ווײַטהאַלטער־ווינטערקורס מיט שבֿע צוקערAdvanced winter course with Sheva Zucker
סטודענטן וועלן צוזאַמען לייענען און דיסקוטירן ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געשאַפֿן נאָכן חורבן.

Image by Yiddish Book Center
אַז אַ סטודענט וויל זיך לערנען ייִדיש אויף אַ פּאָר וואָכן בשעת דער ווינטער־וואַקאַציע, דאַרף ער אָדער זי געוויינטלעך פֿאָרן קיין ניו־יאָרק. הײַיאָר, צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס, אָרגאַניזירט מען פֿאַרשידענע פּראָגראַמען וואָס טרעפֿן זיך דורך זום.
די סאַן־דיעגאָער אָרגאַניזאַציע YAAANA „יאַנאַ“ (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע) אָרדנט אײַן אַן אינטענסיווע ווינטער־פּראָגראַם מיט ייִדיש־קלאַסן אויף פֿיר ניוואָען און אַ סעריע קאָנצערטן.
ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט די באַרימטע ייִדיש־לערערין און לאַנגיאָריקע שעף־רעדאַקטאָרין פֿון „אויפֿן שוועל“, שבֿע צוקער, לערנען אַ ווײַטהאַלטער־קלאַס געווידמעט די ליטעראַרישע ווערק פֿון שרײַבער וואָס האָבן געשאַפֿן נאָכן חורבן. די סטודענטן וועלן צוזאַמען לייענען און דיסקוטירן לידער און דערציילונגען פֿון אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יחיאל שרײַבמאַן, בלומע לעמפּעל, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. אין איינקלאַנג מיטן ווײַטהאַלטער־שפּראַכקלאַס קענען די סטודענטן אָנטייל נעמען אין אַ שמועסקרײַז אָנגעפֿירט פֿון גרשון פּרײַס.
די קלאַסן וועלן זיך טרעפֿן יעדן וואָכנטאָג אַחוץ פֿרײַטיק, אָנהייבנדיק מאָנטיק, דעם 6טן דעצעמבער ביז דאָנערשטיק, דעם 20סטן דעצעמבער. דער שמועסקרײַז וועט פֿאָרקומען פֿון 3:00 ביז 4:00 נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט און דער ווײַטהאַלטער־שפּראַכקלאַס וועט פֿאָרקומען פֿון 5:00 ביז 6:30 אין אָוונט.
דער שׂכר־לימוד איז $170 פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן און $200 פֿאַרן ברייטן עולם.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
