„דער בלאַט‟ האָט באַהאַלטן די נײַעס וועגן אַ ריזיקער חתונה בעת דעם „קאָוויד‟־תּקופֿה“Der Blatt” hid the news of a massive super-spreader wedding
דער באַשלוס צו האַלטן די נײַעס בסוד פֿון די סעקולערע אינסטאַנצן ווײַזט ווי אַנדערש די חסידישע פּרעסע איז פֿון דער אַלגעמיינער מעדיאַ.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
ס’רובֿ מעדיאַ־אָרגאַניזאַציעס וואָלטן זיך אָנגעכאַפּט אין דער געלעגנהייט צו אינפֿאָרמירן דעם ברייטן עולם וועגן אַ ריזיקער חתונה וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן קעגן די פֿאַראָרדענונגען פֿון דער שטאָט צו פֿאַרהיטן דאָס געזונט פֿון אירע אײַנוווינער.
די ניו־יאָרקער חסידישע צײַטונג „דער בלאַט‟ האָט געטאָן פּונקט פֿאַרקערט: באַהאַלטן די נײַעס, כּדי די סעקולערע אינסטאַנצן זאָלן ניט וויסן דערפֿון — און ערשט נאָך דער חתונה האָט זי אַרויסגעלאָזט אַ גאַנצן רעפּאָרטאַזש מיט אַלע פּרטים וועגן דער חתונה, דערקלערנדיק ווי גוט מע האָט עס אויסבאַהאַלטן פֿון די אינסטאַנצן.
די חתונה פֿון ר׳ יואל טייטלבוים, אַן אייניקל פֿונעם סאַטמערער רבין, אַהרן טייטלבוים, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין „קהל יטבֿ לבֿ‟ אין וויליאַמסבורג דעם 11טן נאָוועמבער, האָט צוגעצויגן טויזנטער געסט. דאָס פּאָטענציעל געפֿערלעכע געשעעניש האָט אויפֿגעבראַכט די שטאָט־באַאַמטע, אַרײַנגערעכנט דעם ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער ביל דע בלאַזיאָ. ווי אַ פּועל־יוצא האָט די שטאָט אַרויפֿגעלייגט אַ געלטשטראָף פֿון $15,000 אויף די גאַסטגעבער פֿון דער חתונה.
די „ניו יאָרק פּאָסט‟ האָט פּובליקירט אַן אויסצוג פֿונעם באַריכט אין „דער בלאַט‟ — אַז צוליב דעם אָנגייענדיקן מצבֿ וואָס שייך די רעגירונג־באַגרענעצונגען, האָט מען אַלץ צוגעגרייט צו דער חתונה בסוד און דערפֿאַר האָט מען אַלע מודעות וועגן די פֿײַערונגען איבערגעגעבן בעל־פּה, ניט בכּתבֿ, ניט אויפֿגעהאָנגען קיין שום מעלדונגען אויף די שילווענט; ניט אַרויסגעשיקט קיין פֿאַרבעטונגען דורך דער פּאָסט און ניט געשריבן וועגן דעם אין קיין צײַטשריפֿט.
דער פֿאַקט וואָס אַ צײַטונג וואָלט אָנגענומען אַזאַ שטעלונג איז אַ סימן פֿון דער גאָר אַנדערער ראָלע וואָס די ניו־יאָרקער חסידישע ייִדישע צײַטונגען שפּילן אין פֿאַרגלײַך מיט טיפּישע זשורנאַליסטישע נײַעסקוואַלן.
„דער בלאַט‟ און איר קאָנקורענט, „דער איד‟, דינען מער ווייניקער ווי אָפֿיציעלע „מלוכישע‟ אָרגאַנען פֿאַר די צוויי קאָנקורירנדיקע סאַטמערער רביס, די ברידער אַהרן און זלמן טייטלבוים. הגם ס׳רובֿ באַריכטן אין „דער איד‟ און „דער בלאַט‟ וואָס זענען ניט פֿאַרבונדן מיט די חסידישע קרײַזן זעען אויס ווי די זעלבע אַרטיקלען וואָס מע דרוקט אין די אַלגעמיינע צײַטונגען, איז גאָר אַנדערש ווען עס רעדט זיך וועגן „הייסע ענינים‟ בײַ די חסידים, דעמאָלט פֿאָלגן זיי פּינטלקעך נאָך די שטעלונגען פֿון זייער רבין — ענלעך צו די באַריכטן פֿון דער צפֿון־קאָרעיִשער, כינעזישער אָדער קובאַנער מלוכישער מעדיאַ וואָס שטימען תּמיד מיט דער „פּאַרטיייִשער ליניע‟.
די ערשטע פֿון די צוויי צײַטונגען, „דער איד‟, איז געגרינדעט געוואָרן אין 1953 פֿון אַ פֿרומען ייִדישן שרײַבער, ד״ר אַהרן ראָסמאַן, וואָס האָט זי פֿאַרקויפֿט צו אַ גרופּע זשורנאַליסטן און געשעפֿטסלײַט וואָס זענען געווען אָנהענגער פֿונעם סאַטמערער רבין, יואל טייטלבוים.
