֿון קרעמלער רעזשים מיט זײַן אינקװיזיטאָרישער צענזור זיך צו לאַנג פֿאַרצױגן. דער נאָבעלער מענטש און האַרציקער ייִד בער האַלפּערן און זײַנע קאָלעגעס, די סאָװעטיש־ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן, האָבן דער עפֿנטלעכקײט אַ סך ניט דערזאָגט.
װיפֿל פּרעכטיקע געדאַנקען און האַרצרײַסנדיקע פֿראַזעס זײַנען געבליבן ליגן אין זײערע נשמות!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO