ווײַסרוסיש־ייִדישער פּאָעט קריגט אַ קריסטלעכע לוויהBelarusian-Jewish poet given a Christian burial
די ווידער־באַערדיקונג פֿון שמואל יעפֿימאָוויטש פּלאַווניק האָט נישט דערמאָנט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם אָדער זײַנע שריפֿטן קעגן אַנטיסעמיטיזם.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דאָס געביין פֿון אַ ייִדישן פּאָעט איז אויסגעגראָבן געוואָרן פֿון קבֿר און ווידער באַגראָבן געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד אונטער אַ צלם דורך אַ צערעמאָניע אָנגעפֿירט פֿון גלחים.
די צווייטע באַערדיקונג פֿון שמואל יעפֿימאָוויטש פּלאַווניק, בעסער באַקאַנט דורכן פּסעוודאָנים זמיטראָק ביאַדולי, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין אַ קריסטלעכן צווינטער אין מינסק דינסטיק, דעם 3טן נאָוועמער, און האָט אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט צוליב דעם וואָס די באַערדיקונג האָט גאָרנישט דערמאָנט וועגן דעם פּאָעטס ייִדישן אָפּשטאַם.
נאָך עטלעכע רעדעס האָט מען אַראָפּגעלאָזט דעם אָרון מיט פּלאַווניקס געביין אינעם קבֿר און אַרויפֿגעשטעלט אַ צלם, האָט איבערגעגעבן „בעלטאַ‟, די נאַציאָנאַלע נײַעס־אַגענטור פֿון ווײַסרוסלאַנד. דער אַרטיקל האָט בכלל נישט דערמאָנט אַז ער איז געווען אַ ייִד וואָס האָט אין זײַנע שריפֿטן אָפֿט פֿאַרדאַמט דעם אַנטיסעמיטיזם. דער מינסק־נאָוואָסטי נײַעס־אַגענטור האָט אויך אַרויסגעלאָזט דעם פֿאַקט פֿון זײַן באַריכט, אָבער האָט יאָ צוגעגעבן אַז אַ ראַבינער, גרישאַ אַבראַמאָוויטש, האָט דורכגעפֿירט „אַ קליינע צערעמאָניע‟ נאָך דער קריסטלעכער.
פּלאַווניק איז געווען אַ פּאָעט, שרײַבער און פּאָליטישער אַקטיוויסט וואָס האָט איבערגעזעצט ייִדישע ליטעראַטור אויף ווײַסרוסיש. ער איז אומגעקומען אין 1941 אין קאַזאַכסטאַן נאָך דעם ווי ער און אַנדערע ייִדן זענען אַוואַקויִרט געוואָרן אַהין צוליב דעם נאַצישן פֿאָרויסמאַרש. ער האָט זיך קיין מאָל נישט געשמדט.
אויף פֿייסבוק האָט שמעון ברימאַן, אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, קריטיקירט די ווידער־באַערדיקונג, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורכן „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון ווײַסרוסישער ליטעראַטור‟ און דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון מאַריאַ מאַגדעלענע ראַדזיוויל.
„פּלאַווניקן וואָלט זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט אַז זײַן געביין וועט מען אַרויסגראָבן און איבערפֿירן צו דער פּראַוואָסלאַוונער קירך וווּ דער אָרון וועט זײַן אַרומגערינגלט מיט קריסטלעכע איקאָנעס און זינגענדיקע גלחים,‟ האָט ברימאַן געשריבן. ער האָט אויך קריטיקירט דאָס „שווײַגן‟ פֿון די רבנים אין בעלאַרוס אין שײַכות מיט דעם ענין.
אַבראַמאָוויטש, וואָס איז אַ רעפֿאָרם ראַבינער, האָט געזאָגט אויף פֿייסבוק אַז פּלאַווניקס משפּחה האָט מסכּים געווען אַז מע זאָל אים מאַכן אַ קריסטלעכע באַערדיקונג.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