לכתּחילה האָט די צײַטונג זיך פֿאַרנומען בלויז מיט רעליגיעזע נײַעס, אָבער אין די 1960ער און 1970ער האָט מען שוין אויך געשריבן וועגן וועלט־געשעענישן, כּדי בעסער צו קאָנקורירן מיט אַנדערע ייִדישע צײַטונגען ווי דער פֿאָרווערטס, און בפֿרט ווײַל די אַנדערע צײַטשריפֿטן האָבן געהאַט ציוניסטישע טענדענצן וואָס זענען קעגן די פּרינציפּן פֿון „דער איד‟.
ווען דער קומעדיקער סאַטמערער רבי משה טייטלבוים איז שטאַרק קראַנק געוואָרן האָבן די סאַטמערער זיך צעטיילט אויף צוויי גרופּעס: די וואָס האָבן געשטיצט דעם רבינס בכור, ר׳ אַהרן, און די וואָס זענען געווען אָנהענגער פֿון זײַן זון, ר׳ זלמן.
ר׳ זלמנס נאָכגייער האָבן איבערגענומען „דער איד‟ און אין יאָר 2000 האָבן ר׳ אַהרנס אָנהענגער געגרינדעט אַ נײַעם וואָכנבלאַט, „דער בלאַט‟. הגם ביידע צײַטונגען האַלטן אָן אַ שטרענג אַנטי־ציוניסטישע שטעלונג און דרוקן בכלל ניט קיין בילדער פֿון פֿרויען אָדער מיידלעך, איז דאָ אַ קלאָרער אונטערשייד צווישן זיי: „דער איד‟ באַטראַכט זלמן טייטלבוים פֿאַרן אמתן סאַטמערער רבין, בעת „דער בלאַט‟ פֿאָלגט ר׳ אַהרן.
אין דער סאַטמערער וועלט בכלל קאָנטראָלירט ר׳ זלמן ס׳רובֿ פֿון די שולן, שילן און ישיבֿות אין וויליאַמסבורג, בעת ר׳ אַהרנס „מלוכה‟ איז אין קרית יואל. ר׳ אַהרן קאָנטראָלירט אויך עטלעכע שילן אין וויליאַמסבורג, אַרײַנגערעכנט „קהל יטבֿ לבֿ‟, וווּ מע האָט געפּראַוועט די חתונה.
ניט געקוקט אויפֿן שפּאַלט, זעט מען ביידע צײַטונגען אין ס׳רובֿ חסידישע שפּײַזקראָמען און קאַפֿעען, אין איינעם מיט דער מער ליבעראַלער „די צײַטונג‟ וואָס, כאָטש זי האָט אַ סאַטמערער אייגנטימער, נעמט זי ניט אָן קיין צד אין דעם מחלוקת צווישן די צוויי רביס.
נאָך אַ וויכטיקער חילוק צווישן די דרײַ צײַטונגען איז זייער צוגאַנג צו דער אינטערנעץ. הגם „די צײַטונג‟ האָט אַ וועבזײַט און „דער איד‟ שיקט אַרויס אַ טעגלעכן בולעטין, געפֿינט זיך „דער בלאַט‟ בכלל ניט אויף דער אינטערנעץ. דער טיראַזש פֿאַר אַלע דרײַ וואָכנבלעטער זענען אין די צענדליקער טויזנטער אָבער ס׳איז דאָ אַ חילוקי־דעות וואָס שייך די פּינקטלעכע ציפֿערן.
דער נײַסטער טאַרעראַם וועגן דעם רעפּאָרטאַזש פֿון דער חתונה אין „דער בלאַט‟ איז ניט דאָס ערשטע מאָל וואָס די מעשׂים פֿון דער חסידישער מעדיאַ זענען קריטיקירט געוואָרן דורך די הויפּטשטראָמיקע מעדיאַ־קוואַלן.
אין מײַ 2011 איז „די צײַטונג‟ פֿאַרדאַמט געוואָרן נאָכן „אָפּמעקן‟ די דעמאָלטדיקע מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אויף איר ערשטער זײַט. דאָ רעדט זיך וועגן דעם באַקאַנטן בילד וווּ די הויפּט־פֿיגורן פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע קוקן אויף דער אָבלאַווע וואָס האָט אומגעבראַכט אָסאַמאַ בין לאַדען. געוויסע מעדיאַ־קוואַלן האָבן דאָס אויסגעטײַטשט ווי אַן אומכּבֿוד קעגן קלינטאָן, אָבער ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן איז דער אייגטימער פֿון דער צײַטונג, אַבֿרהם פֿרידמאַן, באַקאַנט דווקא פֿאַר זײַן שטיצע פֿון קלינטאָן און פֿאַר זײַן פּאָזיטיווער מיינונג וועגן דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע. רעאַגירנדדיק אויף דער קריטיק, האָט די צײַטונג דעמאָלט דערקלערט אַז כאָטש קלינטאָן איז „אַן אויסגעצייכנטע מלוכה־סעקרעטאַרין‟, האָט דאָס פּובליקירן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿרויען „ניט געשטימט מיט אונדזערע רעליגיעזע ווערטן.‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor